אידישקייט איז נישט געשמאק!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ענציקלאפעדיסט
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
x 205

אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך ענציקלאפעדיסט »

זיך אונטערהערנדיג צוויי שמועסן, איינס צווישן א היינטיגער משפיע און א מקבל, און אן אמאליגער סטיל משפיע (אדער וועלכע אנדערע טיטל עס האט געהאט דאן) האב איך געקלערט אז עס וואלט געווען כדאי צו מיטטיילן מיט'ן ציבור, וירא הקהל וישפוט.

היינטיגער משפיע


משפיע: אידישקייט איז דאך אזוי זיס! אה, אזא געשמאק צו לעבן ווי א איד.

מקבל: וואס איז אזוי גוט מיט אידישקייט?

משפיע: וואס הייסט? דו האלטסט נישט אז אידישקייט איז געשמאק? וואס קען זיין בעסער פון זיין אן אידיש קינד און לעבן מיטן אידישן לעבנסשטייגער? א שבת קודש, א יום טוב, א משפחה מיט קינדער, תורה און מצוות.

מקבל: הממ... און וואס איז אויב שבת איז מיר אן אפקומעניש? איך פלאץ פון יום טוב? איך קען נישט איבערטראגן א משפחה מיט קינדער? איך האב עפעס ליידער נישט קיין ליבשאפט צו תורה? און מצוות קומט מיר אן זייער שווער?

משפיע: נעבעך.

מקבל: קען זיין, אבער איך וויל אייך פרעגן, איר האט אייביג א געשמאק אין אידישקייט?

משפיע: נאכאמאל, עס מאכן זיך אייביג שווערע טעג, נישט אייביג האט מען דעם געשמאק.

מקבל: אהא, טא, איך האב דאס אייביג, איך האב קיינמאל נישט געשפירט דעם טעם אין אידישקייט.

משפיע: ביסט א רחמנות, דער פראבלעם איז אין דיר.

מקבל: לאמיר זאגן. אבער למעשה פיל איך נישט ווי אידישקייט איז געשמאק, און נאכמער איך קוק אן דעם גוי מיט קנאה

משפיע: וואס?!

מקבל: יא, איך מיין אז דער גוי האט א בעסערע לעבן, ער קען טון וואס ער וויל, און ער ענזשויט זיך א לעבן.

משפיע: יא, אבער דעם טעם אין א מצוה האט ער נישט.

מקבל: און איך יא? איך האב נישט קיין טעם אין קיין מצוה, און אויך נישט קיין עבירה. איך בין אויסגעשפילט פון אלע זייטן.

משפיע: הער מיך אויס, אידישקייט איז געשמאק, עס איז א פאקט, דו דארפסט אזוי גלייבן.

מקבל: וואו שטייט אז מען דארף דאס גלייבן? איך מיין אז גוי'אישקייט איז געשמאקער, ווייז מיר אויף אז נישט.

משפיע: רחמנא ליצלן, ממש כפירה, איך גלייב נישט וואס איך הער, אן איד קען אזוי רעדן...

מקבל: אקעי, איך בין א כופר, אבער האסט מיר גארנישט געענטפערט. איך ענזשוי נישט אידישקייט, וואס דארף איך יעצט טון? איך בין פארפאלן?

משפיע: אלץ גוי וועט דיר זיכער נישט זיין בעסער, נאר ערגער.

מקבל: איר האט שוין פרובירט צו זיין א גוי?

משפיע: ניין, אבער איך בין זיכער דערין, עס איז א חלק פון אונזער אמונה.

מקבל: וועלכע אני מאמין איז עס?

משפיע: עס איז א פאקט, א גוי האט נישט קיין גוט לעבן.

מקבל: פון וואו נעמט איר עס? איר זענט שוין געווען א גוי?

משפיע: בקיצור, מיר גייען הין און צוריק, דו ווילסט ווערן א גוי, איך זע שוין, אוי געוואלד.

מקבל: איך וויל נישט ווערן קיין גוי ח"ו, איך בלייב אן איד מיט מסירות נפש, אבער זאג מיר פארוואס איך זאל זיין אן איד, איך ענזשוי עס נישט.

משפיע: עס קען נישט זיין, לייג זיך אריין דערין, וועסט פילן א טעם.

מקבל: איך האב שוין אלעס פרובירט, איך האב עס נישט ליב, סארי. עס איז דא אזא זאך ווי אן איד וואס האט נישט קיין געשמאק אין אידישקייט?

משפיע: נישטא אזא זאך, וויאזוי איז עס מעגליך?

מקבל: טא, איך זאל ווערן א גוי?

משפיע: אוי, אזא שווערע דור, עס פאלן נשמות ווי די פליגן...


--------

אמאליגער משפיע


משפיע: אה, ווי וואויל איז אונז אז מיר זענען אידן.

מקבל: וואס איז אונז אזוי וואויל? איך האב נישט קיין כח צו אידישקייט, עס איז מיר נאר א פרעשור און אפקומעניש.

משפיע: אוי וויי, עס טוט מיר לייד צו הערן, אבער אידישקייט איז נישט געמאכט צו זיין געשמאק, עס איז א גוטע זאך.

מקבל: וואס איז דער חילוק פון גוט און געשמאק?

משפיע: זייער פשוט, געשמאק מיינט אז עס איז זיס אויף די מינוט, מען ענזשויט עס. גוט מיינט אז עס האט א תועלת אינעם עתיד, עס איז גוט און וואויל צו זיין א איד אפילו מען האט נישט קיין געשמאקן לעבן און עס קומט נישט אן גרינג.

מקבל: פארוואס עפעס איז עס גוט?

משפיע: וואס הייסט? עס קומט דאך א יענע וועלט, אן איד וואס דינט דעם באשעפער, זיכער ווען עס קומט אים אן שווער, פארדינט ער אזויפיל שכר לנצח נצחים אז עס לוינט זיך אים די אינוועסטירונג פון א שווער לעבן אויף דעם וועלט.

מקבל: למשל איך האלט אז א גוי האט א בעסערע לעבן ווי מיר, איז דאס א סתירה מיט אידישקייט?

משפיע: וואס עפעס? אידישקייט איז נישט געבויט אויף דעם אז א איד האט א בעסערע לעבן.
דער באשעפער האט נישט געגעבן שבת אז מען זאל זיך אפרוען און האבן וואקאציע, און נישט געהייסן האבן א משפחה מיט קינדער ווייל דאס איז די געשמאקסטע ערפארונג, ווייל אויב יא וואלט געדארפט זיין אן אפציע אז אויב האלט מען נישט דערביי זאל מען קענען ארויסטשעקן און טון וואס ארבעט פאר דיר.
אידישקייט טוט מען ווייל מען דארף, גראדע איז עס געווענליך גאר געשמאק און זיס, אבער אויב שפירט מען נישט די זיסקייט איז נישט עק וועלט, קען זיין עס איז עק פון דעם וועלט, אבער עס איז דא א יענע וועלט.

מקבל: איר ווילט מיר זאגן אז אידישקייט איז בכלל נישט געמאכט צו זיין געשמאק? פון וואו נעמט איר עס?

משפיע: עס איז אקארשט געווען יו"ט שבועות, געדענקסט וואס רות האט געזאגט פאר נעמי ווען זי האט געוואלט ווערן אן איד? נעמי האט איר געוואלט אפרעדן אז עס גייט בכלל נישט זיין אזוי געשמאק, עס קען זיין אז מען גייט איר הרג'ענען פארן עובר זיין אן עבירה, וואס האט זי געענטפערט? זי האט נישט געזאגט, נע אידישקייט איז זיכער ענזשויעבל, זי האט געזאגט איך בין גרייט דערויף, איך בין גרייט אויף אלעם, עס קען זיין אז איך גיי האבן א לעבן און טויט ביטער ווי א גאל, אבער איך וועל האבן א יענע וועלט.

קוק אריין אין אקדמות, דארט רעדט מען ווי דער גוי זאגט צו גאלדענע גליקן פאר דעם איד אויב ער וועט ווערן א גוי, און ער לייגט אראפ אלע שוועריגקייטן וואס קומט מיטן זיין אן איד. ווייסט וואס דער איד ענטפערט אים? ער זאגט אים נישט, ביסט נישט גערעכט, אן איד איז פיל געשמאקער.

ער זאגט אים, עס וועט קומען א צייט וואס פאר מיר וועט זיין ליכטיג און זיס, און פאר דיר וועט זיין טונקל, פארוואס לוינט זיך צו פארטאכלעווען חיי עולם פאר אביסל חיי שעה?

מקבל: אה, איך האב געמיינט אז איך בין א שייגעץ אז איך האלט אז עס איז בעסער פאר א גוי אויף דעם וועלט.

משפיע: חס ושלום, איך וואונטש דיר אז זאלסט האבן א געשמאק אין אידישקייט, אבער אויב חלילה נישט, געדענק, אידישקייט איז געבויט אויף א אמונה אין עולם הבא, נישט עולם הזה.
צדיק ורע לו, רשע וטוב לו איז נישט קיין אפפרעג אויף אידישקייט, עס איז א טייל פון אונזער נסיון. האלט זיך שטארק ברודער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8146

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך מסתמא »

געוואלדיג!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3700
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12500

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך פופציגער »

משפיע ווס וואסער-מאלער...

לאו דוקא אמאל און היינט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3046
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6839

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@ענציקלאפעדיסט

מאסיוו!!
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 525

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך חאצקיל »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 05, 2026 1:04 pm משפיע ווס וואסער-מאלער...

לאו דוקא אמאל און היינט
דער היינטיגער משפיע איז א משגיח אין שיווע קטנה וואס האט אויך נישט טועם געווען קיין ועם אין אידישקייט.

בלעבלט נאך וואס אנדערע האבן אים געזאגט.
פערדן-טרייבער באיצטלא של משפיע.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 317
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 524

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך Who knows »

איך בין נישט זיכער אז דער א.ג. אמאליגער משפיע איז בעסער ווי דער היינטיגער. זיי זענען ביידע פראבלעמאטיש. א מענטש קען נישט קייען שטרוי א גאנץ לעבן נאר צו באקומען שכר בעולם הבא. און ווי די כוזרי שרייבט אז די תורה איז אנדערש ווי אנדערע רעליגיעס אז עס איז מבטיח שכר בעולם הזה. נאר די עיקר פראבלעם איז אז היינט איז ברייט אנגענומען אז א גוטע לעבן מיינט אז איך קען טוהן אלעס וואס איך וויל, אבער באמת איז דא א ריכטיגע וועג פון לעבן און די ריכטיגע וועג איז דאס וואס מאכט א מענטש האבן א גוטע לעבן, און דאס איז נישט אייביג טוהן וואס מ'וויל, און דאס איז וואס די תורה קומט אונז אוועקשטעלן. דאס איז די שמועס פון אן אור אלטע משפיע הנקרא משה רבינו. וזהו כל התורה כולה על רגל אחת.

איך וואלט געזאגט אז די קעפל פון דעם אשכול איז כפירה בתורתינו הקדושה.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 860
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 2341

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קיינער פון די ביידע איז נישט גערעכט, און יעדער פון זיי האט אויך ריכטיגע נקודות צו זיך.

ועל כולם, די צוויי דוגמאות האבן זעראו שייכות מיט אמאל און היינט. אמאל האסטו געהאט ביידע סארטן און היינט קענסטו האבן ביידע סארטן.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
שמשון הגיבור
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:22 am
Location: נ’’י
x 28

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך שמשון הגיבור »

הנצחון אינו סובל את האמת
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 203

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך מלך בייוואז »

די חיליק איז צווישן א עכטע משפיע און א פאלטשע משפיע נישא א אמאליגע משפיע און א היינטיגע משפיע
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
אוועיטער
יצחק לעווי
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 9

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך יצחק לעווי »

ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: פרייטאג יוני 05, 2026 11:46 am
האבעך פונקט געשריבן אויף אייוועלט איבער דעם נושא:

קעפל: שטעל דיר פאר דיין זון האט די אפציע צו פארלאזן אידישקייט
יצחק לעווי האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 8:29 am
ישי איז געווען א אויסערגעווענליך קינד, ער האט זיך אויסגעצייכנט אין יעדע הינזיכט, ער האט פלייסיג געלערנט און געקענט יעדע פארהער, געדאווענט ערליך, געהאט גאר גוטע מידות, געקומען יעדן טאג אין צייט, א קינד מיט אלע מעלות, נישט קיין וואונדער אז די מלמדים אין חדר האבן אלע געהאפט אז ישי וועט אנקומען צו זיי אין כתה.

אין כתה ו' האט רבי אנשיל ניימאן - איינע פון די חשוב'סטע מלמדים אין תלמוד תורה - זוכה געווען צו באקומען ישי אין זיין כתה. דער רבי אנשיל ניימאן איז געווען גאר א קלוגער מענטש מיט אסאך יארן ערפארונג, און ער האט זיך אביסל געוואונדערט פון וואו ס'קומט צו איינעם אין אזא יונגע עלטער צו זיין אזוי ערוואקסן און האבן אזא רצון און חשק צו טון וואס מ'דארף, ער האט אסאך געטראכט דערפון אבער ער האט נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן, נאר האט צוגעווארט אויף די ריכטיגע צייט.

ס'איז אנגעקומען די נאכט פון "פי. טי. עי." ווען די עלטערן קומען זיך אדורכשמועסן איבער זייער קינד און באקומען א קשר מיט'ן מלמד, רבי ניימאן איז געזעסן אין זיין כתה און אויפגענומען איין טאטע נאכ'ן צווייטן. ביים ענדע נאכט ווען ער האט זיך שוין געגרייט צו פארלאזן דעם תלמוד תורה האט זיך פלוצלינג באוויזן נאך א טאטע ביים טיר, רבי ניימאן מיט זיין איידעלע כאראקטער האט אים ווארעם אויפגענומען און יענער שטעלט זיך פאר אלס די טאטע פון ישי, די מלמד האט זיך אביסל געוואונדערט ווייל יענער האט נישט אויסגעקוקט צו זיין צו חסידי'ש, אבער ער האט באהאלטן זיין וואונדער. רבי ניימאן האט פארשטייט זיך גאר שטארק אויסגערימט ישי, בשעת זיין טאטע הערט זיך צו און שלינגט יעדעס ווארט.

ערגעצוואו אינמיטן זייער שמועס האט רבי ניימאן גענומען די קוראזש און געפרעגט דעם טאט'ן: "איך בין זייער שטאלץ צו זיי ישי'ס מלמד, ער שטעלט זיך זייער פיין צו און ער קען אלע לימודים אויסגעצייכנט, אבער.. אויב איך מעג פרעגן, פון וואו קומט עס צו איינעם אין אזא יונגע עלטער זיך צו פירן וואו אן ערוואקסענע? אין מיינע צוואנציג יאר אין חינוך האב איך נאך קיינמאל נישט געזען א קינד זיין אזוי צוגעשטעלט און פון זיך אליין האבן אזא רצון און חשק צו לערנען און דאווענען".

רבי ניימאן באמערקט ווי ישי'ס טאטע ווישט זיך אפ א טרער, און זאגט פאר'ן מלמד: "שכוח פאר די גוטע ווערטער, איר האט מיר באמת גאר שטארק דערפריידט. און וועגן מיין ישי, זאלסטו וויסן, איך האב נישט געוואלט דערציילן פאר קיינעם, אבער אז איר האט געפרעגט קען איך זיך נישט איינהאלטן". די טאטע שטעלט זיך אפ פאר א סקונדע און זעצט פאר, "וויסן זאלסטו אז ישי נישט קיין געווענליך קינד, איך רעדט נישט נפשיות'דיג, נאר ישי איז נישט קיין איד, ער איז א גוי!"

די מלמד עפענט אויף א פאר אויגן, "איך פארשטיי נישט, וואס זאגט איר?", ישי'ס טאטע זאגט נאכאמאל, "יא, דאס וואס איר הערט, ישי איז נישט קיין איד!....." רבי ניימאן קען נישט גלייבן וואס ער הערט און ער בעט דעם טאטן זאל ערקלערן זיינע רייד. ישי'ס טאטע עפענט זיין מויל און הייבט אן דערציילן:

"איך בין נישט געבוירן אלס איד, איך בין געבוירן געווארן צו גוי'שע עלטערן, אבער איך האב אלס געצויגן צו אידישקייט און אייביג געוואלט פארשטיין מער וואס דאס איז א איד. נאך מיין חתונה האב איך גערעדט דערוועגן מיט מיין ווייב און צו מיין מזל און איבעראשונג האט זי עס גוט אויפגענומען און מיר האבן אינאיינעם אנגעהויבן צו פראקטיצירן אידישקייט, ביז איין טאג האבן מיר באשלאסן זיך צו מגייר זיין. פארשטייט זיך אז אזא זאך פאסירט נישט אין איין מינוט נאר ס'איז א לאנגע פראצעדור, אבער נאך צוויי אהאלב יאר האבן מיר ענדליך זוכה געווען זיך מגייר צו זיין כדת וכדין און ווערן א חלק פון כלל ישראל.

די פראבלעם איז אבער געווען אז א שטיק צייט פאר'ן גיור איז צו אונז געבוירן געווארן א יונגעלע, און וויבאלד ער איז געבוירן געווארן ווען מיר זענען נאכנישט געווען פולקאמע אידן מיינט דאס אז דאס קינד איז נישט קיין איד. פארשטייט זיך אז מיר האלטן דאס אין געהיים, מיר ווילן נישט ער זאל זיך דערוויסן דערפון. אבער איך ווייס אז איין טאג וועל איך אים אלעס מוזן דערציילן, דאס וועט זיין ווען ער וועט ווערן דרייצן יאר, און וויבאלד דעמאלטס וועט ער ווערן מחיוב במצוות, וועט מען אים אריינברענגען צום בית דין און מ'וועט אים פרעגן וואס ער וויל, א איד אדער א גוי, און וואס ער וועט זיך אויסוועלן דאס וועט זיין.

און איך ציטער פאר יענעם טאג, איך שלאף נישט רואיג ביינאכט צוליב דעם, איך וויל נישט טראכטן וואס וועט זיין אויב ער וועט ענטפערן אז ער וויל בלייבן א גוי....... און וועגן דעם" פירט די טאטע אויס, "פראביר איך צו טון אלעס אין דער וועלט אים צו מאכן אידישקייט ווי מער געשמאק אזוי אז ער זאל ווילן ווערן א פולקאמע איד, יעדע קליינע גוטע זאך וואס ער טוט מאך איך א מצב, איך טו אלעס וואס איך קען אים צו מאכן אידישקייט ווי מער געשמאק אז ער זאל 'ווילן' זאגן א "יא" ווען מ'וועט אים פרעגן צו ער וויל בלייבן א איד!".

מ'דארף נישט געבוירן ווערן אלס א נישט איד צו קענען פארשטיין ווי געשמאק אידישקייט איז, מ'הערט אפט פון גרים ווי שטארק זיי האבן ליב אידישקייט, אבער איינער וואס איז געבוירן אלס איד קען אויך די זעלבע ליב האבן אידישקייט. מ'דארף נישט זיין פון די 2026 'לאוו' מאוומענט, עקסטרעם איז נישט גוט אויף קיין איין זייט, אבער א מיטל וועג איז דאך אייביג דא. זיין א איד ווייל מ'וויל און נישט ווייל מ'איז פשוט געבוירן אלס איד איז נישט קיין היינטיגע זאך, וואס א געשמאק אין אידישקייט איז מיינט ביי יעדעם עפעס אנדערש אבער געשמאק זאל עס זיין.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3740
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4646

Re: אידישקייט איז נישט געשמאק!

פאוסט דורך אנדערער »

די קעפל איז נישט ריכטיג. אידישקייט קען נישט געמאסטן ווערן לויט ווי געשמאק עס איז. די מהלך אז אויב איז עס נישט געשמאק איז עס נישט אידישקייש איז שקר

אבער סתם זאגן אז אידישקייט איז נישט געשמאק איז נישט אמת
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט