בלאט 1 פון 1

מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 1:18 pm
דורך עטרת חיים
שלומי איז א גאר א וואוילע אינגל, ער פארטראגט זיך גאנץ גוט מיט זיינע געשוויסטער אינדערהיים, יעדן טאג ווען ער קומט אהיים פון חדר באגריסט ער זיין מאמע און זיינע ברודער און שוועסטער.

שלומי האט ליב עקשאן, ער קען שפרינגען אויפן טרעמפאלין פאר לאנגע מיניטן און צומאל שעות.

ביז איין אווענט ווען דער טעלעפאן אינדערהיים האט זיך צוקלינגען, ווען אויף די אנעדערע ליין איז דער מלמד ר' עוזר מיטן מנהל, זיי דארפן גאר דרינגענד רעדן מיט ביידע עלטערן, היות שלומי'ס טאטע איז נישט געווען אינדערהיים, האט די מאמע געענטפערט אז זי וועט שפעטער צוריקרופן ווען שלומי'ס טאטע ר' יחיאל וועט זיין אינדערהיים.

ר' יחיאל איז היינט ארויס מיט זיינע חברים צו פארברענגען, אבער פלוצלינג באקומט ער א רוף פון די בני בית אז דער מנהל האט גערופען און זאגט אז מ'דארף עפעס גאר וויכטיג אדורך רעדן ווען שלומי'ן, שאקס, וואס קען דאס זיין? ר' יחיאל לייגט אראפ דאס גאפל מיטן ריפסענעם סטעיק און זאגט פאר זיינע פרענדס. ביי. איי העוו ען עמערדזשענעסי.

ס'איז 10 אזייגער ביינאכט, ס'ווארפן זיך די גלידער פון טאטע מאמע, מ'גייט צוריק רופן דעם מנהל און דעם מלמד, וואס קען זיין אזוי דרינגענד?

טרררר... טרררר... העלא, יא דא רעדט ר' יחיאל, אה א גוטן ר' יחיאל רופט דער מנהל אויס, אנטשולדיגט אז איך רוף אזוי שפעט, אבער.. אייער שלומע'לע איז גאר א געלונגען קינד, ער קומט זיך גאר גוט אדורך מיט זיינע חברים, ער איז א בעל דרך ארץ,

אבער איין זאך. הההממממ.. אאמממ... ס'איז שווער צו רעדן דערפון, אבער עס איז גאר וויכטיג איר זאלט נעמען אייער אייער שלומי צו א דאקטער פאר אן איוועליועשאן, ס'וואלט געווען גאר וויכטיג שלומע'לע זאל נעמען מעדיקעשאן, ער זיצט נישט איין ביים שיעור, דער מלמד געבט זיך נישט קיין עצה... און צוליב דעם קען פארלירט דער מלמד דאס קאנטראל אויפן גאנצן קלאס. פארוואס זאל מיר נישט פראבירן צו העלפן שלומע'לען?

א שטילקייט הערשט אויפן צווייטן זייט טרייבל... ר' יחיאל שושקעט זיך מיטן בני בית... וואס אונזער שלומי? מעדיקעשאן? וואס וועט זיין ביי שידוכים? סייד עפעקטס?...

נאך דריי מינוט האט זיך ר' יחיאל אריענטירט און געענטפערט, אויב דאס איז וואס איר האלט... דער מנהל האט דאך עקספיריענס... נו שוין. העלמיר זעהן צו טאן דערינען...

גוטע נאכט... (מנהל) גוטע נאכט... (ר' יחיאל) גוטע נאכט (מלמד שעמערדיגערהייט)

דינסטיג נאכמיטאג, בעפארן זיך אראפזעצן מיט שלומי'ן אים מסביר זיין אז מ'ברויך גיין צו א ספעציעליסט האבן ר' יחיאל מיטן בני בית פארגאסן טייכן טרערן ביים תהילמעל, אז שלומי זאל גוט אננעמען דאס אז אז מ'גייט צו א מומחה, און אז ס'איז פאר זיין טובה.

ר' יחיאל מיטן בני בית האבן ארויסגענומען שלומי'ן צו א פארק, בשעת חיים און רבקי פרעגן פארוואס נאר שלומי קען מיטקומען... ר' יחיאל האט מסביר געווען פאר שלומי אז די גריסן פון חדר איז גאר גוט, און אז גיין צו א ספעציעליסט איז גאר א נארמאלע זאך, און ס'גייט אים נאר העלפן זיין נאך בעסער, און אז קיינער גייט נישט וויסן.. און אז נאך קינדער פון זיין חדר גייען אבער קיינער ווייסט נישט, בשעת ר' יחיאל האט גערעדט האט מרת מאסקאוויטש געהאלטן און איין גלעטן שלומי'ן. שלומי האט געפרעגט טאטי, קיינער פון אונזערע ברודער און שוועסטער גייען אוי נישט וויסן, ווי אויך האט שלומי געוואלט אז מ'זאל אים צוזאגן אז ס'איז נאר א טרייאויט און אויב ער גייט עס נישט ליב האבן וועט ער קענען סטאפן סיי ווען.
נאך א קלארע הבטחה פונעם טאטן און א קוש פון די מאמע האט שלומי מסכים געווען.

דעם נעקסטן טאג האט מען ערלעדיגט א באזוך ביים מומחה און תורת הנפש..
דר. דזשעי מעקס האט געכאפט א שמועס מיט שלומי, שלומע'לע האט אויף אלעם געהאט פאזעטיווע תירוצים, ער האט געזאגט אז ער קען גוט פאוקאסען, ער זיצט איין אין חדר, און אז זיין רבי קען צומאל זיין שטרענג.

אבער טראץ שלומי'ס גוטע פערפארמענס מיט דעם אלעם האט דער דאקטער ממש ווי צוגעטראפן צום מנהל'ס דייאגנאויז, ער זאגט אז מ'דארף ארויפלייגן שלומי'ן אויף א מעדיקעשאן וואס וועט אים בארואיגן און ווי אויך העלפן פאויקאסען.

שלומע'לעס עלטערן האבן אויסגעשמועסט מיט שלומי'ן אז ס'איז פונקט ווי נעמען ווייטאמין סי און וויטעמין די, און אז אלעס גייט ווייטער אנגיין מיטן טעגליכן לעבן כאילו לא היה, שלומי'ס טאטע האט געמאכט א טשארט צו מארקן יעדן טאג וואס ער האט גענומען די טאבלעטן, שלומי'ס טאטע האט צוגעזאגט צו קויפן פאר שלומי א גוטע וואלקי טאקי אויב די טשארט גייט ווייסן אז ער האט גענומען די מעדיקעשאן יעדן טאג.

שלומי האט יעדן אינדעפרי גענומען די טאבלעט.

עס איז אריבער בלויז 5 וואכן, דאסמאל קלינגט דער טעלעפאן 8:30 ביינאכט, ווען אויפן צווייטן זייט טרייבל געפונען זיך טאקע דער מנהל מיטן מלמד ר' עוזר, זיי ווילן רעדן מיט ר' יחיאל און די בני בית, אבער דאס מאל דארף עס זיין פרעזענליך, זיי בעטן אויב ביידע עלטערן קענען זיין אין חדר צוזאמען מיט שלומי'ן אויף 9:30,

נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן, האבן די עלטערן צוגעשטימט, און געזאגט פאר שלומי אז מ'דארף שוין גיין זיך גרייטן ווייל 9:30 דארף מען זיין אין חדר, זיך טרעפן מיטן מלמד און דעם מנהל.

שלומי האט ממש ווי נישט געאטעמט, וואס? וואס ווילן זיי פון מיר. זענען זיי געוואויר געווארן אז... אוי וויי.

צוויי ברירות האט שלומי נישט געהאט, אויף 9:30 זענען געזעצן ביים טיש דער מנהל, דער מלמד ר' עוזר, ר' יחיאל מיטן בני בית, און אוואדאי אונזער שלומע'לע

דער מלמד האט אנגעהויבן ארויסברענגען שבחים אויף שלומע'לען, ווי גוט ער שטעלט זיך צו לעצטענס. ווי נאר דער מנהל האט איבערגענומען דאס ווארט האבן שלומי'ס ציינער ממש געקלאפט איינס אינעם צווייטן ווארטענדיג צו הערן דעם אבער וואס קומט געווענליך נאך אלע קאמפלימענטן, אבער למעשה, האט דער מנהל ארויסגעברענגט די גרויסע שינו לטובה וואס מ'זעהט אויף שלומע'לע, ווי גוט ער קען דאס פארהער סוף וואך, און אז מ'זעהט אן אז דאס גיין צום מומחה איז טאקע געווען א סוקסעס און א ישועה, דער מנהל האט ארויסגעברענגט אז ס'איז גאר וויכטיג צו ווייטער בתמידות נעמען די מעדיקעשאן און גיין פאר פאלאוי אפ באזוכן צום מומחה, דער מנהל האט אויך ארויסגעבענגט א ער האט געשפירט אז אזא גוטע גריס געבט מען פרעזענליך און פארדעם האט ער זיי אריבערגערופען.

שלומי'ס מאמע האט זיך געווישט די טרערן פון פרייד, בשעת ר' יחיאל איז געזעצן שטייף נאך זייענדיג ברוגז אויף דעם פארטי מיט זיינע פרענדס וואס ער האט פארפאסט..

אויפן וועג אהיים האבן די עלטערן געזאגט פאר שלומי אז ער גייט באקומען די צוגעזאגטע וואלקי טאקי.
אזוי שמועסענדיג פרעגט דער טאטע פון שלומי, ווען האסטו דיך אויסגעלערנט וויאזוי מ'שלינגט טאבלעטן?

האט שלומי געענטפערט איך קען טאקע נישט שלינגען, אבער יעדן טאג ווען מיין רבי שיקט מיך איך זאל אים מאכן א קאווע, לייג איך עס אריין אין מיין מלמד'ס קאווע.

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 1:32 pm
דורך מלך בייוואז
א אלטע מעשה אבער איך שמייכל נאך יעדעס מאל וואס איך ליין/הער עס

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 2:24 pm
דורך עטרת חיים
מלך בייוואז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 1:32 pm א אלטע מעשה אבער איך שמייכל נאך יעדעס מאל וואס איך ליין/הער עס
קרעדיט: מיין דרייצן יעריגע בחור'ל...

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 3:55 pm
דורך מלך בייוואז
עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 2:24 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 1:32 pm א אלטע מעשה אבער איך שמייכל נאך יעדעס מאל וואס איך ליין/הער עס
קרעדיט: מיין דרייצן יעריגע בחור'ל...
איך מיין אז די ווערטל איז עלטער פון אים

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:04 pm
דורך פעיק ניוז
די פראבלעם מיט דעם וויץ איז, אז עס איז יענץ וויץ.

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:05 pm
דורך עטרת חיים
איך האף אז קיינער נעמט עס נישט ערענסט... ס'איז בלויז א וויץ...

ווער ס'ברויך נעמען זאל נעמען

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:15 pm
דורך פשוט און גראד
ווערי סעד וואס ס‘גייט פאר

ממש, פאר יעדע שוועריגייט אדער נסיון אדער סתם א דורכגאנג איז מעדעצין די מאסיווע רפואה. אין פארשטייט זיך יעדער איז א מבין אין דאקטער..

וואטעווער..
#גלות_סינדרום

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:33 pm
דורך פעיק ניוז
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:15 pm ווערי סעד וואס ס‘גייט פאר

ממש, פאר יעדע שוועריגייט אדער נסיון אדער סתם א דורכגאנג איז מעדעצין די מאסיווע רפואה. אין פארשטייט זיך יעדער איז א מבין אין דאקטער..

וואטעווער..
#גלות_סינדרום
👌

Re: מעדיקעשאן פאר קינדער

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:34 pm
דורך פעיק ניוז
עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 04, 2026 4:05 pm איך האף אז קיינער נעמט עס נישט ערענסט... ס'איז בלויז א וויץ...

ווער ס'ברויך נעמען זאל נעמען
דו ווייסט ניטאמאל ווי ערנסט עס איז.