פון ראדני קיין פלעטבוש, און צוריק.
געפאוסט: דינסטאג יוני 02, 2026 4:19 pm
טראץ זייו שעפערישקייט און אייגענארטיגקייט אין דער ביזנעס וועלט, דאך נעמט נחמיה מיט אן ערנסטקייט יעדע זאך וואס גייט אריין בגדר שאלה.
אבער אין דער צייט וואס זיינע טעגליכע שאלות קומען און צום לאקאלן בית הוראה, שפירט ער פאר וויכטיג אז זיינע חושן משפט שאלות - וואס אנטוויקלען זיך אינעם עולם המסחר - זאלן דירעקטירט ווערן צו אזא איינער וואס האט די ריכטיגע פארשטאנד אין די ענינים, איינער וואס האט ארויס די עמקות הדברים און האט די שפראך דערצו.
נו, וועמען קען ער פרעגן זיינע סאפיסטעקירטע, פראפעשאנעל שאלות?!
האט ער זיך געטראפן א געוויסע רב/דיין/מורה הוראה פון פלעטבוש, מיט דער נאמען הרב אלבערט. דער רב אלבערט איז א היפש מאדערנער, מיט א סוט און נעקטיי, ענגליש איז זיין מוטער שפראך, עברית זיין פאטער שפראך, און אידיש זיין פעטער שפראך…
יעדע שטיק צייט, בעיקר איידער א גרויסן דיעל צו טרענספער, רופט ער אנרופן הרב אלבערט און דורך שמועסן זיינע צדדים, אריינווארפענדיג זיינע לומדות און קענטעניסן, פלעגט ער וויסן א קלארע פסק הוראה אשר יעשון, פון דער הרב אלבערט.
איין שיינעם טאג, איז אין אויפגעקומען א אפציע פון א דיעל, וואס טראץ זייו גלעצנדער רעפוטאציע, האט ער געהאט א ערנסטע ריבית שאלה צוליב די יזראעלי שותפים אין דער אינדיאנישע בענק סטאנציאנירט אין אבו דהאבי.
ער קלינגט גלייך צום בית הוראה פון זיין הרב אלבערט, אין גיבט איבער דער קעיס מיט אלע צדדים. צולייגענדיג אז ער דארף א תשובה ביז א שעה. דער דיעל ברענט.
צו די ניין-און-פופציגסטער מינוט, האט שוין נחמיה'ס אויערן געהערט דער דייעל טאון פון הרב אלבערט. אבער עס גייט גראד צום אנגעפולטן וואויס-מעיל-באקס.
Hi, you have reached the voicemail of Rabbi Albert, if i missed your call I'm probably in the middle of learning. kindly leave a detailed message, and ill be back as soon as possible.
This mailbox is full…
נחמיה בייסט זיך די נעגל, פליקט זיך די בארד… ציילט פינף מינוט אויף די זייגער און פראבירט נאכאמאל זיין מזל, אבער עודך די זעלבער דרשה. די נערווען זיינע קראכן אט אט… די בראוקער לייגט אומגעהויערע פרעשור… אבער נחמיה האלט זיך פעסט. איך וועל נישט אריינגיין אין א מפוקפק'דיגער דיעל אן רשות פון מיין דיין.
נאך א צוויי-א-האלב שעה, ענטפערט אים הרב אלבערט צוריק, און פארענטפערט זיך עטליכע מאל, אז ער האט נאכנישט דער תשובה דערויף. ער האפט עס צו האבן ווי שנעלער… נחמיה, זייענדיג היפש אונטער פרעשור, היא גענומען די גאטס צו טוהן א עטוואס געוואגטער שריט און געפרעגט הרב אלבערט אין פנים: איר קענט מיר מסביר זיין וואס נעמט אזוי לאנג?! איר לערנט איבער די סוגיא פון סקרעטש?! וואס דויערט אזוי לאנג צו געבן א קלארן תשובה?!
הרב אלבערט קומט צום ווארט קלאר און שארף: קוק אבער, דאס רוב שאלות בין איך אליינס מכריע… צומאל שמועס איך עס דורך מיט מיין ידיד און חברותא הרב דזשעיקאבס, אבער ביז אפאר מינוט קענען מיר מכריע זיין.
אבער די שווערע און הארבע שאלות, וואס מיר קענען נישט נעמען די אחריות מכריע צו זיין. האבן מיר איינעם - א גדול - וועם מיר שיקן עס, זאל ער נעמען די אחריות. און יעצט - ביי דעם שאלה דיינער - וויפיל מאל מיר פרובירן אים צו קאנטאקטן, אן קיין הצלחה. דעריבער האב איך נישט קיין תשובה. Sorry.
דער גדול הייסט הרב פילאף. פון Williamsburg.
נאך עטליכע לאנגע סעקונדעס, וואס נחמיה איז געשטאנען געפלעפט ביז גאר, מיט א אפענעם מויל און שטייפע פינגער ארום'ען טרייבל. האט ער זיך אנגערופן: וואס?! רעב זלמן לייב פילאף?! איך טרעף אים דאך טעגליך צווישן מנחה און מעריב, אין ראדני… איך פרעג אים אויך אפטמאל מיינע געווענטליכע שאלות…
פארדעם לויף איך קיין פלעטבוש?!