בלאט 1 פון 3
יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 10:26 am
דורך זוכער
דא זאל זיין געווידמעט אויסצושמועסן און באהאנדלען די יושר׳דיגקייט פון די חלוקה פעקלעך.
ביטע נישט מאכן דא קיינע אנקעטעס וועלכע זון האט באקומען מער און בעסער, ווייל יעדער וועט זאגן לויט זיין פארטייאישע אגענדעס, אז עכט איז חבילה - - - בעסער…
מיר ווילן בלויז רעדן פון די ספעציפישע פרייז אפשאצונג וואס געלייגט געווארן ביי יעדע אייטעם, וואס לויט די פרייז האט יעדע פעקל געדארפט אנקומען צו:
2.7 מיליאן דאללאר לא פחות ולא יותר
ממילא איז אינטרעסאנט צו דערגיין ווי אויסגעהאלטן די אפשאצונג איז.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 10:42 am
דורך דריידל
טאמער יעדער האט מסכים געווען וויאזוי איינצוטיילן די חבילות, אן וויסן ווער באקומט וועלכע חבילה, אין לך יושר יותר מזה.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 10:47 am
דורך שטייפע קוגל
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:26 am
דא זאל זיין געווידמעט אויסצושמועסן און באהאנדלען די יושר׳דיגקייט פון די חלוקה פעקלעך.
ביטע נישט מאכן דא קיינע אנקעטעס וועלכע זון האט באקומען מער און בעסער, ווייל יעדער וועט זאגן לויט זיין פארטייאישע אגענדעס, אז עכט איז חבילה - - - בעסער…
מיר ווילן בלויז רעדן פון די ספעציפישע פרייז אפשאצונג וואס געלייגט געווארן ביי יעדע אייטעם, וואס לויט די פרייז האט יעדע פעקל געדארפט אנקומען צו:
2.7 מיליאן דאללאר לא פחות ולא יותר
ממילא איז אינטרעסאנט צו דערגיין ווי אויסגעהאלטן די אפשאצונג איז.
נישטא וואס צו דיסקאסירן.
לגבי די פרייזן, איז גארנישט פארשטענדליך פארן פשוטן אויג. קענסט זיך שטעלן אויף יעדע אייטעם באזונדער.
לגבי יושר, יעדער האט דאך מסכים געווען דערצו, וואס איז די שאלה אפילו?
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 10:53 am
דורך אסרוחג
קענסט טוישן דעם קעפל צו:
דעת בעה"ב צו די חלוקה פון די "חבילות" אין די ירושה
וואו קומט דא אריין יושר?
אוודאי האט יעדער געוואלט האבן די תפילין, און די מנורה, און די מגילה, און די בריוו פון דברי חיים ועוד
אבער "יעדער" פארשטייט אז ער איז נישט דער איינציגסטער יורש, און דאס ווערט צוטיילט על פי צוואת רבינו מיט א גורל, און פשטות האט יעדער מסכים געווען צו דעם
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:00 am
דורך זוכער
אין מיינע פליישיגע אויגן
די בריוו פון דברי חיים שטארק אונטערגעשאצט.
די בריוו פון חכ״צ איז גאר שטארק אונטערגעשאצט.
די בריוו פון הרבנית ברכה סימא איז שטארק איבערגעשאצט.
וכהנה רבות
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:07 am
דורך מאטאווירט
געוויס איז דא א בארעכטיגטע סיבה פארוואס אזעלכע חפצים ווערן אפגעשאצט דורך מומחים, און נישט דורך אידטיש שרייבער.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:20 am
דורך דריידל
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:00 am
אין מיינע פליישיגע אויגן
די בריוו פון דברי חיים שטארק אונטערגעשאצט.
די בריוו פון חכ״צ איז גאר שטארק אונטערגעשאצט.
די בריוו פון הרבנית ברכה סימא איז שטארק איבערגעשאצט.
וכהנה רבות
איבערגעשאצט / אינטערגעשאצט, מאכט נישט אויס. דאס איז וואס די יורשים האלטן.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:27 am
דורך זוכער
דעם זונטאג האט מען זיך געאמפערט וועגן די פעקלעך ליסטע.
די קינדער און אייניקלעך האבן גע׳טענה׳ט צו שווארץ אז מ׳דארף אסאך זאכן טוישן.
סאו וואס האט שווארץ געטאן: ער האט געטוישט עטליכע אייטעמס פון ליסטע X צו ליסטע Z.
געטוישט די פרייז פון געוויסע אייטעמס אז די סאב טאטעל זאל זיין די נאמבער: 2.7 מיליאן דאללאר.
שווארצ׳ס נאמבערס זענען לא נגע ולא פגע.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:42 am
דורך שטייפע קוגל
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:27 am
דעם זונטאג האט מען זיך געאמפערט וועגן די פעקלעך ליסטע.
די קינדער און אייניקלעך האבן גע׳טענה׳ט צו שווארץ אז מ׳דארף אסאך זאכן טוישן.
סאו וואס האט שווארץ געטאן: ער האט געטוישט עטליכע אייטעמס פון ליסטע X צו ליסטע Z.
געטוישט די פרייז פון געוויסע אייטעמס אז די סאב טאטעל זאל זיין די נאמבער: 2.7 מיליאן דאללאר.
שווארצ׳ס נאמבערס זענען לא נגע ולא פגע.
אז מ'האט אים געבעטן צו טוישן און ער האט טאקע געטוישט איז וואס איז די פראבלעם?
עפעס ווייטאג האסטו קוקט אויס.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:47 am
דורך אגד
דריידל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:42 am
טאמער יעדער האט מסכים געווען וויאזוי איינצוטיילן די חבילות, אן וויסן ווער באקומט וועלכע חבילה, אין לך יושר יותר מזה.
אר ווי האנדרעד פערסענט שור אז דא איז עכט געווען א גורל?
איך קען טאטעלי זעהן אז מהריי זאל מסכים זיין אז מהרא באקומט די תפילין בתנאי אז ער באקומט זיכער דעם בריוו, וואס בעפאר האט ער נאר געהאט א 50% שאנס אויף ביידע אינאיינעם, בעת דער עלטערער ברודער האט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די תפילין, און די אנדערע ברידער האבן זיך בלית ברירה געמוזט צושטעלן...
עס איז טאקע מער לייקלי אז עס איז געווען א גורל, אבער עס איז אויסגעקומען צו גוט פאר א רענדאם גורל.. ווען פונקט אזוי וואלט מען זעך לכאורה צוטיילט ווען מען מאכט ווען נישט קיין גורל.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 11:51 am
דורך נייגעריגער קאטשקע
אגד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:47 am

פארוואס זאל ער מוותר זיין סיי אויפן תפילין סיי אויפן מנורה און סיי אויפן מגילה, אלעס פארן בריוו?
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 12:02 pm
דורך צבי וחמיד
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:42 am
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:27 am
דעם זונטאג האט מען זיך געאמפערט וועגן די פעקלעך ליסטע.
די קינדער און אייניקלעך האבן גע׳טענה׳ט צו שווארץ אז מ׳דארף אסאך זאכן טוישן.
סאו וואס האט שווארץ געטאן: ער האט געטוישט עטליכע אייטעמס פון ליסטע X צו ליסטע Z.
געטוישט די פרייז פון געוויסע אייטעמס אז די סאב טאטעל זאל זיין די נאמבער: 2.7 מיליאן דאללאר.
שווארצ׳ס נאמבערס זענען לא נגע ולא פגע.
אז מ'האט אים געבעטן צו טוישן און ער האט טאקע געטוישט איז וואס איז די פראבלעם?
עפעס ווייטאג האסטו קוקט אויס.
ער האט שוין דעי ווייטאג 20 יאר....
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 12:55 pm
דורך אגד
נייגעריגער קאטשקע האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:51 am
אגד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 11:47 am
דריידל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:42 am
טאמער יעדער האט מסכים געווען וויאזוי איינצוטיילן די חבילות, אן וויסן ווער באקומט וועלכע חבילה, אין לך יושר יותר מזה.
אר ווי האנדרעד פערסענט שור אז דא איז עכט געווען א גורל?
איך קען טאטעלי זעהן אז מהריי זאל מסכים זיין אז מהרא באקומט די תפילין בתנאי אז ער באקומט זיכער דעם בריוו, וואס בעפאר האט ער נאר געהאט א 50% שאנס אויף ביידע אינאיינעם, בעת דער עלטערער ברודער האט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די תפילין, און די אנדערע ברידער האבן זיך בלית ברירה געמוזט צושטעלן...
עס איז טאקע מער לייקלי אז עס איז געווען א גורל, אבער עס איז אויסגעקומען צו גוט פאר א רענדאם גורל.. ווען פונקט אזוי וואלט מען זעך לכאורה צוטיילט ווען מען מאכט ווען נישט קיין גורל.
פארוואס זאל ער מוותר זיין סיי אויפן תפילין סיי אויפן מנורה און סיי אויפן מגילה, אלעס פארן בריוו?
אה, מען רעדט שטייצעך אין פאל ער קען נאר האבן איינס פון די פיר, דהיינו אז ער גייט זיך דא צוטיילן מיט נאך דריי ברידער.
אין פאל ער האט א 25% שאנס פאר עני פון די פיר, קען זיין אז עס איז אים מער ווערד א זיכערע 100% פארן בריוו ווי נאר פופציג פארן בריוו מיט די תפילין.
אדרבה, איר האלט אז ער איז צופרידן מיט זיין חלק? איך מיין אז שטארק יא.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 1:37 pm
דורך קיין נפקמ
גא"מ אז די קעפל מאכט נישט קיין סענס, אויסער אז דו ווילסט זאגן אז די יורשים האבן נישט מסכים געווען צו די עדזשאסטערס וואס קיינער זאגט נישט דאכט זיך
איינער זאגט דא אגב עםעס וועגן די אייניקלעך, ווי קומען דא אייניקלעך אריין ווען אלע זוכהן יורשים דאורייתטא לעבן ברוך השם אליינס ? אז א אייניקל האט באשלאסן זיך אריינצומישן מאכט עס נאכנישט די חלוקה אומ יושרדיג
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 3:11 pm
דורך אמת ואמונה
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:26 am
דא זאל זיין געווידמעט אויסצושמועסן און באהאנדלען די יושר׳דיגקייט פון די חלוקה פעקלעך.
ביטע נישט מאכן דא קיינע אנקעטעס וועלכע זון האט באקומען מער און בעסער, ווייל יעדער וועט זאגן לויט זיין פארטייאישע אגענדעס, אז עכט איז חבילה - - - בעסער…
מיר ווילן בלויז רעדן פון די ספעציפישע פרייז אפשאצונג וואס געלייגט געווארן ביי יעדע אייטעם, וואס לויט די פרייז האט יעדע פעקל געדארפט אנקומען צו:
2.7 מיליאן דאללאר לא פחות ולא יותר
ממילא איז אינטרעסאנט צו דערגיין ווי אויסגעהאלטן די אפשאצונג איז.
פון וועלכע ירושה איז די רעדע?
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 5:53 pm
דורך פעיק ניוז
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 3:11 pm
זוכער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:26 am
דא זאל זיין געווידמעט אויסצושמועסן און באהאנדלען די יושר׳דיגקייט פון די חלוקה פעקלעך.
ביטע נישט מאכן דא קיינע אנקעטעס וועלכע זון האט באקומען מער און בעסער, ווייל יעדער וועט זאגן לויט זיין פארטייאישע אגענדעס, אז עכט איז חבילה - - - בעסער…
מיר ווילן בלויז רעדן פון די ספעציפישע פרייז אפשאצונג וואס געלייגט געווארן ביי יעדע אייטעם, וואס לויט די פרייז האט יעדע פעקל געדארפט אנקומען צו:
2.7 מיליאן דאללאר לא פחות ולא יותר
ממילא איז אינטרעסאנט צו דערגיין ווי אויסגעהאלטן די אפשאצונג איז.
פון וועלכע ירושה איז די רעדע?

Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 6:29 pm
דורך דזשימי קארטער
איך וואונדער זיך
די מגילה 250K און די מנורה 500K?
נארוואדען די מנורה האט יעדער 2 מאל אזוי געוואלט ווי די מגילה, שטימט עס
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: מוצש"ק מאי 30, 2026 6:25 pm
דורך זלמעלע
אסרוחג האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 10:53 am
און דאס ווערט צוטיילט על פי צוואת רבינו מיט א גורל
גראדע שטייט נישט אין די צוואה גארנישט מען זאל מאכן א גורל
און אויך נישט גארנישט אז עמיצער פון די קינדער דארף עפעס מסכים זיין
לוייט די צוואה אליין האט מען די דריי משמשים געקענט אליין פירן די חלוקה, אהן פרעגן קיינער.
כ'בין טאקע מודה אז מ'האט עס גוט געפירט, אבער למען הפונקטליכקייט.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 12:30 am
דורך נייגעריגער קאטשקע
דזשימי קארטער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 6:29 pm
איך וואונדער זיך
די מגילה 250K און די מנורה 500K?
נארוואדען די מנורה האט יעדער 2 מאל אזוי געוואלט ווי די מגילה, שטימט עס
די מנורה איז למעשה א זילבער שטיק.
וויאויך דער מגילה איז נישט אין בעסטן מצב, מפי השמועה.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 2:21 am
דורך זוכער
ס׳גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי די הקפות ספר תורה פון ברך משה איז געשאצט געווארן פאר בלויז א מאה אלף.
אין די צייט וואס הייסט קאסט אזא ספר תורה מינימום 2 מאות.
און דאס איז נאך פון ברך משה.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 3:10 am
דורך אזוי וויל איך
זוכער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 31, 2026 2:21 am
ס׳גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי די הקפות ספר תורה פון ברך משה איז געשאצט געווארן פאר בלויז א מאה אלף.
אין די צייט וואס הייסט קאסט אזא ספר תורה מינימום 2 מאות.
און דאס איז נאך פון ברך משה.
מען ווייסט נישט ווער די סופר איז געווען די רבי האט עס באקומען פין א דאקטער. אין בכלל איז עס נישט אין בעסטן קאנדישאן
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 4:57 am
דורך זלמעלע
טו פוינטס באופן כללי:
א. סבכלל 'זייער שווער צו אפשאצן אנטיק זאכן. אפילו לו יהי אז די גרעסטע מבין און מומחה זאל עס אפשאצן.
באופן כללי חז"ל זאגן אז יעדן מטלטלין איז מיטב וייל "אי לא מזדבן הכא מזדבן במתא אחריתי", אבער באופן כללי ס'דא "מארק", דהיינו לאמיר זאגן אז איך וויל פארקויפן א סעלפאון, און ס'דא איינער וואס וויל דווקא אזא מין סעלפאון, דאך קען איך נישט הייבן צו פיל די פרייז, וייל דעמאלטס וועט ער עס קויפן פון אנדערע.
און פונקט אזוי איז פארקערט, די קונה קען נישט זאגן "כוועל נישט קויפן פון דיר ביז דו וועסט אראפ נעמען די פרייז", ווייל דעמאלס וועל איך עס פארקויפן פאר אנדערע.
וועגן די דעם סאיז דא א באקאנטע "מארקעט פרייז" מיט דעם קען מען אפשאצן די ווערד פון ייעדן חפץ, מער וייניגער.
בנוגע אנטיק איז אנדערע מהלך אינגאנצן, פון איין זייט ד קונה קען קיינמאל נישט זאגן פאר די מוכר "אז וועסט מיך נישט געבן אגוטע פרייז וועל איך גייען פאר אנדערער" וייל נישטא קיין אנדערע "מכתב כי"ק פון דעם צדיק", און מ'קען שויין נישט שאפן אזא מין זאך וייל דעם צדיק איז שוין בגנזי מרום און ער שריבט שויין נישט קיין בריוון דאהי בעולם הגשמי (אוייסער פון שיטת ה"נ נח"

).
פון צווייטע זייט אנטיק איז א זאך וואס קיינער "דארף" עס נישט, און מענטשן ווילן עס קויפן נאר מחמת פריוואטע אג'ענדעס וכדומה, למשל ס'דא איינער וואס ביי עם נועם אלימלך דפו"ר איז א סאך וויכטיגער ווי כי"ק פון זיין רבי'ן, אדער אנדערער וואס וויל דווקא זילבערווערג, וכו' וכו' פארשידנס.
און בתוכם ס'דא אויך חילוקים: דהיינו ס'דא צווי וואס האבן ליב ספרים, אבער ביי איינער אי די חשיבות דווקא ספרים מיט אחתימה כי"ק, און אנדערע נאר גענוצטע ספרים וואס דער רבי האט געלערנט אין זיי, אא"ו אהן א שיעור חילוקים יעדער לפי דעתו אדער שטותו.
און כדי צו פארקויפן א אנטיק בסכום הגון, דארף איך א. אז יענעם זאל האבן די אג'ענדע צו קויפן דעם זאך, ב. זאל ער האבן גענוג געלט אויף דעם, ג. זאל ער האבן פונקט יעצט די חשק צו קויפן (למשל, טאמער ער האט יעצט ממש געקויפט אנאנדערע אנטיק און מיט דעם געענדיגט זיינע "אנטיק באדזשעט" פון די יאר).
און מ'הני טעמי ס'דא א סאך מאל גרויסע סופרייזן און חילוק צווישן די אפשאצונג וואס זאגן די גרעסטע מומחים, און די פרייז וואס מ'האט עס תכלית פארקויפט.
און דאס איז די סיבה פארוואס פארקויפט מען עס רוב מאל אויף "אוקשען", וייל נאר אזוי קענסט וויסן אז די באקומסט די מערסטע געלט וואס האסט געקענט באקומען אויף די מינוט. (שטייטזיך אז מיט ווארטן נאך א אפאר חדשים/יארן האסט יא געקענט שאפן מער, אדער גאר וייניגער...)
ב. די גשמיותדיגע ווערד,דהיינו וויפל דאלער האט מען געקענט פארדינען ווען וואלט מען פארקויפט די חפצים אויף עפעס א אוקשן, און די רוחניתדיגע ווערד, דהיינו וויפל ווערד עס פאר א קינד פון ברך משה, און גאר ממשיך דרכו בהנהגה, זענען אינגאנצען אנדערע צווי ווערד'ס.
אין צוואה שטייט "שווה בשווה", שווער צו פארשטיין צו מיינט ער די גשמיותדיגע ווערד אדער די רוחניותדגיע, אבער נראה בעיקר כוונתו אז אלע זאלן זיין גלייך וויזוי עס צוצוטיילן. (בפרט אז זיי זענען די עכטע בעלים אלס יורשים, וויל די צוואה איז נישט געווען מחיים און נישט חל ע"פ דיני ממונות, ווי האט מען געמושסט אין די צוויטע טעמע).
מהני תרי טעמי איז זייער שווער צו דינגען און זאגן טענות אויף די חלוקה, והבן.
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה ציטיילונג אין סאטמאר
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 12:48 pm
דורך מחפש שלווה
כצ''ל
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 1:52 pm
דורך מלך בייוואז
געהערט (נישט באשטעטיגט אלץ 100%) אז עס איז יעצט ארויסגעקומען די ארגענעלע צוואה פון די ברך משה ז״ל (אינטער געשריבן דורך ר׳ משה פריעדמאן שליט״א משב״ק און ר׳ אליעזר קעסטנבוים שליט״א) וואס בעט אז מען זאל אזוי ציטיילן די ירושה
Re: יושר׳דיגע חלוקה פון די ״חבילות״ אין די ירושה
געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 2:12 pm
דורך זוכער
מיר געקאסט א לאך

- קאפי פון א בריוו
- IMG_9350.jpeg (10.49 KiB) געזען געווארן 605 מאל
מ׳קען דאך מאכן טויזנט קאפיס, און לייגן א פרייז פון א האלב מיליאן דאללאר.
א קלייניגקייט, א בריוו פון הייליגן רבי חיים וויטאל.