קום איך אריין אין ביהמ"ד היינט צופרי, איך כאפ מיר א טונק, איך מאך מיר א קאווע, איך גיי טרעפן די ערשטע מנין, נאכן דאווענען זעץ איך מיך צו צום תיקון טיש, איך נעם א שטיקל קעיק, איך מאך א פלאמפייערדיגע ברכה, אבער ווי נאר איך לייג אריין די קוכן אין מויל... ווער איך געוואויר פארוואס עס הייסט "חנק קעיק"... א נס איז געווען אז איך בין ארויס פון דארט לעבעדיג, און אט שטעלט זיך מיר א שאלה: קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די באשעפער'ס גרויסע גרינע ערד-קוגל הייסט די מעמד "תיקון"? אויף וואס פונקטליך איז עס א תיקון? אפשר טאקע וועגן דעם, ווייל מ'דארף אפקומען געוויסע עבירות, איז עס אין א בחינה פון "יסורים ממרקין"? אדער איז עס ענליך ממקורו פון "תיקון חצות"? און אז מ'רעדט שוין וועגן תיקון חצות, איז מיר בייגעפאלן אז אפשר גאר איז תיקון חצות די זעלבע נאמען ווי תיקון/נאכ'ן דאווענען, טאקע דערפאר, אדער אפשר גאר איז ביידע באשאפן געווארן צוזאמען?
ווילאנג איך האלט אינמיטן טראכטן אזוי, קומט צו א איד, און מאכט זיך באקוועם נעבן מיר, און גלייך הייבן אן פליען זאכן, סעלצער פון די אנדערע זייט טיש באקומען פליגלען און פליען אריבער צו דעם איד אויף מיין רעכטע זייט, דער איד עפנט אויף די סעלצער מיט א שבת-נאכמיטאג'דיגע רואיגקייט, און פארשטייט זיך אז ער האט נישט אבאכט געגעבן וויאזוי ער עפנט עס, און איך האב באקומען.. אה וואה... סאך מער ווי תשעה קבין... און דער איד - מיט א בלעכענע געזיכט - קוקט מיר אן מיט א פנים וואס זאגט "אוי, ביסט נאס געווארן?" און איך... איך האב שוין פארשטאנען פארוואס ס'הייסט "תיקון", מ'שטיינס געזאגט, נו, אויף דעם זאגט דאך די וועלט אז אויב מ'דארף אפקומען עפעס אגאנץ יאר, נעמט מען פונעם גבאי'ן אביסל "חנק קעיק".
בעצם קען מען סתם אזוי צונעמען די גאנצע נושא פון תיקון נאכ'ן דאווענען, ס'איז מקובל פון צדיקים (פארהערט'ס מיך נישט וועלכע) אז ווען צוויי אידן מאכן א לחיים טראגט עס ארויף אלע בקשות וואס מ'האט געבעטן, נו, איז שוין פארשטענדליך פון וואו דער מנהג קומט, אבער וואו - למען השם - שטייט אז מ'מוז זיצן צוקוועטשט ביי תיקון, און עסן פון יענעמ'ס קעיק, און טרינקען פון יענעמ'ס ברוינפן קאפ? אפשר צו מרבה זיין אהבת ישראל, איז אזוי:
מ'קומט אריין אין ביהמ"ד נאכן דאווענען - ווי שוין פריער ערווענט - זעט מען אזוי, אפשר פופציג ברוינפן קאפס אויסגעשפרייט איבער אלע ווינקלען פונעם טיש, קיין איין גאנצע סלייס קעיק, פלאץ איז אויך נישטא אויף די צוויי קליינע טישן, און ס'זיצן אידן - אמאל נאכן דאווענען, און אמאל (ליידער) פארן דאווענען מיט די טלית אויף די פלייצע - (אגב, דעמאלטס שמועסט זיך עס געשמאקער, זאג נישט פאר קיינעם) און מ'שמועסט, און איך קליינע מענטשעלע וויל זיך צורוקן און אויך טועם זיין עפעס א שטיקל קוכן, און מיט הונגעריגע אויגן שטיי איך און קוק אויף דעם ליידיגן טאץ, און די גבאי - מיט די גאנצע העפליכקייט - זאגט מיר נאך, "קום, זעץ דיך, מאך א ברכה...
עכט וואלט איך נאך געוואלט שרייבן ווייטער, אבער איך מוז גיין ארבעטן,...
אה, מיין חברותא קומט, איך דארף לויפן...
סאו, די צווייטע האלב וועט נאכפאלגן בס"ד.
סטעי טונד!!
תיקון, אוי...
- פאלשע בארד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 32
תיקון, אוי...
עניוועי...
- פאלשע בארד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 32
Re: תיקון, אוי...
אקעי, איך טראכט צו איך זאל מאכן א "אין קורצן פון פריער"... נעה, אויב דו ווילסט וויסן פון וואס איך רעד דא, גיי ליין די ערשטע חלק. איך גיי ווייטער:
און די גבאי - מיט די גאנצע העפליכקייט - זאגט מיר נאך, "קום, זעץ דיך, מאך א ברכה"... און איך קוק אזוי מיט אויפגעריסענע אויגן אויף דעם איבערגעפולטן טיש (נישט איבערגעפולט מיט עסן, ווייל ווי אויבן דערמאנט איז דאך דער טאץ ליידיג, נאר ווען איך זאג [שרייב] איבערגעפולט מיין איך מיט קאפס און שמוץ וכדו') ... שוין, למעשה - ווען מיין בויך הייבט שוין אן צו וויינען פון הונגער - זעץ איך מיך אוועק, - אויף איינעמ'ס פיס פארשטייט זיך, - און דא הייבט זיך אן די "אויבן-אן סיטואציע", ס'הייסט? אה, מ'הייבט אן צו רוקן ברעקלעך אהין און צוריק ווי ווייפערס פון א קאר, און ווי מער איך רוק אלס מער ברעקלעך קומען מיר עפעס אפיר - ווי מכת צפרדע -, שוין, זע איך איין אז איך וועל קיין חיים טובים שוין נישט מאכן דא, באשליס איך צו גיין צו די נעקסטע פאזע.
איך שפאציר מיר אריין אין די ערשטע רעסטוראנט וואס איך זע - מיט א כשר'ע הכשר פארשטייט זיך -, און ווען איך האלט שוין נאכן באצאלן אבער פארן אנהייבן עסן, רופט מיר מיין ווייב אריין און זאגט אז "מיין מאמע וויל אונז זאל'מיר קומען צו איר עסן פרישטאג", ש'כח... האסט מיר דעיס נישט געקענט זאגן פארדעם? נו, וואס טוט מען נישט פאר שלום בית? הייב איך מיך אויף - מיט א בויך וואס שטייט און קרייט שוין - און איך גיי אריבער צו מיין שוויגער, און ערשט דארט... ווער איך געוואויר פארוואס מ'טאר נישט עסן פארן דאווענען.. יא יא... אויב מיינט עטס אז חנק קעיק איז א פראבלעם, דארט איז עס אסאך ערגער, און דארט טארסטו ניטאמאל קאמפלעינען...
איך רעד מיך נישט אפ, אבער...
אקעי, באמת האב איך נישט געהאט נאך קיין סאך צו שרייבן, איך האב פשוט געוואלט געבן א ענדיג צו די נושא.. און אוודאי און אוודאי, אויב איינער האט הגהות, שעם דיך נישט, הייבט אויף דיין הענט, און מ'וועט דיך אויסהערן... יא, ווילסט עפעס?
נ.ב. איך האב חס ושלום חס ושלום נישט געמיינט צו חוזק מאכן פון די הייליגע מנהג פון עסן תיקון, איך האב נאר געוואלט ארויסברענעגן די ענין לשבר את האוזן... און אויב האסטו עני קאמענטס, ליוו מי עי קאמענט אין די קאמענט סעקשן בילאו, [אוי, דעיס איז דאך נישט קיין פאדקעסט, אבער נאך אזויפיל טראומא וואס איך בין נעבעך דורכגעגאנגען ביים תיקון מיין איך אז איך קען שוין בקרוב עפענען איינס, אהה, און ס'גייט הייסן טראומא-קעסט...] און שוין, איך מיין אז איך רעד שוין [שרייב שוין] צו לאנג, איך 'על ענדיגן אז יא, און שוין.