בלאט 1 פון 1

איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 5:48 pm
דורך יחזקאל סגל לנדא
איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

יא! אזויווי איר הערט! פשוט און פראסט!

א סמעטענע חסידישער אינגערמאן מיט די שמונה בגדים און נאך דערצו אינמיטן בית מדרש!

וואס גייט פאר?! לאמיר אנהייבן פון אנהייב:


געווען איז עס א קנאפע צוויי וואכן אויף ריווערס, ווען איך קריג א מכתב קודש פון די 'ועד האישור' פון די מוסד אז איך ברויך געבן א דין וחשבון איבער מיינע אפליינעסעס... זיי פארלאנגען א קלארע באריכט איבער יעדע כלי, און איבער איר הכשר.

ווען עס קומט צו לעפטאפ/טאבלעט האב איך גלאטערהייט געשריבן 'טעקלאק', אבער קומענדיג צו די סעלפאונס... דא האט זיך אנגעהויבן א פראבלעם.

וואס? פשוט און פראסט, איך האב נישט קיין פילטער אויף מיין "פאור-דזשי" פליפ פאון. פינטעל.

איי העסטע פרעגן: שייגעץ! רשע!


רואיג: בשנים קדמוניות פלעג איך האבן טעג/ליווידזשענט/משומר למיניהם, אבער דאן האבן זיך די פאליציע'ס (וויאזוי שרייבט מען פאלעסיס אין אידיש?) געטוישט. צום ערשט אראפ מיט אימעיל, דאן אנידערגעשליידעט האט-ספאט, נאכער זיך גענומען איבער די שוידערליכע ווידיאו סכנה...

יעדע צוויי חדשים א נייע גזירה!!

און ווען איך פרעג בתמימות דעם אינגערמאן ביים טישל (וואס טרעידט סטאקס אויף זיין אייפאון): כ'קען לאזן האט-ספאט אפן? "חלילה"!! קומט זיין תשובה...

דא האב איך דעסיידעט, גענוג! איך גיי מיר צו עפפ"ס פא"ר פלי"פ... כ'גיי האבן אימעיל, האטספאט, ווידיאו, און אלעס בחינם! געשפארט א פינף און דרייסיגער! (טראמפ וויל מאכן אזא באנקנאט? מיין המצאה!)


יעצט צוריק צום גניבה אקציע:

איך ברויך דאך געבן א סטיקער נאמבער צום מוסד, פון די פילטער קאמפעני... ס'טוט מען?!

איז מיר בייגעפאלן א געניאלער המצאה! איך גיי שרייבן סתם א נאמבער... איי, אפשר קענען זיי זען אז ס'איז דא אזא נאמבער?! נאך א פלאן, כ'גיי גיין אין סמעדרעש און ווען מיין שכן לייגט אראפ זיין פאון לעבן זיין סידור, וועל איך פיעקן אויף זיין נאמבער... און יענץ שרייבן...


האב מיר "גע'גנב'עט" א "משומר/גדר" נאמבער!!





טייערע מוסדות: מיינסט איך וויל אייך פאפן?! גיין הונטערן רוקן?! עהה... נאר וואס דען? איך האב קיין צוויי ברירות, איך דארף האבן אימעיל אויף מיין פאון, (פארוואס? קישענאס! - קוש אין נאז) און אויב ענקערע קאמפעניעס "קענען" עס נישט צושטעלן, דאן מוז איך גיין אויף דעם ראוט...



ש'כח - יעדער!

איימסארי - נגזל!

כ'פייף דיר אן - ועד האישור!


ביי

Re: איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 7:29 pm
דורך ווערווייס
נישט געזארגט

ווי לאנג דו צאלטס די 25 דאלער ביסטו געקאווערט

Re: איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 7:57 pm
דורך שמות
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 5:48 pm איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

יא! אזויווי איר הערט! פשוט און פראסט!

א סמעטענע חסידישער אינגערמאן מיט די שמונה בגדים און נאך דערצו אינמיטן בית מדרש!

וואס גייט פאר?! לאמיר אנהייבן פון אנהייב:


געווען איז עס א קנאפע צוויי וואכן אויף ריווערס, ווען איך קריג א מכתב קודש פון די 'ועד האישור' פון די מוסד אז איך ברויך געבן א דין וחשבון איבער מיינע אפליינעסעס... זיי פארלאנגען א קלארע באריכט איבער יעדע כלי, און איבער איר הכשר.

ווען עס קומט צו לעפטאפ/טאבלעט האב איך גלאטערהייט געשריבן 'טעקלאק', אבער קומענדיג צו די סעלפאונס... דא האט זיך אנגעהויבן א פראבלעם.

וואס? פשוט און פראסט, איך האב נישט קיין פילטער אויף מיין "פאור-דזשי" פליפ פאון. פינטעל.

איי העסטע פרעגן: שייגעץ! רשע!


רואיג: בשנים קדמוניות פלעג איך האבן טעג/ליווידזשענט/משומר למיניהם, אבער דאן האבן זיך די פאליציע'ס (וויאזוי שרייבט מען פאלעסיס אין אידיש?) געטוישט. צום ערשט אראפ מיט אימעיל, דאן אנידערגעשליידעט האט-ספאט, נאכער זיך גענומען איבער די שוידערליכע ווידיאו סכנה...

יעדע צוויי חדשים א נייע גזירה!!

און ווען איך פרעג בתמימות דעם אינגערמאן ביים טישל (וואס טרעידט סטאקס אויף זיין אייפאון): כ'קען לאזן האט-ספאט אפן? "חלילה"!! קומט זיין תשובה...

דא האב איך דעסיידעט, גענוג! איך גיי מיר צו עפפ"ס פא"ר פלי"פ... כ'גיי האבן אימעיל, האטספאט, ווידיאו, און אלעס בחינם! געשפארט א פינף און דרייסיגער! (טראמפ וויל מאכן אזא באנקנאט? מיין המצאה!)


יעצט צוריק צום גניבה אקציע:

איך ברויך דאך געבן א סטיקער נאמבער צום מוסד, פון די פילטער קאמפעני... ס'טוט מען?!

איז מיר בייגעפאלן א געניאלער המצאה! איך גיי שרייבן סתם א נאמבער... איי, אפשר קענען זיי זען אז ס'איז דא אזא נאמבער?! נאך א פלאן, כ'גיי גיין אין סמעדרעש און ווען מיין שכן לייגט אראפ זיין פאון לעבן זיין סידור, וועל איך פיעקן אויף זיין נאמבער... און יענץ שרייבן...


האב מיר "גע'גנב'עט" א "משומר/גדר" נאמבער!!





טייערע מוסדות: מיינסט איך וויל אייך פאפן?! גיין הונטערן רוקן?! עהה... נאר וואס דען? איך האב קיין צוויי ברירות, איך דארף האבן אימעיל אויף מיין פאון, (פארוואס? קישענאס! - קוש אין נאז) און אויב ענקערע קאמפעניעס "קענען" עס נישט צושטעלן, דאן מוז איך גיין אויף דעם ראוט...



ש'כח - יעדער!

איימסארי - נגזל!

כ'פייף דיר אן - ועד האישור!


ביי
סעד!
עבירה גוררת עבירה, קודם ווארפט מען אוועק די פילטער און נאכדעם הייבט מען אן גנבענען...

Re: איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: דינסטאג מאי 26, 2026 12:33 pm
דורך הערשל זעליגסאהן
אין די ביורא'ן פון גדר / משומר הערשט א כאאס און פאניק...

די עצרת-פראטעסט עסקנים פון ביידע קהלות האבן ווידעראמאל געמערזש"ט צוזאמען, פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד, אויף די קריטישע מטרה צו לאונטשע"ן א פולשטענדיגע אינוועסטיגאציע אויף די תסמר-סערות-אנוש'דיגע סומאטוכע...

הפנים, א בר בי רב... א לאנדא... האט אזוי ש'מיר-ש'דיר אויסגעשפילט דעם סיסטעם...

קאנעס קאווע און שפייכלער'ס ציגארעטן גיסן פון די זייטן ווען טייכלעך שווייס רינט פון די געזיכטער...

די גרעסטע פראגראמירער און עי-איי עקספערטן פון אלע סארטן ווערן גענוצט צו דערשפירען און נאכיאגן די גערויבטע אישור-אידענטיעט...

האלבע נאכט ווערט די פליג-דורכפליענדע שטילקייט צושטערט מיט א הילכיגע זעץ...

געטראפן!

שרייט דער קרח-מכאן עקספערט...!

654321 איז די נומבער וואס ערשיינט אין צוויי בויגנס...!!!

די אטמאספערע איז דערהויבן... און די אייז-קאלטע ביר הייבט אן מאכן איר וועג צו די פיסקעס...


ווע מיטאמאל מורמעלט איינער-ווער אריין: איינס איז פון גדר און איינס פון משומר

Re: איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: דינסטאג מאי 26, 2026 12:41 pm
דורך עומד על תלת
נישט אז איך געב א הסכמה אויף די מהלך,
אבער מיין חבר דערציילט מיר אז די מוסדות האט אים געזאגט צו קויפן א טעבליט,
אין נישט צו האבן אימעל אויפן פאון, האט ער ענדרשט געלאזט זיין קינד לענגער אין פלעי גרופ ווי צו קויפן אא טעבליט, האב איך אים געזאגט האסט דאך א גיטע השמענו מעשה.....

Re: איך בין געווארן א גנב אויף די עלטער!

געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 11:26 pm
דורך אנדערער
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 5:48 pm איך האב קיין צוויי ברירות, איך דארף האבן אימעיל אויף מיין פאון
א באזונדערע פאון פאר אימעיל?