בלאט 1 פון 1

אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 11:12 am
דורך שטאטסמאן

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 8:07 pm
דורך מלך בייוואז
שטאטסמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 11:12 am https://www.odehorg.org/
וואס איז מיט דעם

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג מאי 25, 2026 8:58 pm
דורך שטאטסמאן
א ארגענעזאציע וואס העלפט ארויס מיט טרענספלענטס יעדע סארט ארגען וואס איז נאר שייך

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דינסטאג מאי 26, 2026 4:57 pm
דורך שטאטסמאן
Screenshot 2026-05-26 161208.png
Screenshot 2026-05-26 161208.png (182.91 KiB) געזען געווארן 547 מאל
Screenshot 2026-05-26 161229.png
Screenshot 2026-05-26 161229.png (307.98 KiB) געזען געווארן 547 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 28, 2026 9:06 am
דורך שטאטסמאן
אודה טעסטינג ניר/לעבער ביי סאטמארק
151559.jpeg
151559.jpeg (146.27 KiB) געזען געווארן 501 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 28, 2026 9:06 am
דורך שטאטסמאן
Screenshot 2026-05-27 104038.png
Screenshot 2026-05-27 104038.png (392.97 KiB) געזען געווארן 500 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 28, 2026 3:16 pm
דורך הי הי הי
ביטע אויב ס'איז שייך צו אויסשמועסן אביסל פרטים איבער די ארגענעזאציע יישר כח

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 28, 2026 7:31 pm
דורך מלך בייוואז
הי הי הי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 3:16 pm ביטע אויב ס'איז שייך צו אויסשמועסן אביסל פרטים איבער די ארגענעזאציע יישר כח
איך מיין אזויווי רינאעל אבער אויך נעמען זיי קעיר פון לעבער...

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: פרייטאג מאי 29, 2026 2:01 pm
דורך שטאטסמאן
הי הי הי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2026 3:16 pm ביטע אויב ס'איז שייך צו אויסשמועסן אביסל פרטים איבער די ארגענעזאציע יישר כח
ס'איז א ארגענעזאציע וואס העלפט ארויס און באגלייט יעדע סארט ארגען טרענספלענט וואס מ'מאכט נירן, לעבער, הארץ, לינגען, וכד', ביי נירן און לעבער איז דא די אפציע פון לייוו דאנער באגלייטן זיי אויך די דאנער מיט א געטריישאפט מיט אלע איינצעלהייטן לכל אורך הדרך

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: זונטאג מאי 31, 2026 2:51 pm
דורך שטאטסמאן
היינט קומט פאר א רייכע עלעגאנטע איווענט פאר דאונערס און געהאלפענע ומשפחתם, און די טיעם מעמבערס פון די פארלאפענע קאמפיינס
Screenshot 2026-05-26 151624.png
Screenshot 2026-05-26 151624.png (315.62 KiB) געזען געווארן 385 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג יוני 01, 2026 10:56 am
דורך שטאטסמאן
ערשטע בילדער פון די נעכטיגע מעמד
159030.jpeg
159030.jpeg (354.29 KiB) געזען געווארן 316 מאל
20260601_012858.jpg
20260601_012858.jpg (146.93 KiB) געזען געווארן 316 מאל
20260601_012742.jpg
20260601_012742.jpg (242.98 KiB) געזען געווארן 316 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג יוני 01, 2026 11:51 am
דורך מאה שערים
שטאטסמאן האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 10:56 am ערשטע בילדער פון די נעכטיגע מעמד159030.jpeg20260601_012858.jpg20260601_012742.jpg
וועם האט פנחס לייפער אינטערוויורט?

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג יוני 01, 2026 9:54 pm
דורך שטאטסמאן
מאה שערים האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 11:51 am
שטאטסמאן האט געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2026 10:56 am ערשטע בילדער פון די נעכטיגע מעמד159030.jpeg20260601_012858.jpg20260601_012742.jpg
וועם האט פנחס לייפער אינטערוויורט?
א טאטע פון א קינד וואס האט באקומען א לעבער און דער דאונער ציזאמען מיט הרב יואל עסטרייכער מיסד ומנהל אודה

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 3:03 pm
דורך שטאטסמאן
1000515475.jpeg
1000515475.jpeg (227.85 KiB) געזען געווארן 226 מאל
20260603_005129.jpg
20260603_005129.jpg (230.97 KiB) געזען געווארן 226 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 04, 2026 3:05 pm
דורך שטאטסמאן
https://charidy.com/odeh
165195 (1).jpeg
165195 (1).jpeg (98.3 KiB) געזען געווארן 222 מאל

Re: אודה - ODEH = Organ & donor extensive help

געפאוסט: מאנטאג יוני 08, 2026 1:40 pm
דורך הויכראנגיק
א באריכט איבער די ערשטמאליגער רירענדע מעמד:

רירנדע און ערשטמאליגע ׳מסיבת אודה השם׳ אפגעראכטן געווארן דורך ׳אודה׳, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער עסקנים, נדבנים ונגידי עם וחולים שנתרפאו ומשפחתם, צו דאנקן אויף די געוואלדיגע פעולות שע״י אודה

רייכע און עלעגאנטע מעמד פארגעקומען אינעם מלון האטעל, אהערגעשטעלט דורך די בארימטע ״פראדזשעקטער גרופע״ אין שפיץ פון מייסטער-קאמפיין סטראטעגיסט ר׳ אהרן עהרנטאל צוזאמען מיט זיין שותף ר׳ אייזיק מאשקאוויטש, אינאיינעם מיט די פינעקס טיעם.


דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט האט זיך אנטפלעקט פאר די אויגן אן ערשטמאליגן און חידוש׳פולן מעמד אינערהאלב די ראמען פון אודה, ווען הונדערטער עסקנים, נגידים בעם און אידן און פאמיליעס וועלכע זענען אויפגעראכטן געווארן מיט׳ן לעבן דורך אודה, זענען זיך אינאיינעם צוזאמגעקומען אינעם פראכפטפולן מלון האטעל, פאר א רייכע נאכט אפצורעכטן א שבח והודאה פאר׳ן אייבערשטן, פאר די וועלטס-גרעסטע דאקטוירים און פאר די עסקנים ונגידים וועלכע ערמעגליכן די אומגלויבליכע פעולות פון אודה.

די מעמד איז איינגעלייטעט געווארן דורכ׳ן בארימטן פה מפיק מרגליות ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט״א, וועלכע האט אריינגעברענגט דעם פיל-קעפיגן עולם אינעם מסבית הלילה, און ארויסגעברענגט אויפן שפיץ גאפל די הייליגע און אומגעווענליכע פעולות פון אודה, וועלכע טוט שטילערהייט גראבן טיפע וואסערן פאר קרוב צו צוועלף יאר, און האט אין די צייט געראטעוועט הונדערטער אידן ממוות לחיים, דורכ׳ן זיי באגלייטן און ברענגען די ריכטיגע צוגעפאסטע דאקטוירים און ארגאנען, צו קענען ממשיך זיין מיט א נייע לעבן.

דאן איז אויפגערופן געווארן איינס פון די גרעסטע דאקטוירים וועלכע האט געדינט אלס דירעקטער אין קאלאמביע שפיטאל-נעץ, און פארפיגט פאר לאנגע יארן אויף די קאמפליצירסטע טראנספלענטס, און ארבעט האנט ביי האנט מיט אודה, דר. קאהן, וועלכע האט ערהאלטן א באעהרונג און דערנאך ארויסגעברענגט זיין נאענטע צוזאמענארבעט און אומגלויבליכע פארשטאנד וואס מרת עסטרייכער און די גאנצע אודה טיעם פארמאגן צו יעדע קעיס, צו פארשטיין און ארויסהאבן דאס וואס די גרעסטע דאקטוירים קענען צומאל פארזען, און אין די זעלבע צייט באגלייטן די חולים מיט אן אויסטערלישן הארץ און פארשטאנד.

שטארקע און קלארע רייד זענען געהערט געווארן דורך ר׳ אהרן עהרנטאל, דער מייסטער סטראטעגסיט אין גראנדיעזע קאמפיינס דורך ׳פראדזשעקטער׳, וועלכע האט פארגעלייגט די קלארע פלאן און עתיד פון אודה, וויאזוי עס וועט בס״ד פארזיכערט ווערן איר עתיד און גלאררייכע פעולות פון הצלת נפשות.

דער קלימאקס פונעם נאכט איז געווען א רירנדע פרעזענטאציע און שמועס צווישן הרב יואל עסטרייכער שליט״א, מנהל ומייסד, אינאיינעם מיט א העראאישע לעבער-דאונער און מיט׳ן טאטע פון די קליין קינד וועלכע האט ערהאלטן דעם לעבער. די מעמד איז אנגעפירט געווארן דורכ׳ן בארימטן שריפטשטעלער הרב פנחס לייפער, און האט געברענגט טרערן אין די אויגן ביי די פארזאמלטע, ווען החוט המשולש לא במהרה ינתק, און מען האט געהאט די געלעגנהייט בייצואוואוינען פון דער נאענט די גאנצע השתלשלות פון א געווענליכע קעיס אינערהאלב אודה.

די הונדערטער באטייליגטע האבן פארלאזט די האטעל אין די שפעטע נאכט שעות, מיט געמישטע געפילן פון פרייד און שמחה אויף די הונדערטער חולים שנתרפאו כבר, און אין די זעלבע צייט מיט א תפילה און געבעט צום רבוש״ע אז די פעולות זאלן ווייטער קענען אנגיין, און אודה זאל ממשיך זיין ראטעווען די הונדערטער חולי ישראל וועלכע ווארטן נאך אויף א ישועה.