בס"ד.
דער פיוט אקדמות איבערגעטייטשט אין אידיש,
אבער, מיט אן אינטערעסאנטן חידוש,
יעדע צוויי שורות ביינאזאם,
טוט שטימען מיט א הערליכן גראם,
איז הער זיך צו צו דעם וואונדערליכן געזאנג,
וואס ר' מאיר שרייבט דא מיט לויב און דאנק:
אקדמות מילין ושריות שותא...
אלס הקדמה צו מיינע רייד, און די אנהייב פון מיין שמועס, (אקדמות)
וועל איך צום ערשט בעטן א הסכמה און א רשות,
מיט צוויי-דריי בתי שיר, וואס איך וועל אנהייבן מיט א ציטער,
מיט רשות פונעם וועלט-באשאפער, און עס פירן ביז איר עלטער אויך טוט ער,
אן אייביגע שטארקייט איז פאר איהם, און ניטאמאל עס באגרייפן אונז גיימיר,
אפילו ווען אלע הימלען זענען ווען פארמעט, און פעדערן - אלע ביימער,
און ווען אלע ימ'ען וואלטן געווען טינט, און אויך אלע טייכן,
און אלע איינוואוינער פון די וועלט וואלטן געווען באשאנקען מיט א שריפט א רייכן,
וואלט געווען אוממעגליך צו שרייבן די פראכט פונעם הער אין הימל, וואס איז די געוועלטיגער אויך אויף די טרוקעניש,
וואס ער האט אויפגעשטעלט די וועלט אליין, און איר פארהוילן מיט א פארהוילעניש,
און דאס איז געווען אן קיין מוטשעניש, זיך ניטאמאל געפלאגט,
מיט די גרינגסטע אות - ה' - וואס האט ניטאמאל קיין טאפעניש, ווייל אן די מויל געצייג דעם אות מ'זאגט,
אנגעגרייט און געענדיגט זיין ארבעט, האט ער אין קארגע זעקס טעג, נישט אזוי פיהל,
און דערנאך איז זיין לעכטיגע טייערקייט ארויף אויף זיין פייערדיגע שטוהל,
זיינע דיוויזיעס זענען פון טויזנטער און צענדליגער טויזנטער, וואס בלויז אז זיי זאלן אים באדינען האט ער זיי באשאפן,
און ער באשאפט נאך אויך יעדן טאג נייע, וואס פארשטערקערט די אמונה, אזש מ'קען עס נישט אפשאפן,
מער פון זיי זענען די שרפי אש, אלע מיט זעקס כנפים,
און מיט דעם אלעם, ביז קיין רשות באקומען זיי נישט, שווייגן זיי - די גרויסע שרפים,
און מיט רשות, רופן זיי איינער צום צווייטן, און זאגן קדושה אלע אויפאמאל,
"כבודו מלא עולם", נאך דריי מאל זאגן קדושה, איינס פאר די וועלטן אויבן, איינס פאר אונטן, און איינס אז ער וועט געוועלטיגן אלעמאל,
מיט א שטארקע קול טוען זיי צום בורא שטורעמען, ווי די קול וואס קומט פון איינגעזאמלטע וואסערן ארויס,
די "כרובים" אנטקעגן די "גלגלים" לויבן דעם בורא מיט א רעש שטארק און גרויס,
ווי שנעל די אויג זעט, און ווי די שנעלקייט פון א פליענדע פייל,
אזוי - צו יעדע פלאץ ווי מ'שיקט זיי, יאגן זיי זיך מיט אן איילעניש אבנארמאל,
זיי בענטשן דעם כבוד פון בורא מיט אלערליי שפראכן און אויסדרוקן,
פון די פלאץ וואו זיין שכינה איז, וואס מ'דארף נישט פאר עס זוכן און קוקן,
עס ברומען אלע דיוויזיעס פון די הייעך, און מיט פארכט אים לויבן-זיי,
די שיינקייט פון זיין קעניגרייך ווערט יעדע דור ארויסגעברענגט פונדאסניי,
און ווען זיי ענדיגן זאגן קדושה, און זייער צייט איז אריבערגעפארן,
זענען זיי פארטיג פאר אייביג, און אפילו נישט נאך זיבן שמיטה-יארן,
אבער, זיין טייערע ארבטייל וואס זענען באליבט מיט א קביעות,
מאכן פאר אים א ספעציעלער לויב צופרי און ביינאכט מיט א חִיוּת,
די אידן זענען אפגעשיידט פון די אנדערע זיבעציג פעלקער צו טון זיין באגער,
זיינע וואונדערליכע לויב טוען זיי פארציילן אן אויפהער,
דער בורא וויל, און גלוסט, און שפירט - כביכול - א רוחניות'דיגע דראנג, אז די אידן זאלן זיך אין זיין תורה פלאגן,
און זייער געבעט איז ער וועגן דעם מקבל, און עס העלפט וואס זיי טוען בעטן און זאגן,
די תפילה ווערט געבינדן צום חי עולמים אין זיין קרוין, דורך א שבועה פונעם מלאך פאר ער טוט עס צום בורא אריבערפירן,
און קעגן די כבוד פון די תפילין פון בורא, טוט דארט זיצן זייער תפילה בקביעות, אן זיך אוועקרירן,
די תפילין אליינס איז אנגעצייכנט מיט חכמה און דעת איבעראל,
ס'שטייט דארט די גרויסקייט פון די אידן וואס שרייען שמע ישראל,
זאגן די לויב פונעם הער פון די וועלטן, לויטער און ריין טוט זיין,
און ווי שיין איז אויף מיר צו זאגן און פארציילן די זאך פאר די קעניגן אין פנים אריין,
עס קומען זיך צוזאם אלע פעלקער צו די אידן, ווי ים-כוואלעס,
זיי וואונדערן זיך, און פרעגן פון כלל ישראל וועגן די גאולה געוויסע שאלות,
"פון וואו איז ער, און ווער איז ער, דער ליבהאבער פון דיר - דער איד וואס זעט אויס שיין,
וואס פאר אים און זיינע מצוות האסטו געוועלט צו וואוינען צווישן די לייב'ס ציין,
דו ביסט שיין און געעהרט, אויב דו וועסט זיך אויסמישן מיט אונז און נעמען אונזער הערשאפט,
וואס דו ווילסט וועלן מיר דיך טון, אין יעדן פלאץ, מיר וועלן דיך געבן קראפט",
מיט קלוגשאפט ענטפערן די אידן זיי צוריק, אביסל זיי צו לאזן וויסן, און זיי זאגן,
"ווען עטס וואלטס ווען געוואוסט, און זיך געקלוגט מיט א קלארע אנערקענונג, וואלט עטס אונז דאס בכלל נישט געטון פארשלאגן,
ענקער גרויסקייט, וואס איז עס דען ווערד קעגן יענע גוטס וואס ווארט מיר אין א זייט,
די פיל כבוד וואס וועט געטון ווערן פאר מיר ווען עס וועט קומען פון די גאולה די צייט,
ווען ס'וועט קומען צו מיר א לעכטיגקייט, וועט ענק - רשעים - באדעקן א בושה אויף א מדריגה גאר הויעך,
ווען די כבוד פונעם בורא וועט ווערן אנטפלעקט מיט איר גאנצן שטארקייט און כח,
דאן וועט ער באצאלן א שטראף פאר די וואס האבן אים פיינט, און פאר די וועם ער טוט האסן,
און א שכר וועט ער געבן פאר זיין באליבט פאלק, וואס זענען פארפולט מיט זכיות אין די מאסן",
א גאנצע פרייד וועט ער ברענגען צו אונז, און אויך די כלים פון דעם ביהמ"ק דעם שיינעם,
צו די שטאט ירושלים, ווען ער וועט צוזאמנעמען פון גלות אלע אידן אינאיינעם,
זיין כבוד וועט ליגן אויף אים בייטאג און ביינאכט,
ער וועט מאכן מיט זיין חופה - די ביהמ"ק - א קרוין און א פראכט,
און ער וועט אויפשַיינען די וואלקענעס, די חופה צו באשֵיינען,
לויט דיינע מעשים, א שענערע חופה טוט עס מיינען,
מיט שטוהלן פון גינ-גאלד מיט זיבן טרעפּן,
יעדע צדיק אויף זיין מדריגה, לויט וויפיל ער האט געארבעט אן אויסוועפן,
און זייער אויסזען וועט זיין גלייך צו איינער וואס טוט פון שמחה זאט זיַין,
און זייער פנים וועט שיינען ווי די ליכטיגקייט פון די הימל, און ווי די שטערן מיט זייער ליכטיגן שיַין,
א שיינקייט וואס מ'קען נישט מיט די ליפן מיטטיילן,
און איז נאכנישט געהערט און געזען געווארן דורך קיין נביא און חוזה וואס קען עתידות דערציילן,
די אויג קען נישט זען וואס איז אנגעגרייט אין גן עדן פאר די צדיקים, מ'מוז האבן אמונה,
די צדיקים וועלן דארט שפאצירן מיט געזאנג אינאיינעם מיט די שכינה,
אויפ'ן באשעפער וועלן זיי ווייזן און זאגן "זה אלוקינו", אבער מיט א פארכטיגע מינע,
"זה אלוקינו וואס אונז האבן געהאפט צו אים אין גלות מיט א שטארקע אמונה,
ער וועט אונז פירן מיט שמחה שטענדיג, ווי די מיידלעך וואס גייען ארויס טאנצן מיט פרייד,
אונזער מתנה איז שוין פון לאנג - אזויווי תרומה - אפגעשיידט",
די מתנה איז די שפיל - די מלחמה - צווישן די לויתן און די שור הבר פון די בערג וואס איז הויעך,
זיי וועלן זיך איינער אינעם אנדערן אריינהאנקערן, און מאכן צווישן זיך א מלחמה מיט כח,
מיט זיינע הערנער וועט שטויסן דער שור הבר, וואס איז פון די בהמות די גרעסטע,
און דער לויתן וועט שפרינגען קעגן אים מיט זיינע פלוס-פעדערן, מיט א שטארקייט א פעסטע,
דאן וועט זיך גענענען צו אים זיין באשאפער, מיט זיין גרויסע שווערד,
א סעודה און משתה פאר די צדיקים וועט ער מיט זיי אנגרייטן, וואס די וועלט האט נאכנישט געהערט,
ארומזעצן וועט ער זיי ארום טישן און פאטעלן פון הערליכע טייערע שטיינער,
ס'וועט זיך שלענגלען פאר זיי טייכן פון אפרסמון אויל, וואס איז גאר א פיינער,
זיי וועלן זיך מחי' זיין און טרינקען צו דער זעט פון כוסות וואס מאכן זאט,
פון אן אלטן וויין וואס איז געלויבט, און איז נאך אוועקגעלייגט פון ששת ימי בראשית, פון יענע צייט,
ענדיגט ר' מאיר צו: פונקט ווי איר האט זוכה געווען צו הערן די שבח פון "די" שירה,
אזוי זאלט איר זוכה זיין צו זיין באשטימט אין יענע חבורה,
און איר זאלט זוכה זיין צו זיצן פאר די שכינה אין די אויבערשטע שורה,
ווייל עטס הערטס צו צו די עשרת הדברות - זיינע רייד - וואס קומען ארויס מיט שיינקייט מפי הגבורה,
דערהויבן איז פון פאר די וועלט ביז נאך די וועלט - דער הייליגער בורא,
דער באשעפער האט געוואלט און אויסגעוועלט אין אונז, און אונז איבערגעגעבן די הייליגע תורה!!!
...צבי ואתרעי בן ומסר לן אוריתא!!!
(שיק עס ארום אויכעט און זיי מהנה אנדערע!)
אקדמות אין אידיש
- פאלשע בארד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 32
אקדמות אין אידיש
עניוועי...
Re: אקדמות אין אידיש
זייען שיין!
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.