א שמועס, מיט א לינקע וויזניצע חסיד
געפאוסט: דינסטאג מאי 19, 2026 2:36 pm
איינע פון מיינע ידידים, א טייערער און חשוב'ער אינגערמאן, צו ג-ט און צו לייט לויט אלע מפרשים. אהוב למעלה ונחמד למטה. אה… נאך איין פיצי זאך, ער איז א וויזניצער, נישט מורא'דיג א הייסע חסיד, אבער דאך היפש שטאלץ מיט זיין רבי און חסידות… טיפיקל וויזניצער…
לעצטנס טרעף איך זיך אן אין אים, אינמיטן גאס, און ווערן תיכף פארוויקעלט אין א געשמאקער שמועס, על דא ועל הא.,. אינמיטן רעדן מערק איך עפעס גאר מיסטעריעז אויף זיין קאפ.
איך האף ס'איז נאר א טעות. זאג איכעם. דער הוט אויף די לינקע זייט.
אהה…. די בא"ו פון מיין הוט? איך האב עס אפיציעל געטוישט!!
וואס?! דו?! שטאלצער וויזניצער וואס דו פלעגסט צו זיין!! און אזוי נישט מיר נישט דיר גיבסטו אויף דין רעליגיע?!
ניין… חלילה… מיין אמונה איז נאך גאנץ… סאיז נאר די הוט. וזהו.
לאמיר דיר עקספלעינען. זאגט ער מיט א פראפעשנעל ניגון. די גאנצע עניין פון די הוט אויף די רעכטע זייט. דער הייליגער אהבת ישראל זי"ע האט אמאל געגאנגען אויף דער גאס, זעענדיג א גלח גיין קעגן אים מיט א ענליכער סאמעטער הוט. האט ער פון גרויס עקל און אפשיי, זיך געגעבן א דריי ארום זיין הוט. צו זיין וואס ווייטער און פרעמדער פון דער טמא'נער גוי… צוביסלעך איז עס געווארן א מנהג, און הייליגער עניין…
אבער לעצטנס, ווען געוויסע יחידים - וואס גדולי הרבנים האבן גע'פסק'נט און זיך שארף אויסגעדרוקט אז מען דארף זיך פורש זיין פון זיי - גייען אזוי, דאן וויל איך שטיין ווי ווייטער פון זיי… גלחים מיט ביבער הוטן, זענען למעשה שוין נישט אזוי פאפולער היינטיגע טעג… משא"כ זיי זענען נאך מרקד בינינו.
מען דארף שטענדיג געדענקען דער שורש און טעם הדבר פון יעדע זאך, און האנדלען פון דארט. ספעציעל ביי זאכן וואס זענען נישט פונקט מסיני.
#רבי שמעון דריש טעמא דקרא.