בלאט 1 פון 1

ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 1:31 am
דורך פופציגער
שטיי איך ביים בעקעלע אייל אין גראסערי, ווי דער שטייגער פון טאטעס, און מיט פארשווייסטע אויגן פרוביר איך צו מעסטן וועלכעס איז איין סייז גרעסער פון די פאריגע מאל מ'האט געמאכט קאקאש קעיק, אבער טיפער פון די זופ בעקעלעך וואס כהאב געקויפט פאר פסח - בטעות ווי פארשטענדליך. גיי ווייס.

מיטאמאל פאל איך צוריק אין עולם העשייה, ווען דער פעשליכער מיט'ן פעך רויטן בארד זעצט מיר אין די פלייצעס, "פשיהא האסטו געטון א גוטע דזשאב...!" שרייט ער ארויס מיט א לעכעריגע שטימע וואס מאכט דעם וועג צווישן ראסטיגע ציין און א טרוקן ליפן.

איך פרוביר דעם רויטן צו פארשטיין, פון וועלכע דזשאב רעדט ער? ער לאזט אבער נישט לאנג מיט די ספיקות, "קיינער האט נאכנישט אזוי גוט אריינגעגעבן דעם פארברעכער! ביסט פיינע נייעס, יאסל!".

איך עפן מיין מויל. כ'האב אסאך צו ענטפערן. איך ווייס נישט פון וועלכע פארברעכער ער רעדט, כהאב קיינעם נישט אריינגעגעבן, און נשמה'לע, איך הייס נישט יאסל בכלל.

אבער נאך פאר איך קען ארויסרעדן א גאנצן זאץ, טרעפט ער א דריטן און שלעפט אים צו צו מיר "ער איז יאסל פייערשטיין! ער איז דער וואס האט נעכטן אזוי געטון מסדר געווען דעם שווער" צייגט ער אויף מיר.

יענער, ווי עס שיינט איז ער דעם רויטנ'ס שוואגער, עפנט אויגן "בראווא! ענדליך איינער מיט קוראזש! גוט האסטו געטון, ר' יאסל! מיין שווער האט דאס געמעגט הערן!"

ענד איי וואז לייק... הע?!



ענדיג איך מיט מיינע בעקעלעך, פארשווינדן פון דעם רויטן מיט זיינע געשיכטעס, און איך מאך דעם וועג צום רעדזשיסטער.

ביים רעדזשיסטער שטייט א לאנגע רייע, און פאמעליך רוקט זיך עס, ווען יעדער מיט זיינע משוגעתן טרעפט ווי צו ציען די נערוון. דארט שטייט א קינד און געבט א קרעדיט קארד נומער וואס ארבעט נישט, דער נעקסטער בעט רעשטע פון א טשעק, און דער נעקסטער וויל וויסן דעם חילוק אין פרייז פון די צוויי קאמפאניס.

בסדר, געדולד, אט קומט מען אן.

אבער ביים ענדליך אנקומען צום רעדזשיסטער, לאזט דער יעניגער וויסן אז ער ברויך גיין, און "דיס רעדזשיסטער איז נאו קלאוזט".

ענד איי וואז לייק... הע?!


דער מענעדזשער פון געשעפט זעט מיין אויפברויז, און ווי עס שיינט האט ער געהערט דעם רויטנ'ס געשיכטע איבער מיין אריינגעבונג טאלאנט, אזש ס'האט אים נישט פארגלוסט צו זיין אויף מיין שווארצע ליסטע.

קומט ער צו, און מיט גוטהארציגקייט געבט ער מיר א ווארף אריין א שפילצייג אין מיין וואגאן "כ'פארשטיי דיין פראסטרירונג. דא, נעם דאס פאר דיינע קינדער בחנם, א מתנה פון מיר דיר צו פארגוטיגן אויף דעם עגמת נפש".

נישט אז איך וואלט געטשוזט דעם עגמת נפש, אבער כאטש א פארגוטיגונג.

מיט'ן קאפ אין די הייעך שפאן איך ארויס פונעם געשעפט, ווען א צעטעלע מעלדט מיר איבער א ספעציעלע פראמאושען וואס לויפט אין די טעג, אז פאר יעדן ארדער פון העכער הונדערט דאלאר באקומט מען א שפילצייג אומזינסט.

מיינע אויגן לויפן פונעם רעסיט, צו מיין פארגוטיגונג שפילצייג, צום מענעדזשער, און צוריק.

ענד איי וואז לייק... הע?!



טרעף איך אינדרויסן מיין צווייטע קוזין, וועמען כ'וויל שוין לאנג טרעפן, אבער דוקא אין א פערצופאל'דיגע באגעגעניש.

די סיבה איז פשוט, איך האב א גוטן שידוך אים צו מציע זיין, אבער כ'האב נישט די קוראזש אים צו אנרופן. כ'בין בכלל נישט עפעס ווער-ווייסט-ווי-נאנט מיט אים. אז כ'וועל אים פונקט טרעפן וועל איך עס אויפברענגען - טראכט איך.

אט דא טרעף איך אים, און כ'הייב אן דעם פראגראם. א דערשראקענער הייב איך אן רעדן, די מעלות, די גריסן, די אינפארמאציע, וואס כהאב געקליבן אויף דעם בחור. "דו ווילסט אזא בחור כאפן פאר אן איידעם" פרוביר איך מיינע סעילס אייגנשאפטן.

"פופצל, שכוח פאר'ן טראכטן פון מיר, אבער סתם, כהאב א בחור אין די יארן. נישט א טאכטער".

ענד איי וואז לייק... הע?!


אוועק פונעם רויטן איידעם, דער פענסיאנירטער רעדזשיסטער, דער שווינדלער מענעדזשער, און דעם צווייטן קוזין, גענוג פאר'ן טאג, כ'פאר מיר אהיים.

אנקומענדיג אהיים טרעף איך מיין שכן, און פרובירנדיג צוריקשטעלן דעם טאג אויף גלייכע רעלסן, מיט אן אייפער פון התחדשות, שאר איך ארויס פון ארבל א גוטן וויצל וואס כ'האב נעכטן געהערט.

דער וויץ באציט זיך צו א מאן וועלכע האט פארמאגט צוויי לינקע הענט, ווען ביים פאנטשליין, ווי דער געשיכטע ענדיגט זיך אז זיין אויפגעברויזטע שוויגער האט אים געזאגט כך וכך, האב איך לתועלת אויסגעבארגט דעם נאמען פייוול, אז דער שוויגער האט אים געזאגט "פייוול טייערער, וגו'..."

דער שכן מיינע הערט דעם גאנצן וויץ, און אנשטאט געבן דאס מינדעסטע שמייכל, קלאפט ער צאם די הענט "וועלכע פייוול איז דאס געווען?! דער פון דא קעגנאיבער?!"

ענד איי וואז לייק... הע?!


בינעך ענדליך צוריק ביים כלי, געב איך אזא ריפרעש אידטיש, און א טוץ נייע פאוסטס באווייזן זיך.

נייעס, בילדער, ארטיקלען, ארגומענטן, און נאך. די סייט לעבט אריין, און נישט נאר דא זע איך עס, נאר אין פאקט הערט מען כסדר פון מענטשן וואס זענען זיך מחי' מיט אידטיש.

אבער א בליק צום לייק קנעפל צייגט מיר אז דאס דארף נאך אביסל חיזוק אויף אידטיש, און מי יודע אויב דער מאנגל אין לייקס מאכט אונזערע נייעס ברענגער און שרייבער שפירן אומאנערקענט.

סא איי וואז לייק... לייק!!! העי!


האסט הנאה געהאט? פארגין א לייק! לייק מיט א ברייטקייט!

Re: ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 1:45 am
דורך יאנטשי
צו דיסלייקן לייק א לייק דא.

לייק וואטעווער.

Re: ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 2:47 am
דורך בודקע
איי ריעלי לייק איט!

Re: ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 8:14 am
דורך פליט
ענד איי וואז לייק... פופצל איז מאסיוו!!!

פלעין גוט :lol:

Re: ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 1:22 pm
דורך צבי וחמיד
מיין ברייטקייט פון לייקס איז לימיטעד צי איינס.

אלזא האסטו נאכאיינס מיט א ברייטקייט.

לייק!!!

Re: ענד איי וואז לייק... הע?!

געפאוסט: זונטאג מאי 17, 2026 2:08 pm
דורך תורה ויראה
@פופציגער מאסיוו! פאר דעם קומט זיך אזא לייק!



Screenshot 2025-04-22 161630.png
Screenshot 2025-04-22 161630.png (235.68 KiB) געזען געווארן 1146 מאל