א פארצייטישע טיש היינטיגע צייטן
געפאוסט: מוצש"ק מאי 16, 2026 11:41 pm
די בית מדרש איז איבערגעווארעמט, מען שפירט גלייך אז ערקאנדישן איז נישט קיין אנגענומענע גאסט דא. די גערוך איז פון אן אנדערע פלאנעט.
ס'דרייען זיך ארום יונגעלייט אין די יונגע צוואנציגער יארן, וואס זייערע שטריימלעך האבן קיינמאל קיין בעסערע צייטן נישט געזען – עס איז מלכתחילה חרוב ונחרב. אלטע אפגעריבענע בגדים, איינגעהויקרטע דארע גופים, צושטרויבעלטע פאות, ווי אין אן אפגעמאכטע קאוד, שלעפן זיי אלע זייער לינקע פיס.
ביי די באשטימטע צייט, עפענט זיך די טיר פון בית מדרש, עס ווערט שא שטיל, א דארע הויכע אידל, אינגאנצען איינגעבויגן און פארטראכט, שלעפט זיך אריין (יא, גוט צוגעטראפן, ער שלעפט אויך די לינקע פיס...), און גייט גלייך צום אויבן אן.
די רבי זעצט זיך אוועק אויפן בענקל, א פשוט'ע וואקעלדיגע בענקל פון בית מדרש, בייגט איין די קאפ אויף אראפ באגראבנדיג זיין בארד טיף אריין אין די בעקיטשע.
אויפן טיש ליגט אן איינזאמע הארטע בילקע, ס'שרייט 'ווי זענט עטס געווען ביז יעצט? איך בין שוין דא אין בית מדרש פון זונטאג...', די רבי ברעכט אראפ א שטיקל, און דערנאך ווערט עס צוברעקלט אין די הענט פון די חסידים.
עס נעמט א היבשע פאר מינוט, אראפ שלינגען א הארטע שטיקל חלה אן קיין לעיק וואסער איז פארט נישט קיין גרינגע זאך.
די רבי גיסט זיך אן א גלעזעל וויין, אין א פשוט'ע פלעסטיק אדער האט קאפ. נעמט אפאר שלינגען און דעקט צו די כוס מיט א טישו.
דערנאך לאנדט זיך די רבי אן, און מען הייבט אן הערן א קול וואס הערט זיך ענדערשט ווי ווי א ווייבערעשן מאשין, מען הערט נישט קיין ווערטער, נאר א קראצדיגער קול.
די רבי מורמלט אונטער אפאר ווערטער און די עולם קרעכטצעט נאך פון אונטער די נעזער, "אוי אוי יו, אוי יו, אוי יו, אוי יו. אוי יו, אוי יו, אוי יו, יו, אוי יו, אוי יו יו."
פון פאל צו פאל הייבט מען אן הערן ווערטער. ביז'ן סוף זמר, כאפט מען אז מען האט געזינגען 'אתקינו סעודתא'.
מיט די לינקע אויג געבט די רבי א בלינק צו איין זייט, און עפעס א רויטליכער פלאמעדיגער איד הייבט אן 'כל מקדש', דאס האט נישט קיין קביעות'דיגע ניגון, יעדער וואך אן אנדערע ניגון.
דער עולם זינגט, אבער דער רבי זינקט, די רבי איז פארזינקן כל כולו אין א דביקות, ער מורמלט אפילו נישט מיט.
נאכ'ן ענדיגן די זמר פליט די וואונק צו איינע פון די יושבים ביי טיש, ער הייבט אן 'מנוחה ושמחה'. כמעשהו בראשונה, אויך דא זינקט די רבי אין טיפע דבקות, ברויך נישט מיטזינגען, ווייל ער געפינט זיך דארטן, דארטן ווי אלע אנוועזנדע שטרעבן צו זיין.
ביי 'שמי שמים', הייבט די רבי אן קלאטשן, כ'שרייב קלאטשן ווייל איך האב נישט קיין אנדערע ווארט פארדעם, אבער עס איז ליבערשט לייגן האנט צו האנט אויף אן אינטערסאנטן רוטין. דער עולם קלאטש מיט א פעסקייט, עס קען געדוירן אפאר מינוט און עס קען נעמען 20 מינוט אדער מער, אלעס איז תלוי אין די דבקות און יחידים פון רבי'ן.
דא קומט די הויך פונקט פון טיש, ביים טיש איז דאך נישט דא קיין שום עסן אדער טרינקען חס ושלום, אפילו קיין לעק וואסער, עס איז דאך נאר דביקות. אבער אינמיטן מנוחה ושמחה, ביי די ווערטער 'אכול בשמחה כי כבר רצך', שפורלט זיך אויף די טיר, א שטארקע גערוך פון קוגל נעמט איבער די ביז איצטיגע שטומפיגע גערוך, און א קוגל שפאצירט אריין אין בית מדרש.
אלע אויגן פון גרויס ביז קליין גלאצן אויף די קוגל, מען באטראכט עס ווי א קרבן, די עובדים בליקן נאר ארויס מיט די אויגן העכער די ברילן, די בעלי מדריגה מיט א בלינק מיט'ן אויג זעען זיי שוין אלעס. יעדער פרעגט זיך אין הארצן איז עס טאקע ראוי לעלות על המזבח. איז עס טאקע גענוג קריספי.
די קוגל ווערט אנגערופן '***** קוגל' (דערוואג זיך נישט עס צו רופן פשעווארסקער קוגל, עס איז עפעס אנדערש אינגאנצען), עס איז א טאפ פון אויל, מיט אביסל לאקשן, אייער, זאלץ, און אסאך פעפער, דער עיקר איז די אויל מיט די פעפער.
די חזקה פון מאכן די קוגל, איז איינגעטיילט ביי אפאר נשים צדקניות, געניטע אויגן ווייסן שוין צו זען פון דערווייטנס ווער האט די וואך געמאכט די קוגל. עס איז א נושא פאר זיך ווער מאכט די קוגל פונקט ווי די מסורה און ווער פארדרייעט רחמנא ליצלן.
נאכ'ן ענדיגן מנוחה ושמחה, געבט זיך די רבי א כאפ אויף פון דבקות (פאר ווער עס ווייסט נישט וויאזוי עס זעט אויס, עס זעט אויס ענדליך צו איינער וואס כאפט זיך אויף פון א דרימעל.)
דעמאלט געבט מען א דעק אויף די קוגל, עס שיסט ארויף א רויך, ותעל העשן לאשי ריח ניחוח, די רבי ציפט אראפ א קליין שטיקל, און די קוגל פארט אראפ די טיש, ווי דער עולם נעמט אראפ פונעם קוגעל.
איינס ביי איינס בריען זיך אפ פון די קאכדיגע אויל, אבער ווער שפירט דען בכלל די גשמיות'דיגע פינגער'ס ווען עס רעדט זיך פון די הייליגע קוגל.
אינטערסאנט צו באמערקן, ווי יעדע אינגערמאן, בחור אדער אינגעל האט זיך זיין חלק וואס ער נעמט וואך איין וואך אויס, כנראה די חלק וואס איז מכוון צו זיין שורש נשמה. דער נעמט די קריספי חלק, דער דווקא טיף אינמיטן די קוגל, אן אנדערע באגעניגט זיך מיט א ברעקל וואס איז שוין אראפ געפאלן פון די עצם קוגל. געוויסע וועלן זיך ממש מוסר נפש זיין צו באקומען די שטיקל וואס זיי שפירן איז מכוון כנגד זייער שורש נשמה.
ביים נעמען די קוגל איז נישט דא אזא זאך נעמען מיט א חציצה, יעדער נעמט עס מיט די הוילע פינגערס. אבער ביים זיך אפווישן איז דא א גרויסע חילוק, עס איז דא וואס ווישן זיך אפ אין א טישו, עס איז דא וואס ווישן זיך אפ אין די דערנעבענדע טיש/בענקל. אבער די חניאקישע אינגעלייט ווישן זיך אריין די אויל גראד אריין אין די פאות פאר א שמירה עליונה (די אלע אוילי פאות איז פון דעם...).
המשך יבוא