בלאט 1 פון 2
שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:18 pm
דורך הבוחר בתורה
די וועלט פאלגט נאך מיט שפאנונג נאך א אויסברוך פון די שווערע Hantavirus.
די אויסברוך האט זיך אנגעהויבן אויף די האלאנדישע Hondius קרוז שיף וועלכע פארט ארום און שטעלט זיך אפ אין מערערע לענדער.
די איצטיגע רייזע האט זיך אנגעהויבן די ערשטע פון אפריל פון ארגענטינע. די ערשטע פאטאליטעט פון די וויירוס איז געשטארבן אויפן שיף די 11טע פון אפריל. ווען מען האט אראפגענומען זיין קערפער פונעם שיף די 24טע איז זיין ווייב מיטגעגאנגען, אבער 2 טעג שפעטער איז זי אויך געשטארבן דערפון. נאך א דריטע אנגעשטעקטע איז אויך שפעטער געשטארבן אויפן שיף ה’’י.
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:22 pm
דורך הבוחר בתורה
לויט ווי עס האלט יעצט קוקט נישט אויס ווי עס וועט ווערן א גלאבאלע אויסברוך ב’’ה.
מאנכע וועלכע געדענקען נאך 6 יאר צוריק ווי קאראנע האט זיך אויך אנגעהויבן בזעיר אנפין און זענען בטבע פחדנים קענען בלייבן רואיג, די וויירוס גייט ניטש אריבער בלויז אין די לופט, נאר אדורך קומען נאנט אין בארירונג.
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:23 pm
דורך צבי וחמיד
א געדאנק אזויווי קאוויד? אדער איינער טריפט אויפן ציבור?
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:26 pm
דורך הבוחר בתורה
עס קומט פאר קאנטעקט טרעיסינג פון אלע מענטשן וועלכע זענען אראפ פונעם שיף דורכאויס די תקופה און זענען געקומען אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן.
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:29 pm
דורך הבוחר בתורה
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:23 pm
א געדאנק אזויווי קאוויד? אדער איינער טריפט אויפן ציבור?
ב’’ה עס פארשפרייט זיך נישט אזוי גרינג ווי קאוויד, נאר פון קומען נאנט אין בארירונג.
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:31 pm
דורך הבוחר בתורה
די אלע חברה דארפן זיך יעצט איינשפארן היות די וויירוס קען נעמען 5-6 וואכן צו ארויסקומען.
Re: Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 3:32 pm
דורך קראכמאל
נישטא קיין וועג צו טעסטן די אלע מענטשן אויב זיי זענען אפעקטירט? מען מוז ווארטן 6 וואכן צו וויסן?
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:43 pm
דורך הדסים
אקעי, הערט מיך גוט אויס טייערע אידן און גוים.
איך גיי נישט אין ערגעץ!
פארשטאנען?! קוואראנטין, 2 וואכן, זעקס וואכן, אנטיבאדיס, שמאנטיבאדיס, פלאזמא - איי דאונט קעיר.
נעווער עווער עגעין.
מיר אינטערעסירט נישט קיין דאקטער פאוטשי זאל רוען אין גואנטאנאמא בעי, אויך נישט קאומא'ס נאכפאלגער און אויך נישט קיין רעגולאציעס.
די סי-די-סי זאל זאפארט אייננעמען א זאהלער'ס רילעקס-פיל ווייל זיי גייען זיין אירעלעווענט, הערסט? אירעלעווענט. ס'הייסט, כאילו, גארנישט. כלום. נאדא. פרי-עקזיסטענס.
איי סיריעסלי דאונט קעיר.
א מוסד וואס גייט פארמאכן זאל וויסן אז זיי וועלן האבן בלוט אויף די הענט. מקוואות וועלן זיין אפן על אפם ועל חמתם פון די נידערטרעכטיגע מוסרים. בתי מדרשים וועלן פראווען דעם ברך משה'ס לוי' זעקס מאל א טאג און איך וויל נישט הערן דיין מיינונג דערוועגן! לינטש פארק וועט ווירבלען מיט כפליים כיוצאי מצרים און טאהשער דיין פסק'נט שוין יעצט אז מ'מעג.
ציונים פוי
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:45 pm
דורך שטאטסמאן
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:43 pm
אקעי, הערט מיך גוט אויס טייערע אידן און גוים.
איך גיי נישט אין ערגעץ!
פארשטאנען?! קוואראנטין, 2 וואכן, זעקס וואכן, אנטיבאדיס, שמאנטיבאדיס, פלאזמא - איי דאונט קעיר.
נעווער עווער עגעין!
מיך אינטערעסירט נישט קיין דאקטער פאוטשי זאל רוען אין גואנטאנאמא בעי, אויך נישט קאומא'ס נאכפאלגער און אויך נישט קיין רעגולאציעס.
די סי-די-סי זאל יעצט גיין אייננעמען א זאהלער'ס בארואיגונגס פיל ווייל זיי גייען זיין אירעלעווענט, הערסט? אירעלעווענט. ס'הייסט, כאילו, גארנישט. כלום. נאדא. פרי-עקזיסטענס.
א מוסד וואס גייט פארמאכן זאל וויסן אז זיי וועלן האבן בלוט אויף די הענט. מקוואות וועלן זיין אפן על אפם ועל חמתם פון די נידערטרעכטיגע מוסרים. בתי מדרשים וועלן פראווען דעם ברך משה'ס לוי' זעקס מאל א טאג און איך וויל נישט הערן דיין מיינונג דערוועגן! לינטש פארק וועט ווירבלען מיט כפליים כיוצאי מצרים און טאהשער דיין פסק'נט שוין יעצט אז מ'מעג.
ציונים פוי
WOW WOW WOW WOW WOW WOW WOW WOW WOW
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:46 pm
דורך ChatGPT
קאטשקעס מארקעט, פלעדערמויזן, וואהאן לעב. איינער קען מסביר זיין פון ווי די ווירוס קומט?
ווי איז פאוטשי ווען מ'דארף אים?
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 7:00 pm
דורך מלך בייוואז
היידיראקסעקוואלקוויין (כ׳האף אז איך שרייבּ עס גוט ארויס) העלפט אויך פארדעם?
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:16 pm
דורך היימישע זייגער
שוין געווען א קעיס אפאר יאר צוריק אין כינע

- vir.jpg (68.52 KiB) געזען געווארן 633 מאל
https://www.news18.com/news/world/hanta ... 49501.html
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:19 pm
דורך שינאווער
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 7:00 pm
היידיראקסעקוואלקוויין (
כ׳האף אז איך שרייבּ עס גוט ארויס) העלפט אויך פארדעם?
היידראקסיקלארעקווין
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: פרייטאג מאי 08, 2026 12:25 pm
דורך הבוחר בתורה
שפאנישע באאמטע גרייטן זיך אויפצונעמען מער ווי 140 פאסאנדזשירן און מאטראזן פון די האנטאוויירוס-באטראפענע קרוז שיף
לויט די ערווארטונג וועט די שיף אנקומען ערגעץ זינטאג צופרי, און די מענטשען וועלן אפשטייגן אין א טאטאל-איזאלירטע שטח. די קרוז שיף קאמאפני 'אושענווייד עקספעדישאנס' זאגט, אז טראץ דעם וואס דריי מענטשען זענען געשטארבן זייט די אויסברוך, און 5 מענטשען וועלכע האבן פארלאזט די שיף זענען דיאגניזירט געווארן מיט די וויירוס, ווייסט מען נישט פון קיין שום פרישע מענטשען אויפ'ן שיף מיט סימפטאמען פון די וויירוס. פארשטייער פון די 'דאבעליו עידזש או' זאגן, אז מענטשען דארפן געדענקן אז מען רעדט נישט דא פון א פרישע קאוויד, און די ריזיקע פון א פארשפרייטונג איז גאר נידריג.
YIDDISH24
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: פרייטאג מאי 08, 2026 12:25 pm
דורך הבוחר בתורה
די וועלט געזונטהייט אגענטור האט היינט באשטעטיגט אז א פלייט אטענדענט וואס מען האט פארדעכטיגט אז זי האט מעגליך די וויירוס, איז דורך א טעסט און עס איז צוריק געקומען נעגאטיוו. די אינצידענט מיט די פלייט אטענדענט איז געווען איינס פון די הויפט פאקטארן וועלכע האבן געפירט צו זארג איבער א פארשפרייטונג פון די וויירוס.
YIDDISH24
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: פרייטאג מאי 08, 2026 12:29 pm
דורך צבי וחמיד
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:43 pm
אקעי, הערט מיך גוט אויס טייערע אידן און גוים.
איך גיי נישט אין ערגעץ!
פארשטאנען?! קוואראנטין, 2 וואכן, זעקס וואכן, אנטיבאדיס, שמאנטיבאדיס, פלאזמא - איי דאונט קעיר.
נעווער עווער עגעין.
מיך אינטערעסירט נישט קיין דאקטער פאוטשי זאל רוען אין גואנטאנאמא בעי, אויך נישט קאומא'ס נאכפאלגער און אויך נישט קיין רעגולאציעס.
די סי-די-סי זאל זאפארט אייננעמען א זאהלער'ס רילעקס-פיל ווייל זיי גייען זיין אירעלעווענט, הערסט? אירעלעווענט. ס'הייסט, כאילו, גארנישט. כלום. נאדא. פרי-עקזיסטענס.
איי סיריעסלי דאונט קעיר.
א מוסד וואס גייט פארמאכן זאל וויסן אז זיי וועלן האבן בלוט אויף די הענט. מקוואות וועלן זיין אפן על אפם ועל חמתם פון די נידערטרעכטיגע מוסרים. בתי מדרשים וועלן פראווען דעם ברך משה'ס לוי' זעקס מאל א טאג און איך וויל נישט הערן דיין מיינונג דערוועגן! לינטש פארק וועט ווירבלען מיט כפליים כיוצאי מצרים און טאהשער דיין פסק'נט שוין יעצט אז מ'מעג.
ציונים פוי
איך גיי דיר אויסזאגן פאר זאלענקאו.....
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: פרייטאג מאי 08, 2026 2:54 pm
דורך חושי הארכי

דו האסט באקומען פון מיר א לייק פאר דיין שפראך. ס'איז צוקער זיס. ספעציעל די לעצטע שורה.
אבער יעצט וויל איך זיין ערנסט.
די אשכול הייבט זיך אן מיט דעם אז מענטשן האבן באקומען און געשטארבן פון האנטאוויירוס. קען איינער זיין אביסל מער קלאר. וואס איז דאס? איז דאס ממש א נייע זאך? וויאזוי ווייסט מען שוין וואס דאס איז און עס האט שוין א נאמען.
אלא מאי פארשטיי איך אז עס איז נישט ממש ניי. איז וואס איז די מעשה דא? קען איינער אביסל בעסער מסביר זיין. וואס ברענגט דעם וויירוס? אויב באקומט מען עס, איז פארהאן היילונגס מיטלען אדער גייט מען יעצט זוכן צו באשאפן נייע וואקסינען. מ'שרייבט שוין דא אז די ריזיקע פון מאסן פארשפרייטונג איז נישט ערנסט, אויב אזוי וואס יא, און וואס איז דער פאניק?
איינער מיט פרטים? (אדער דיטעילס?)
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: פרייטאג מאי 08, 2026 6:16 pm
דורך הדסים
חושי הארכי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 2:54 pm
דו האסט באקומען פון מיר א לייק פאר דיין שפראך. ס'איז צוקער זיס. ספעציעל די לעצטע שורה.
אבער יעצט וויל איך זיין ערנסט.
די אשכול הייבט זיך אן מיט דעם אז מענטשן האבן באקומען און געשטארבן פון האנטאוויירוס. קען איינער זיין אביסל מער קלאר. וואס איז דאס? איז דאס ממש א נייע זאך? וויאזוי ווייסט מען שוין וואס דאס איז און עס האט שוין א נאמען.
אלא מאי פארשטיי איך אז עס איז נישט ממש ניי. איז וואס איז די מעשה דא? קען איינער אביסל בעסער מסביר זיין. וואס ברענגט דעם וויירוס? אויב באקומט מען עס, איז פארהאן היילונגס מיטלען אדער גייט מען יעצט זוכן צו באשאפן נייע וואקסינען. מ'שרייבט שוין דא אז די ריזיקע פון מאסן פארשפרייטונג איז נישט ערנסט, אויב אזוי וואס יא, און וואס איז דער פאניק?
איינער מיט פרטים? (אדער דיטעילס?)
וואס טוט מען נישט פאר א לייק..
די האנטא ווירוס איז א גרופע פון פארשידענע מינים ווירוסן וואס זענען מצוי ביי בעלי חיים. דער עצם וויירוס איז נישט קיין נייע זאך אבער דער ספעציפישער ענדיס סטרעין האט מען געפינען אין דרום אמעריקע עטליכע צענדליג יאר צוריק.
די יעצטיגע פארשפרייטונג קומט פונ'ם אנדעס שיף וואס איז ארויסגעפארן פון ארגענטינע, איינער פון די רייזענדע זענען געווארן אנגעשטעקט, ווארשיינליך דורך א בעל חי, און געברענגט א פאניק איבער א פלייט אטענדענט וועלכע איז געפארן מיט יענעם שיף און מ'האט מורא געהאט אז זי האט שוין אנגעשטעקט פלי רייזענדע. אלע פלי רייזענדע זענען געווארן אנגעזאגט אריינצוגיין אין קוואראנטין.
לעצם הענין זענען שוין פארהאן דריי טויטע און נאך דריי אנגעשטעקטע פונ'ם שיף. אלעס אינאיינעם זענען פארהאן ניין אנגעשטעקטע. דריי פון די ניין זענען פון ענגלאנד און צוויי פון די דריי זענען נישט געווען אויפ'ן שיף. אזוי פארשטיי איך, די נייעס איז היבש צעמישנד.
די אלע שמועות פון ניו דזשערזי און טעקסאס זענען פון מענטשן וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אנגעשטעקטע, נישט אנגעשטעקטע זעלבסט.
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 1:47 pm
דורך מלך בייוואז
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 12:29 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:43 pm
אקעי, הערט מיך גוט אויס טייערע אידן און גוים.
איך גיי נישט אין ערגעץ!
פארשטאנען?! קוואראנטין, 2 וואכן, זעקס וואכן, אנטיבאדיס, שמאנטיבאדיס, פלאזמא - איי דאונט קעיר.
נעווער עווער עגעין.
מיך אינטערעסירט נישט קיין דאקטער פאוטשי זאל רוען אין גואנטאנאמא בעי, אויך נישט קאומא'ס נאכפאלגער און אויך נישט קיין רעגולאציעס.
די סי-די-סי זאל זאפארט אייננעמען א זאהלער'ס רילעקס-פיל ווייל זיי גייען זיין אירעלעווענט, הערסט? אירעלעווענט. ס'הייסט, כאילו, גארנישט. כלום. נאדא. פרי-עקזיסטענס.
איי סיריעסלי דאונט קעיר.
א מוסד וואס גייט פארמאכן זאל וויסן אז זיי וועלן האבן בלוט אויף די הענט. מקוואות וועלן זיין אפן על אפם ועל חמתם פון די נידערטרעכטיגע מוסרים. בתי מדרשים וועלן פראווען דעם ברך משה'ס לוי' זעקס מאל א טאג און איך וויל נישט הערן דיין מיינונג דערוועגן! לינטש פארק וועט ווירבלען מיט כפליים כיוצאי מצרים און טאהשער דיין פסק'נט שוין יעצט אז מ'מעג.
ציונים פוי
איך גיי דיר אויסזאגן פאר זאלענקאו.....

ער איז שוין נישט...

Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 1:56 pm
דורך צבי וחמיד
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 1:47 pm

ער איז געווען א ליובאוויטשער ניין?!
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm
דורך מלך בייוואז
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 1:56 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 1:47 pm
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 12:29 pm
איך גיי דיר אויסזאגן פאר זאלענקאו.....

ער איז שוין נישט...
ער איז געווען א ליובאוויטשער ניין?!
א רוסישער
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 2:51 pm
דורך צבי וחמיד
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 2:43 pm
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 10, 2026 1:56 pm
ער איז געווען א ליובאוויטשער ניין?!
א רוסישער
אהא, סא ער איז בכלל נישט אוועק פון קאוויד, נאר נאטורלעך....
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 5:16 pm
דורך זוכער
וויאזוי ווערט הענטעווירוס טראנספערירט פון איינעם צום אנדערן?
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 8:13 pm
דורך הבוחר בתורה
זונטאג:
די שיף איז שוין אנגעקומען צו די ספאנישע ’’טעניריפי’’ אינזל, און די ציבור איז ארויסגעלאזט געווארן ביי די גראנאדילא פארט.
פארשטייט זיך זיי קענען נישט ארומגיין פריי....
Re: שעדליכע Hantavirus אויסברוך אויף די Hondius קרוז שיף- 2026
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 8:37 pm
דורך הבוחר בתורה
בילד ווי פאסאנדזשירן ווערן טראנספארטירט פונעם קרוז שיף מיט קליינע באוט’ס צום בארטן.