אלטערנאטיווע פערזענליכקייטן - אלטערנאטיווע ווערטער
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 12:45 am
איינס פון מיינע לאנגיעריגע חלומות איז צו שרייבן א לאנגע סעריע ארטיקלען איבער אונזערע אלטערנאטיווע פערזענליכקייטן, דאס הייסט דער כאראקטער וואס מענטשן טראגן אין די אלטערנאטיווע וועלט, אין די וועלט פון סאציאלע מידיע, און קאמוניקאציע עפפס און פארומס למיניהם.
דאס איז אן אלטער פראבלעם אז צומאל טרעפט מען זיך אויפ'ן סקרין אראפדייוון אין א האזל טונעל, צו לעוולס וואו אין ריעל לייף וואלט מען קיינמאל געגאנגען.
אויף א פארום מיט אנאנימע ניק נעמען קענסטו זיך טענה'ן מיט'ן שוטה פון דיין גאס, וועמען אפילו די קינדער קלוגן איבער, און מיינען אז ער איז דער גרויסער ידען און מיינונג זאגער, און ווען דו ווערסט געוואר ווער ס'שטייט אונטער דעם ניק, ווילסטו לאזן צוואה מ'זאל דיר טובל'ען לעבעדיגערהייט אין פיש זאפט...
ווען דו טרעפסט צום ערשטן מאל פנים אל פנים א מענטש מיט וועמען האסט ביז היינט קאמוניקירט נאר דורך פראפעסיאנאלע אימעילס און אויפאמאל זעסטו אז דער מענטש אין ריעל לייף איז א געבוירענער משמש וואס האט פשוט נישט געטראפן קיין שמשות פאזיציע, ער טראגט אן אווערסייזד העמעד, ברוינע ציצית, שטויביגע הויזן, און קלעבעדיגע ברילן, ווילסטו גיין אויסשאלטערן דיין קאמפיוטער...
ווען דו ווערסט געוואר אז דער מוכיח און גוטזאגער וועמענ'ס סטאטוס דו ליינסט מיט שפאנונג, און פון זיינע שארף געשניטענע סטעיטמענטס ווערסטו אינספירירט און צומאל גאר אינטימידירט, איז גאר א וויליאמסבורגע שטאפן-הוט-קנאקער וואס מיינט ער מוז עקטן ווי אן עפל-וואטש אבער באמת שמעקט ער פון בעיסמענט אפפאל און האט שכל ווי א פרעשל, הייבסטו אן קאנסידערן אראפגיין פון וואצעפ - פשוט אלס א קבלה טובה...
און דאס גילט אויך אין לייכטערע פעלער...
אומבאשלאסענע שעמעדיגע לייט רעדן אויף פארומס ווי הארטע בעלי שיטות מיט גראדע העלזער.
קארני טאטעס וואס ביים רעדן זייגן זיי ווי א וואנט, פיגערן וויאזוי צו ארויסקומען גוט שריפטליך.
פראפעסיאנאלע דאָאָדס שפילן ווי לייכטזיניגע פארברענגערס.
וכן להיפך...
סא, מ'קען רעדן און שמועסן וועלכע ס'איז ריעל לייף און וועלכע איז אלטערנאטיוו, אבער דער פאקט פאר אונז איז אז דאס זענען צוויי אנדערע זארט לעבנס, און מיט אנדערע סארט שפראכן.
***
אין מיינע דרעפטס ליגן עטליכע אנגעהויבענע ארטיקלען איבער דעם, טייל זענען קאמישע אבזערוואציעס, אנדערע זענען היציגע טענות... לאמיר אבער היינט אנהייבן מיט'ן קאפיטל פון "אלטערנאטיווע ווערטער".
אלטערנאטיווע ווערטער זענען אזעכע סלאגאנען וואס באלאנגען נישט עכט אין קיין שום ריעל-לייף זאץ, ווייל אין אונזער אלטערנאטיווע וועלט האט עס אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש ווי אין ריעל לייף.
מער נוצט עס אלס סובסיטוט, צו ארויסברענגען אונזערע שוואכע פוינטס מיט שיינע רבי'שע ווערטער, און זיי ווערן בעיקר גענוצט אויף סטאטוס אדער אין סטעיטמענט געשטימטע תגובות.
לאמיר אנהייבן:
ריעל לייף: סא כהאב א מיינונג, אבער צוויי פראבלעמען. ערשטנס, קיינער קעירט נישט וואס איך זאג. צווייטנס, מיין מיינונג איז צו טיפיקל... ווען כ'קען ווען מאכן ס'זאל כאטש אויסזען אביסל קאנטרעווערסיאל, אינטערסאנט, פלעשי, וכדומה, וואלט גוט געווען.
אלטערנאטיווע שפראך: ובזה יצאתי!
ריעל לייף: ס'מיר גוט, כ'האב דא געזאגט א וויץ וואס שמעקט פון קארן אזש מ'קען צעגיין. בושות... שוין לאנג נישט געווען אזוי קארני... הלואי קען איך כאטש מאכן די ארומיגע מיינען ס'זייער פראבלעם אז זיי כאפן נישט דעם וויץ.
אלטערנאטיווע שפראך: IYKYK
ריעל לייף: הלואי קען איך עס מאכן סאונדן ווי כ'קען ענגלישע סלענגס... ס'וואלט מיר געמאכט פילן אזוי לעדזשיט...
אלטערנאטיווע שפראך: אבוויעסלי...
ריעל לייף: איי וויש כקען צולייגן עפעס צום שמועס... כ'האב דאך נישט קיין השגה... כ'פיך דא ווי א יוקל אין די סינק, יעדער ווייסט חוץ איך. פארוואס מיינען זיי זיי מעגן וויסן זאכן וואס איך ווייס נישט?
אלטערנאטיווע שפראך: ווער ס'ווייסט עכט, רעדט נישט.
ריעל לייף: כ'האב געמיינט כ'ברענג א גוטע סקופ. למעשה איז עס געפאלן פלאך, און קיינער האט נישט געכאפט די פאנטשליין. מיין סטעיטמענט פילט ווי א פליגער וואס האט געלאנדעט און די פאסאנדזשירן ווארטן צו פילן דעם זעץ פון די רעדער אין די ערד. וואס טו איך דא?
אלטערנאטיווע שפראך: וד"ל
ריעל לייף: כ'בין אן אורח. כ'ווייס. כ'האב עס אנערקענט. מיינע חברים וואס זענען געווען ווייניגער פאפולער ווי מיר אין ישיבה זענען היינט סוקסעספול, און איך זיץ ווי מיסטער פאָנטייטן, אן א דזשאב.
אלטערנאטיווע שפראך: האלא, מיינסט ס'גייט אים אזוי גוט?...
ריעל לייף: כ'האב א גוטס... אםםם... אפשר איז עס נישט אזא גוטס?... ס'היבש קינדעריש, מ'גייט מיר אפשר דזשאדזשן... כ'וויל עס אבער דאך שיקן...
אלטערנאטיווע שפראך: ק"פ
ריעל לייף: כ'ווייס כ'האב גערעדט שטותים, ובכן? מוז איך יעצט מודה זיין?
אלטערנאטיווע שפראך: מארק מיי ווארדס!
ריעל לייף: כ'מוז פילן לעדזשיט. אבער לעדזשיט צו א לעוול. ווי דער טאטע פון כלל ישראל, ווי דער סעלעברעטי וואס זיין ווארט האט אן אימפאקט, ווי דער וואס פארשטייט און האט ארויס.
אלטערנאטיווע שפראך: מי כעמך ישראל!
ריעל לייף: מיין ווייב ווארט אויף מיר אינדערהיים, זי מיינט כבין ביים שיעור, און גראדע איז נישט יושר וואס כ'טו אז כ'זיץ און פארברענג דא.
אלטערנאטיווע שפראך: סתם, כהאב יעצט אפאר מינוט ליידיג האבעך אריינגעטשעקט...
ובזה יצאתי פאר היינט... העמיר נאך האפענטליך צוריקקומען מוסיף זיין, און גיין צו ווייטערדיגע קאפיטלען.
הצלחה מיט שמחה