בלאט 1 פון 1
ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 9:09 pm
דורך שטאטסמאן
ווי זענט איר געשטאנען ל''ג בעומר תשפ''א ביים הערן די נייעס פון די טראגעדיע?
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 9:20 pm
דורך פופציגער
געזעסן אינדערהיים ביים קאך טיש.
ברר-רר-רר...
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 9:42 pm
דורך שינאווער
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 30, 2026 9:20 pm
געזעסן אינדערהיים ביים קאך טיש.
ברר-רר-רר...
איך אויך.
געזעסן אינדערהיים ביים קאך טיש.
יויש
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 10:08 pm
דורך בערל דער פייפער
געווען נעבן די שביל, צוריק אריין אין מערה צו שאקלט.
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 10:13 pm
דורך להגדיל הטראסק
פאר די הדלקה אויפן שטח אין קרית יואל...
כ'בין ארויפגעפלויגן צום אפיס פאר א וויילע צו באקומען אפדעיטס, ובפרט ווען כ'האב דארט געהאט א נאנטער באקאנטער... יענער איז געווען צווישן אנגעהויפענטע הרוגים און ארויס מיטן לעבן בדרך נס...
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 10:40 pm
דורך זכריה
תולדות אהרן הדלקה, שביל ר׳ דוב בין המ.. והחיים
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 10:54 pm
דורך להגדיל הטראסק
מיינע אימעילס צו יענעם:
(יענער האט געדארפט צו האבן אימעיל אינדרויסן פון אפיס)
אונטערן קעפל:
דו לעבסט?
Thu, Apr 29, 2021, 7:47 PM
דו לעבסט?
וואס איז דיין מצב?
================================
Thu, Apr 29, 2021, 8:11 PM
דו ווייסט אז איך בין זייער דערשראקן,
צי מיך נישט אן!!!
(איך וויל שמועסן מיט דיר געשמאקערע זאכן איידערן....)
=====================================
אונטערן קעפל
ליהודים:
Fri, Apr 30, 2021, 1:37 AM
האלא!, איך וויל געוואר ווערן דיין מצב דורך שיקן א פיקטשער צו א געוויסן עסקן
אבער דיין פילטער לאזט עס נישט אדורך, עס פעינט דיין בילד.
סאו פליז קאנטעקט מי מיט דיין וואויס, אדער רעפליי אין אימעיל, און לאז מיר נישט אנגעצויגן.
איטס אקעי?
===========================================
Fri, Apr 30, 2021, 2:04 AM
אקעי, איך לייג מיך שלאפן בס"ד
אויב לעבסטו קאל מיר אפילו אינמיטן די נאכט (כמיין די נעקסטע דריי פיר שעה וואס איז נאך געבליבן...)
און כ'וויל הערן דיין וואויס מיט א פונקטליכע באריכט!!!
=================================
Apr 30, 2021, 8:00 AM
קאל מיר נישט
איך בין שוין אפדעיטעד
==================================
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 11:26 pm
דורך נויז מאשין
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 30, 2026 10:54 pm
האלא!, איך וויל געוואר ווערן דיין מצב דורך שיקן א פיקטשער צו א געוויסן עסקן
אבער דיין פילטער לאזט עס נישט אדורך, עס פעינט דיין בילד.
סאו פליז קאנטעקט מי מיט דיין וואויס, אדער רעפליי אין אימעיל, און לאז מיר נישט אנגעצויגן.
איטס אקעי?
אבער
דיין פילטער לאזט עס נישט...
גרױסע ניסים געהאט, מען האט געזען די יד השם פונקטליך וועמען ער נעמט און וועמען ער לאזט איבער
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 11:28 pm
דורך נויז מאשין
צ"ק אויפן שטח הדלקה אין ק"י בערך 5:00 מיטאג, און געליינט א טעקסט פון קול העולם אז פארענטשעס זענען געפאלן
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: פרייטאג מאי 01, 2026 12:58 am
דורך עומד על תלת
איך האב געווארט אויף א קאר ארויסצופארן צום הדלקה אין ק"י,
אראפגעלייגט די פאון מיט מיין טאטע, וואס האט מיר געזאגט אז ער מיט מיין ברודער קימען יעצט אהן קיין תולדות אהרן, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן האב איך באשלאסן איך רוף אריין הערן א האק אפ,
אינמיטן אויסהערן הער איך ווי מען שרייט אין מען לעשט אויס די מוזיק, האב איך געזאגט פאר מיין חבר,עס מיז זיין עפעס ערנסט האט פאסירט, איך בין געווען אפאר מאל ל"ג בעומר אין מירן, פון סתם איינער חלש'ט לעשט מען נאכנישט אויס די מוזיק, איך האב אריין געקאלט קול מבשר אין עס איז געווען ביזי, דא בין איך שוין געווארן אנגעצויגן....
גראדע בין איך נישט געווען עפעס עקסטער אנגעצויגן וועגן מיין משפחה ווייל איך האב קוידם געהערט א פארענטשעס איז צוזאמגעפאלן אין מיין טאטע איז קוים אנגעקומען ווי איז ער שוין ארויף אויף א פרענטשע....
שפעטער האב איך געהערט אז עס געווען ביים ארויסגאנג.
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: פרייטאג מאי 01, 2026 7:06 pm
דורך פופציגער
געדענק איך טאקע מיין חבר יב"ה האט מיר גערופן פרעגן צי מ'קענסלט טאקע די הדלקה אין קרית יואל, כהאב געלאכט, כ'מיין "יואלי, דו טריפסט? פארוואס קענסלען?"
"האסט טאקע נישט געהערט?"
ניין
"ס'דא פערציג טויטע אין מירון!"
ווא-א-א-א-אסססס?!
כבין געלאפן צום שטח הדלקה אין קרית יואל, מיינע פיס האבן שווער פונקציאנירט, כבין געווען אין טאטאלע שאק, און דארט הער איך פון איינעם א גאנצע הסבר וויאזוי די פארענטשעס האבן זיך צאמגעלייגט "כהאב געזען פיקטשערס!" - ליגנער דער...
ליגט מיר אין די ביינער א מעסעדזש פון בנציון גאלדמאן... יויששש... ער דערציילט ער וואקט דא אריבער נעבן שורות נפטרים...
די צומישעניש ווען מהאט אנגעהויבן הערן נעמען... יאזשעף וואס איז געזעסן נעבן מיר אין כולל?! געוואלד!!
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: פרייטאג מאי 01, 2026 7:08 pm
דורך הדסים
כ'האב געהאלטן פאר מנחה ווען איינער האט מיר געזאגט אז א פארענטשע איז געפאלן אין שטח תו"א און ס'איז דא פארוואונדעטע.
דער פלאן איז געווען אז מ'גיימיר דאווענען און דערנאך צופארן צו א הדלקה.
מנחה, תהלים און א חבר קומט צו צו מיר, "האסט געהערט אז ס'איז דא גע'הרג'עטע?"
"וואס?! וויפיל?"
"מ'זאגט אז צען"
"השם ירחם"
צו קיין הדלקות בין איך שוין נישט געגאנגען, כ'האב מיך אריינגעזעצט אין ביהמ"ד לערנען, נאך עטליכע שעה הייב איך מיך אויף און איך גיי ארויס.
איך האב א מיסד קאל, מיין מאמע.
"יא, האסט געהערט אז ס'איז געשען א טראגעדיע?"
"יא, שרעקליך, צען גע'הרג'עטע, דאס איז נארמאל? וואס גייט פאר דארט?"
"ע-עם, צען? האסט טאקע נישט געהערט? צווישן פערציג און פופציג הרוגים"
חברים.. סערוויס.. הייבט נישט אויף.. הויפנס.. מתים.. פי-נ-ף או-ן פער-ציג... טויט... גע'הרג'עט... געיט... רבונו של עולם...
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: מוצש"ק מאי 02, 2026 10:21 pm
דורך אהרן זאב
דאס פון די זאכן וואס איך זיך מיך נישט צו דערמאנען...
סאיז נאר אינטרעסאנט צו זען, אז ביי יעדעם האט זיך עס אנגעהויבן מיט א פארענטשע וואס איז געפאלן, און איך מיין אז עד היום הזה איז נאכנישט קלאר ווער סהאט מחליט געווען אז סאיז געווען א פארענטשע וואס איז געפאלן, א זאך וואס ווען מען טראכט אריין דערין מאכט עס זיראו סענס אז א פארענטשע זאל פאלן.
סאיז אדער געווען איינער אין מירון וואס האט נישט געוואלט דערשרעקן זיין אויסלענדישע חבר מיטן אמת'ע געשיכטע, האט ער אים געזאגט אז עפעס א פארענטשע איז געפאלן, און דער דזשאוק (?) איז געלונגען בעסער ווי געראכטן. עד כדי כך, אז אין די גאנצע וועלט האט מען געהערט די נייעס אז א פארענטשע איז געפאלן.
אדער קען זיין אז ערגעץ אינמיטן די טומל האט זיך איינעם געדאכט אז די מעשה איז געשען מיט א פארענטשע פאלעריי. סאיז נאר גאר אינטרעסאנט צו וויסן ווער דער יענער איז געווען און וויאזוי ער האט מצליח געווען מיטצונעמען די גאנצע וועלט מיט זיין געדאכטעריי. אויך אזוי ווייט, אז ווען מען וועט נאר פרעגן א יוד וואו ער איז געווען ווען ער האט געהערט איבער די מעשה פון מירון פ"א, וועט ער דיך זאגן אז אין אנהייב האט געהערט ווערן א פארענטשע וואס איז געפאלן.
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 6:22 pm
דורך שטאטסמאן
אהרן זאב האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 02, 2026 10:21 pm

כ'האב געהערט א אינטערוויא מיט איינע פון די חברי הצלה האט ער געזאגט אז די קאל איז אריינגעקומען צו זיי אז א פארענטשע איז געפאלען
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 6:44 pm
דורך מלך בייוואז
דאס בכית פון סאטמאר רבי שליט״א פאר די הדלקה גייט מיר נישט ארויס פון קאפּ
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 9:08 pm
דורך תורה ויראה
אהרן זאב האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 02, 2026 10:21 pm
דאס פון די זאכן וואס איך זיך מיך נישט צו דערמאנען...
סאיז נאר אינטרעסאנט צו זען, אז ביי יעדעם האט זיך עס אנגעהויבן מיט א פארענטשע וואס איז געפאלן, און איך מיין אז עד היום הזה איז נאכנישט קלאר ווער סהאט מחליט געווען אז סאיז געווען א פארענטשע וואס איז געפאלן, א זאך וואס ווען מען טראכט אריין דערין מאכט עס זיראו סענס אז א פארענטשע זאל פאלן.
סאיז אדער געווען איינער אין מירון וואס האט נישט געוואלט דערשרעקן זיין אויסלענדישע חבר מיטן אמת'ע געשיכטע, האט ער אים געזאגט אז עפעס א פארענטשע איז געפאלן, און דער דזשאוק (?) איז געלונגען בעסער ווי געראכטן. עד כדי כך, אז אין די גאנצע וועלט האט מען געהערט די נייעס אז א פארענטשע איז געפאלן.
אדער קען זיין אז ערגעץ אינמיטן די טומל האט זיך איינעם געדאכט אז די מעשה איז געשען מיט א פארענטשע פאלעריי. סאיז נאר גאר אינטרעסאנט צו וויסן ווער דער יענער איז געווען און וויאזוי ער האט מצליח געווען מיטצונעמען די גאנצע וועלט מיט זיין געדאכטעריי. אויך אזוי ווייט, אז ווען מען וועט נאר פרעגן א יוד וואו ער איז געווען ווען ער האט געהערט איבער די מעשה פון מירון פ"א, וועט ער דיך זאגן אז אין אנהייב האט געהערט ווערן א פארענטשע וואס איז געפאלן.
אינטערוויא מיט מאיר סטאריק זינגער ביים תו"א הדלקה זאגט אז די ערשטע מודעה פאר אים איז געמאלדן אז פארענטשעס פאלט, קוקט אויס ווי דער עולם דארט האט אזוי געשמועסט אנהייב
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 11:36 pm
דורך דריידל
איך בין געזעצן אין אפיס אין איבערגעגאנגן פארשידענע מוט מיין קליענט. פליצלינג באקומט ער מעסעזשעס און ער גיבט א קוק אויפן פאון און זאגט מיר אז פארענטשעס זענען צאמגעפאלן אין מירון.
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 1:43 pm
דורך מלך בייוואז
אהרן זאב האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 02, 2026 10:21 pm
דאס פון די זאכן וואס איך זיך מיך נישט צו דערמאנען...
סאיז נאר אינטרעסאנט צו זען, אז ביי יעדעם האט זיך עס אנגעהויבן מיט א פארענטשע וואס איז געפאלן, און איך מיין אז עד היום הזה איז נאכנישט קלאר ווער סהאט מחליט געווען אז סאיז געווען א פארענטשע וואס איז געפאלן, א זאך וואס ווען מען טראכט אריין דערין מאכט עס זיראו סענס אז א פארענטשע זאל פאלן.
סאיז אדער געווען איינער אין מירון וואס האט נישט געוואלט דערשרעקן זיין אויסלענדישע חבר מיטן אמת'ע געשיכטע, האט ער אים געזאגט אז עפעס א פארענטשע איז געפאלן, און דער דזשאוק (?) איז געלונגען בעסער ווי געראכטן. עד כדי כך, אז אין די גאנצע וועלט האט מען געהערט די נייעס אז א פארענטשע איז געפאלן.
אדער קען זיין אז ערגעץ אינמיטן די טומל האט זיך איינעם געדאכט אז די מעשה איז געשען מיט א פארענטשע פאלעריי. סאיז נאר גאר אינטרעסאנט צו וויסן ווער דער יענער איז געווען און וויאזוי ער האט מצליח געווען מיטצונעמען די גאנצע וועלט מיט זיין געדאכטעריי. אויך אזוי ווייט, אז ווען מען וועט נאר פרעגן א יוד וואו ער איז געווען ווען ער האט געהערט איבער די מעשה פון מירון פ"א, וועט ער דיך זאגן אז אין אנהייב האט געהערט ווערן א פארענטשע וואס איז געפאלן.
יעדע נייעס קומט אריין צמישטע איפארמאציע
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 1:44 pm
דורך מלך בייוואז
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 1:43 pm

א שבעות נאך דעם האט מען געזעין וואס עס מיינט פארענטשעס וואס פאלט צוזאם
Re: ל''ג בעומר פ''א ווי איז מען געשטאנען?
געפאוסט: דינסטאג מאי 05, 2026 9:59 pm
דורך חנן
אין דארמיטארי האל, נעבן די צעבראכענע שאוערס וואס האט געדינט אלס שעלטער פאר אומלעגאלע דיווייסעס, וואו די בחורים מיט די פאונס האבן געמאכט קול מבשר אויף ספיקער...
(כ'האף איך מאך נישט קיין גילוי דא... נע, די גאנצע עידזש איז דארט געשטאנען צעקוועטשט צו הערן אויב ס'איז געווען א פארענטשע אדער עפעס אנדערש..)