בלאט 1 פון 1

צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:33 pm
דורך שוואכער
דארף מען עס דען איבערזאגן נאכאמאל?
דער וועלט זעט היינט אויס ווי א שפיטאל
קראנקע און צעדרייטע — ממש אן א צאל
פאר יעדן חכם פאלט עפעס אנדערש איין
פון דאן און ווייטער מוז שוין גענוי אזוי זיין
און אז נישט — וועט קומען א פרישן פלאן

בילד

טעגליך זעט מען עס אויף אן אנדער אופן
ס'פאסירן כסדר משונה'דיגע זאכן א הויפן
כ'פרוביר פארשטיין, כ'טאפ אבער א דופן
מיר ווייסן אז יעצט איז עקבתא דמשיחא'ן
מיר זענען גרייט (?) יעדן טאג, הנני מוכן
אינצווישן מ'קענען בלויז דאווענען און זוכן

בילד

אצינד האלטן מיר נאכן דריטן אטענטאט
צום דריטן מאל שרייט מען שוין: "כמעט"
פרעצעדענטלאז אן קיין שום פשוט פשט
ווידער מען דערמאנט אונז פון אלע זייטן
אז מיר לעבן אין גאר היסטארישע צייטן
מיט איין רואיגער אינזל — אונזער טאטן.

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:39 pm
דורך מלך בייוואז
ווער שטייט טאקע אינטער דעם?

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:40 pm
דורך שוואכער
מלך בייוואז האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:39 pm ווער שטייט טאקע אינטער דעם?
אונזער פאטער אין הימל. קאנסט אים?

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:41 pm
דורך never say never
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:40 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:39 pm ווער שטייט טאקע אינטער דעם?
אונזער פאטער אין הימל. קאנסט אים?
יאו ביסטו גוט

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:43 pm
דורך מלך בייוואז
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:40 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:39 pm ווער שטייט טאקע אינטער דעם?
אונזער פאטער אין הימל. קאנסט אים?
אוואדע קאן איך אים אבער ״וועם שיקט ער אלץ שליח?״

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:44 pm
דורך מלך בייוואז
never say never האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:41 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:40 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:39 pm ווער שטייט טאקע אינטער דעם?
אונזער פאטער אין הימל. קאנסט אים?
יאו ביסטו גוט
וואס?
דו קענסט אים נישט ל״ע?

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:53 pm
דורך never say never
מלך בייוואז האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:44 pm
never say never האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:41 pm
שוואכער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 9:40 pm
אונזער פאטער אין הימל. קאנסט אים?
יאו ביסטו גוט
וואס?
דו קענסט אים נישט ל״ע?
האב איך געזאגט אז איך קען אים נישט?

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: מיטוואך אפריל 29, 2026 12:17 am
דורך בודקע
מיט דיינע שוואכע -אבער דאך גאר שטארקע- ווערטער,
און מיט דיין @שוואכער -דאך גאר שטארק- פעדער,
באוייזטו מיך שוואך צו מאכן שוין אזויפיל מאלן.

כ'ווער משוגע פאר דיין מאסיוון טאלאנט,
געב אפ א דאנק, פאר דער מיט וועם דו ביסט באקאנט, וואס האט דיך דאס געגעבן אן באצאלן.


איך באדאנק אים זיכער.

Re: צופיל אטענ'טאטן

געפאוסט: פרייטאג מאי 01, 2026 3:22 pm
דורך פופציגער
נייס!