בלאט 1 פון 1

עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:03 pm
דורך שוואכער
פרייד

😅 דאס איז א זיסער בליץ

😆 דאס הייסט שוין א וויץ

😂 אה, איינס און א גוטס

🤣 ער גייט באקומען היץ…


טרויער

🙁 טרויער אבער שוואכן

😟 נישט די צייט צו לאכן

😢 איך וויין אן קיין טייכן

😭 שוין יא צייט צו קייכן


שרעק

😧 ס'ערנסט איך שמעק

😲 דאס איז שוין שרעק

😨 איך חלש דא אוועק

😱 וועלט נעמט אן עק!


אויפברויז

😤 ס'קומט אן אויפרייס

😠 כ'פארליר דעם דעת

😡 ס'שוין ערנסטע האס

🤬 העכסטע דרגא כעס


נעעעבעך…

🫣 כ'ווער רויט פאר אימ'ן

🤭 ט'זיך אליין פארשעמען

🥴 האט נאר פראבלעמען

😏 באלאנגט פאר וועמען?


משוגענער

🫠 סיריעסלי? איך מעלט

🙃 דא קוקוס אויפן וועלט

😵‍💫 אין פה מענטל העלט

😳 שראפל אים ס'פעלט


גילוי…

🤔 כ'קען דיר אזוי כ'פיל

🤐 יא יא, כ'בלייב שטיל

🤫 באמת, ס'קיין שפיל

🫡 א דיעל איז א דיעל


ערנסטע עמאציעס

🥵 היץ טוט פארשוועכן

🥶 די קעלט טוט שטעכן

🤢 עקסטערע זעקל רעכן

🤮 איך גיי טאקע ברעכן


פארשידנס

😀 כ'וויל פון דיר לויז ווערן

🥹 עמאציאנאל ביז טרערן

🤨 נארמאלקייט אויסלערן

😶 כ'שווייג אבער טו הערן


נאך פארשידנס

🤯 וואף! קאפ אויפשיס

🤪 איך האלט כ'בין זיס

🥳 רעדי פאר פארטיס

😴 כ'ענדיג דעם שמועס.

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:04 pm
דורך הדסים
😅 איך האלט דו ביסט😜

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:06 pm
דורך פופציגער
✨קונסט!
👂הערסטע?
💬 כזאג דיר!
🫩 שוואכער
🦾 ביסט אייזן!

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:18 pm
דורך מלך בייוואז
זייער גוט👍
🤙קאאל מיר
☝️איין ממיט
✌️הא הא (מען הייבט אויף די הענט חדר)
👋העלא
👎🏿נישט גערעכט

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:21 pm
דורך פופציגער
א רגע, די וויכטיגסטע פארגעסן:

👋 היי לינקדאין!

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:52 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
בילד

האט א ניק אויף

בילד

כ‘האב גארנישט געוואוסט...

🤔🥰

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:57 pm
דורך להגדיל הטראסק
באגריסונג

🐸 ווי פון פרעש די געזאנגען
🐍 פאעזיע משזר ווי שלאנגען
🦜 זיס ווי פון די פויגל קלאנגען
🐑 שעפעלע דא טוסטו באלאנגען

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 12:33 am
דורך בודקע
@שוואכער, כ'בין נישט אזוי קריעיטיוו ווי יעדעם, כ'וועל מיך באגעניגן מיט א פשוט'ע "שכח @שוואכער" אויף מיין פשוט'ע שפראך.

Re: עמאדזשיס רעדן…

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 12:58 pm
דורך מלך בייוואז
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:21 pm א רגע, די וויכטיגסטע פארגעסן:

👋 היי לינקדאין!
שוין דערמאנט די אימאדזשי