בלאט 1 פון 5

מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 3:15 pm
דורך זלמעלע
כ'זע אין אייוועלט אז מענטשען האבן משונהדיגע הנאה פון טעהנען אויף די אלטע שמאטע שאלה, עפנט איך אזא טעמע אויך דא, להנאת הרבים.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 3:59 pm
דורך פעיק ניוז
ווענדט זיך. אויב אנדערע פארזאמלונגען לאזט מען און מירון נישט, איז עס רדיפת הדת. אויב נישט, דעמאלט נישט.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:05 pm
דורך עומד על תלת
איך ווייס נישט! וואס איך ווייס יא איז אז מירן איז זיכער "געווען" א סכנה,
אלע יאר‘ן, געלעגן פארכאפט ביי אפאר אזוי גערופענע "חזקות",
וואס האבן גארנישט צוגעשטעלט פאר די טויזנטער אידן וואס זענען ארויף אויף אגאנץ יאר, וכ"ש ל"ג בעומר,
יעדע פשוט'ע פלאץ אין יאראפ איז געווען אסאך שענער צוגעשטעלט!!!
וואס איז די סעלאושן איך ווייס נישט,
אבער וויין נישט ווען די מדינה נעמט עס איבער.... ווייל די האסט גארנישט געטוהן...

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:06 pm
דורך פעיק ניוז
איך וויין גראדע יא ווען די מדינה נעמט עס איבער, אפילו דו האסט גארנישט געטון.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:14 pm
דורך עומד על תלת
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:06 pm איך וויין גראדע יא ווען די מדינה נעמט עס איבער, אפילו דו האסט גארנישט געטון.
איך וויין אויך,
אבער אויפגערעגט בין איך אויף דיר!!
וואס האסטו געמיינט גייט געשעהן?
פארוואס וויינסטו?, אויב האסטו זיי נישט געוואלט האבן, וואלסטו געקענט מאכן סדר!

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:16 pm
דורך דעת קדשי
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:05 pm איך ווייס נישט! וואס איך ווייס יא איז אז מירן איז זיכער "געווען" א סכנה,
אלע יאר‘ן, געלעגן פארכאפט ביי אפאר אזוי גערופענע "חזקות",
וואס האבן גארנישט צוגעשטעלט פאר די טויזנטער אידן וואס זענען ארויף אויף אגאנץ יאר, וכ"ש ל"ג בעומר,
יעדע פשוט'ע פלאץ אין יאראפ איז געווען אסאך שענער צוגעשטעלט!!!
וואס איז די סעלאושן איך ווייס נישט,
אבער וויין נישט ווען די מדינה נעמט עס איבער.... ווייל די האסט גארנישט געטוהן...
שביל ר' דוב איז געווען איינעמ'ס חזקה?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pm
דורך עומד על תלת
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:16 pm

איך ווייס נישט?
וואס איז נפק"מ?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:23 pm
דורך דעת קדשי
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pm

דעיס אז די מדינה נעמט עס איבער האט נישט קיין שום שייכות מיט די חזקות
סאו ווייס איך נישט וואס דו מישט א קאשע.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:43 pm
דורך מחפש שלווה

די כותל נמשל איז ציגעשטעלט אויף נעקסט לעוול אייביג זויבער אין גוט קערגענומען הלוואי וועט מירון אויך אזוי אויסזעהן

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:01 pm
דורך עומד על תלת
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:23 pm
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:16 pm

שביל ר' דוב איז געווען איינעמ'ס חזקה?
איך ווייס נישט?
וואס איז נפק"מ?
דעיס אז די מדינה נעמט עס איבער האט נישט קיין שום שייכות מיט די חזקות
סאו ווייס איך נישט וואס דו מישט א קאשע.
נישט דעיס איז מיין פוינט,
מיין פוינט איז אז טויזנטער טויזנטער אידן זענען געקומען אין עס איז געווען כאאאס

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:04 pm
דורך מלך בייוואז
:oops: :oops: זיי ווייסן אז עס גייט זיי נישט געלינגען סא וואס ווילן זיי? :oops: :oops:

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:08 pm
דורך מלך בייוואז
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:05 pm איך ווייס נישט! וואס איך ווייס יא איז אז מירן איז זיכער "געווען" א סכנה,
אלע יאר‘ן, געלעגן פארכאפט ביי אפאר אזוי גערופענע "חזקות",
וואס האבן גארנישט צוגעשטעלט פאר די טויזנטער אידן וואס זענען ארויף אויף אגאנץ יאר, וכ"ש ל"ג בעומר,
יעדע פשוט'ע פלאץ אין יאראפ איז געווען אסאך שענער צוגעשטעלט!!!
וואס איז די סעלאושן איך ווייס נישט,
אבער וויין נישט ווען די מדינה נעמט עס איבער.... ווייל די האסט גארנישט געטוהן...
זיי ווייסן אז עס גייט זיי נישט געלינגען עס גייט זיין מער געשידיגטע פון זיי ווי פון די פליענדיגע מיסלס סא וואס ווילן זיי פינקטליך?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:14 pm
דורך מחפש שלווה
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:08 pm

ר איד על צד אז עס איז דא אן עכטע חשש פון א ראקעט פון חיזבאלע איז אויב געשעט א דירעקט היט אין מירון אינמיטן ר מיילך הדלקה רעדט מען פון כאטשיג 200 טויטע סאו איך פארשטיי דיין פעין אבער פאקטן קומט פאר פילינגס

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:17 pm
דורך מלך בייוואז
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:14 pm

פאקט איז אז עס איז קיינמאל נישט געפלויגן קיין מיסלס אויף מירון (מען זאגט אז נטירא קרתא האלט זיי אפ) סא זיי ווילן אינז נישט ראטעווען זיי דארפן דעם פלאטץ זיי זיכן נאר א וועג וויאזוי עס צו באקומען

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:22 pm
דורך אגד
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 3:59 pm ווענדט זיך. אויב אנדערע פארזאמלונגען לאזט מען און מירון נישט, איז עס רדיפת הדת. אויב נישט, דעמאלט נישט.
איז דען דא אנדערע פארזאמלונגען אויף נאנט אזא סקעיל מיט אזאנע לאגיסטיקס בערך אזוי נאנט צום גרעניץ?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:36 pm
דורך מחפש שלווה
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:17 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:14 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:08 pm

זיי ווייסן אז עס גייט זיי נישט געלינגען עס גייט זיין מער געשידיגטע פון זיי ווי פון די פליענדיגע מיסלס סא וואס ווילן זיי פינקטליך?
ר איד על צד אז עס איז דא אן עכטע חשש פון א ראקעט פון חיזבאלע איז אויב געשעט א דירעקט היט אין מירון אינמיטן ר מיילך הדלקה רעדט מען פון כאטשיג 200 טויטע סאו איך פארשטיי דיין פעין אבער פאקטן קומט פאר פילינגס
פאקט איז אז עס איז קיינמאל נישט געפלויגן קיין מיסלס אויף מירון (מען זאגט אז נטירא קרתא האלט זיי אפ) סא זיי ווילן אינז נישט ראטעווען זיי דארפן דעם פלאטץ זיי זיכן נאר א וועג וויאזוי עס צו באקומען
א' פעקט טשעק עס איז שוין יא געפלויגן אויף מירון
ב' ווען די ביסט אחראי וואלסטו גענומען אויף דיין אחריות ? וועם גייט מען בלעמען ח''ו אויב עפעס געשעט ?

איך נעם מיך נישט אן פאר די מדינה איך האלט אז עס איז אן עוולה אז מהאט נאך נישט געבויט אין מירון גענוג שעלטערס אז אויב עפעס געשעט זאל זיין ווי צי גיין
אבער מירון טאר נישט זיין אפען געהעריג לויט די יעצטיגע מעצב ! עס איז סכנה

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:39 pm
דורך Yakov

אין יאנואר 2024, האט חיזבאללה געשאסן ראקעטן און אנטי-טאנק מיסילס אין ריכטונג פון מירון.
Screenshot 2026-04-27 174653.png
Screenshot 2026-04-27 174653.png (375.65 KiB) געזען געווארן 779 מאל

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:46 pm
דורך עומד על תלת
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:23 pm
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:16 pm

שביל ר' דוב איז געווען איינעמ'ס חזקה?
איך ווייס נישט?
וואס איז נפק"מ?
דעיס אז די מדינה נעמט עס איבער האט נישט קיין שום שייכות מיט די חזקות
סאו ווייס איך נישט וואס דו מישט א קאשע.
אדרבה מיש אויף די קאשע?
וואס גייט פאר פארוואס איז נישט צוגעשטעלט,
בעיקר פארוואס זיי שרייען זיי דארפן עס איז אסון מירן

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:47 pm
דורך מלך בייוואז
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:36 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:17 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:14 pm

ר איד על צד אז עס איז דא אן עכטע חשש פון א ראקעט פון חיזבאלע איז אויב געשעט א דירעקט היט אין מירון אינמיטן ר מיילך הדלקה רעדט מען פון כאטשיג 200 טויטע סאו איך פארשטיי דיין פעין אבער פאקטן קומט פאר פילינגס
פאקט איז אז עס איז קיינמאל נישט געפלויגן קיין מיסלס אויף מירון (מען זאגט אז נטירא קרתא האלט זיי אפ) סא זיי ווילן אינז נישט ראטעווען זיי דארפן דעם פלאטץ זיי זיכן נאר א וועג וויאזוי עס צו באקומען
א' פעקט טשעק עס איז שוין יא געפלויגן אויף מירון
ב' ווען די ביסט אחראי וואלסטו גענומען אויף דיין אחריות ? וועם גייט מען בלעמען ח''ו אויב עפעס געשעט ?

איך נעם מיך נישט אן פאר די מדינה איך האלט אז עס איז אן עוולה אז מהאט נאך נישט געבויט אין מירון גענוג שעלטערס אז אויב עפעס געשעט זאל זיין ווי צי גיין
אבער מירון טאר נישט זיין אפען געהעריג לויט די יעצטיגע מעצב ! עס איז סכנה
נישט אין די צייט פון לג בעומר ר׳ שמעון היט אויף די אלע וואס פארן צו אים אויף לג בעומר

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:57 pm
דורך שינאווער
לעצטנס איז געווען א דירעקט היט אין די דערפל הארט נעבן מערת הרשב"י, און דער מיסיל איז באגראבן געווארן אין די ווייכע ערד און האט נישט אויפגעריסן.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 6:05 pm
דורך הדסים
1. די טענות פון די מדינה האט גארנישט מיט די חזקות, מ'קען לאזן אלע חזקות כמות שהיא און אויך צושטעלן הערליך, אדרבה אויב איינער קען מסביר זיין די סתירה וואלט איך מיך געפריידט.

2. נישטא קיין טענות אז "וואס גייט אן פאר די מדינה אז איך לייג מיך אריין אין א סכנה?" אין יעדע ציוויליזירטע לאנד איז די ממשלה אחריות אז די בירגער זאלן זיין סעיף, "וואס גייט דיך אן אז איך נעם מיך דאס לעבן?" ס'ארבעט נישט אזוי. וכן די אלע וואס טענה'ן "מ'שלאגט מענטשן כדי זיי צו פארזיכערן?" איך זע נישט די איראניע, דאס איז סטענדערט פרעקטיס אין אלע נארמאלע לענדער.

אבער...
3. אויב די דרוזן האבן נאך לעצטנס געפראוועט זייערע חגאות מיט טויזנטער מענטשן ואין פוצה פה, מעמדי יום העצמאות זענען געווארן אפגעראכטן בכל רחבי המדינה אן קיין פראבלעם, אין חיפה פארטיעט מען מיט 15 טויזנט מענטשן און קיינער איז נישט באזארגט; הערט אויף האקן אין קאפ וועגן זיכערהייט, ס'שטינקט פון שנאת ישראל ושנאת הדת.

כנלע"ד.

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 6:18 pm
דורך פעיק ניוז
אגד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:22 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 3:59 pm ווענדט זיך. אויב אנדערע פארזאמלונגען לאזט מען און מירון נישט, איז עס רדיפת הדת. אויב נישט, דעמאלט נישט.
איז דען דא אנדערע פארזאמלונגען אויף נאנט אזא סקעיל מיט אזאנע לאגיסטיקס בערך אזוי נאנט צום גרעניץ?
כ'ווייס נישט. ס'איז דא?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 1:21 am
דורך שכל הישר
הלוואי נעמט עס די מדינה איבער אין מאכט סדר איינמאל פאר אלעמאל...

גארנישט מיט דאס יאר צוטון.
דאס יאר ווייס איך נישט וואס מען ברויך טון...

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 2:07 am
דורך תינוק הבורח
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:47 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:36 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:17 pm

פאקט איז אז עס איז קיינמאל נישט געפלויגן קיין מיסלס אויף מירון (מען זאגט אז נטירא קרתא האלט זיי אפ) סא זיי ווילן אינז נישט ראטעווען זיי דארפן דעם פלאטץ זיי זיכן נאר א וועג וויאזוי עס צו באקומען
א' פעקט טשעק עס איז שוין יא געפלויגן אויף מירון
ב' ווען די ביסט אחראי וואלסטו גענומען אויף דיין אחריות ? וועם גייט מען בלעמען ח''ו אויב עפעס געשעט ?

איך נעם מיך נישט אן פאר די מדינה איך האלט אז עס איז אן עוולה אז מהאט נאך נישט געבויט אין מירון גענוג שעלטערס אז אויב עפעס געשעט זאל זיין ווי צי גיין
אבער מירון טאר נישט זיין אפען געהעריג לויט די יעצטיגע מעצב ! עס איז סכנה
נישט אין די צייט פון לג בעומר ר׳ שמעון היט אויף די אלע וואס פארן צו אים אויף לג בעומר
תשפ"א?

Re: מירון תשפ"ו איז עכט סכנה אדער דאס איז פלעין רדיפת הדת פון די ציונים?

געפאוסט: דינסטאג אפריל 28, 2026 5:33 am
דורך Think and Thank
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 5:46 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:23 pm
עומד על תלת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:22 pm
איך ווייס נישט?
וואס איז נפק"מ?
דעיס אז די מדינה נעמט עס איבער האט נישט קיין שום שייכות מיט די חזקות
סאו ווייס איך נישט וואס דו מישט א קאשע.
אדרבה מיש אויף די קאשע?
וואס גייט פאר פארוואס איז נישט צוגעשטעלט,
בעיקר פארוואס זיי שרייען זיי דארפן עס איז אסון מירן

זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס איבערצונעמען שוין 20-30 יאר פאר די טראגעדיע, און זיי (פלעגן) זאגן זייער אפן זייער ציל: עס רח"ל צו פארוואנדלען אין א קאבאלע צענטער פאר די גלאבאלע קאבאלא מאוומענט ה"י.
(מען רעדט נישט דא פון ערליכע אידן מקובלים, נאר פון פרייע און גוים (און גוי'טעס) וואס פאטשקען אין קבלה און רעדן זיך איין אז זיי פליען אין די הימלען, וואס אזא צענטער וואלט פארוואנדלט דעם מקום קדוש אין א מערת פריצים מיט די גרעסטע טומאות און חילול הקודש רח"ל.)