בלאט 1 פון 1
מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 4:06 pm
דורך מוזיק

- מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט.jpg (275.67 KiB) געזען געווארן 827 מאל
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 4:07 pm
דורך מוזיק
גייט זיין דעי וואך!
דער נגינה גאסט: קאמפאוזער און בדחן ר' מאטי אילאוויטש – נייע אלבום "מגידות": א שמועס מיט'ן בארימטן קאמפאוזער און בדחן ר' מאטי אילאוויטש, איבער זיין נייעם פראיעקט "מגידות". הערט וויאזוי מאטי האט גענומען 5 אויטענטישע, דראמאטישע געשיכטעס מיט א טיפן מוסר השכל, און זיי אהערגעשטעלט אין אן אייגנארטיגן פארמאט וואו דער פאעטישער ניגון ווערט באגלייט דורך דעם בעל מספר אליין וואס האט אים פארציילט די מעשה. א בליק אויף דעם פראצעס פון פארוואנדלען א לעבנס-געשיכטע אין א קונסט-שטיק וואס רעדט גראד צום הארץ און עפנט די אויגן
https://www.yiddish24.com/music/111/154429
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 4:12 pm
דורך מוזיק
מגידות פרוויוא
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 7:16 pm
דורך בן זכר
ווען גייט עס ארויס קומען?
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 7:19 pm
דורך מוזיק
בן זכר האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 7:16 pm
ווען גייט עס ארויס קומען?
די וואך
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 7:21 pm
דורך בן זכר
אין געשעפטן אדער אויף פרי?
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: מיטוואך אפריל 29, 2026 4:03 pm
דורך מוזיק
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 12:25 pm
דורך למדן
בן זכר האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 7:21 pm
אין געשעפטן אדער אויף פרי?
https://www.music-table.com/post/motty- ... idos-vocal
music table האט עס ארויסגעלייגט אומזיסט
לכוארה איז א בחינם פון מאטי
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 4:21 pm
דורך וויענער חסיד
די מעשה מיט הרב מלאך האט מיך ממש באנומען מיט טרערן, אוי דער פזמון קלונגט: יוכבדל מיין קינד...
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 4:57 pm
דורך מוזיק
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 6:53 pm
דורך מוזיק
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 30, 2026 11:10 pm
דורך פופציגער
איינער ווייסט צי די געשיכטעס זענען קראנט?
ביי אויסטערלישע געשיכטעס איז נישטא קיין מיטל וועג, אדער איז עס אויסטערליש אינטערסאנט - אויב איז עס אמת, אדער איז עס אויסטערליש קארני - אויב איז עס א געבעקס.
ליידער, דאס אז נגידים דערציילן עס, מאכט עס נישט קראנט.
מיין שטענדיגע פראבלעם מיט נתעורר ווערן פון נגידים.
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 5:30 am
דורך רבינו היקר
נישט נגידים נאר מגידים
זיכער איז דעס קראנטע מעשיות
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 5:58 pm
דורך פופציגער
רבינו היקר האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 03, 2026 5:30 am
נישט נגידים נאר
מגידים
זיכער איז דעס קראנטע מעשיות
א טייפא געוועזן. כ'האב געוואלט שרייבן מגידים.
ס'איז ווייטאגליך, אבער אזוי איז עס, אז היימישע מגידים זענען מזלזל אין דעם ציבור.
Re: מאטי אילאוויטש - מגידות - ספירה פראיעקט
געפאוסט: זונטאג מאי 03, 2026 6:47 pm
דורך מלך בייוואז
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 30, 2026 11:10 pm
איינער ווייסט צי די געשיכטעס זענען קראנט?
ביי אויסטערלישע געשיכטעס איז נישטא קיין מיטל וועג, אדער איז עס אויסטערליש אינטערסאנט - אויב איז עס אמת, אדער איז עס אויסטערליש קארני - אויב איז עס א געבעקס.
ליידער, דאס אז נגידים דערציילן עס, מאכט עס נישט קראנט.
מיין שטענדיגע פראבלעם מיט נתעורר ווערן פון נגידים.
רוב מגידים פארציילן מעשית וואס מען פארציילט זיי
(בינעך געוואויר געווארן אז מאטי אילאוויטש האט געלערנט אין מסיבתא קרית יואל)