אומפאלגזאמע יתומים'לעך
געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 8:24 pm
די טירן פון בית המדרש עפענען זיך מיט א שווערן קרעכץ. עס איז די מינוט וואס די לופט ווערט געדעכט א געמיש פון שטילקייט און אומרואיגקייט.
"קינדער ארויס!" הערט זיך די שטימע פינעם גבאי'ן, אבער דא, אנדערש ווי געווענטליך ווען דער עולם הערט זיך צו צום גבאי'ס באפעלן איז יעצט אן אויסנאם.
צענדליגע אידן, וואס זענען שוין אפאר צענדליג יארן אוועק פון זייערע קינדער יארן פילע פון זיי מיט גרויע און ווייסע בערד, איינגעהילט אין ווייסע טליתים הייבן זיך אויף, און שטראמען ארויס צו די פאליש אדער צום גאס. יעדער יאגט זיך ארויסצוגיין, יעדער וויל אנטלויפן, מ'קוקט אויף אראפ נישט צו באגעגענען בליקן מיט די וואס זייער גורל האט געברענגט צו דעם אז זיי בלייבן אינעווייניג צו דערמאנען זייערע באליבטע נאנטע וואס האבן זיך שוין פריצייג געשיידט.
צווישן דעם מאסיוון שטראם פון ווייסע טליתים וואס שטופט זיך ארויס, שטיי איך אויך און איך מאך מיין וועג אויף ארויס, ווען פלוצים שפיר איך אפאר קליינע הענטעלעך וואס שטופן זיך, זיי גייען יעצט אקעגן דעם שטראם, זיי גייען יעצט אריין
צוויי קליינע יונגלעך שרולי מיט יושע'לע מיט פרישע פנימ'ער און לאנגע פיאות, וואס זענען קוים די הייעך פון די גארטלעך פון די ערוואקסענע. זיי גייען נישט ארויס. זיי גייען אריין. אין קעגנזאץ צום גבאי'ס "קינדער ארויס" געשריי, יאגן זיך די קליינע שעפעלעך אריין.
יעדער איד וואס זעהט דאס צו פילט א שטיק אין הארץ. דא גייט א טאטע, האלטנדיג זיין זון ביי די האנט אויפן וועג ארויס, און זיין בליק באגעגנט די צוויי יתומים וואס גייען אליין אריין. ער דריקט זיין זון'ס האנט אביסל שטערקער, א דאנק פארן באשעפער וואס ער קען נאך ארויסגיין.
שרולי מיט יושע'לע האלטן זיך פעסט איינער ביים צווייטן. זייערע אויגן זענען גרויס און ערנסט. זיי פארשטייען נאך נישט פונקטליך די באדייט פון נשמות און וועלטן, אבער זיי ווייסן איין זאך: יעדער גייט איצט מיט זיין טאטן, און זייער טאטע ווארט אויף זיי דארט אינעווייניג, צווישן די שורות פון די ליידיגע בענק.
דארטן אין ווייבער שוהל שטייט די צובראכענע אלמנה און קוקט אריין דורך די שפאלטן פון די שויבן, מיין טייערע מאן, יעצט אז דו ביסט אראפגעקומען דא, אפשר בלייבסטו שוין דא? לאז נישט שרולי מיט יושע'לע אליינס. זיי ווילן אויך אנכאפן זייער טאטע
אוי, אבי יתומים ודיין אלמנות! נאר דו פארשטייסט און ווייסט וואס טוט זיך אין די קליינע הערצעלעך, און דער צייט וואס אונז האבן שוין לאנג פארגעסן פון דעם גרויסן טראגעדיע, דערמאנט מען אונז דורכאויס די ימים טובים אז די משפחות, אלמנות, יתומים ויתומה'לעך האבן נישט און וועלן קיינמאל נישט פארגעסן.

יזכור אלוקים את נשמת... אבי מורי... שהלך לעולמו...