בלאט 1 פון 2

נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 12:36 am
דורך אידל מיטן פידל
ברוכים הבאים

נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:39 am
דורך ניקל
א מעגליכקייט אז די אוקריינער פלאנירן צו איינצוימען פאר ברסלב’ע חסידים פון ארץ ישראל צו קומען דעם יאר.

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:03 am
דורך יודעלע
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:39 am א מעגליכקייט אז די אוקריינער פלאנירן צו איינצוימען פאר ברסלב’ע חסידים פון ארץ ישראל צו קומען דעם יאר.
זיי מסביר

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:17 am
דורך טראפקעלע
אוקריינישער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל:
אז עס איז דא א מעגליכקייט אז רוסלאנד וועט צילן צו באמבארדירן אומאן, דעריבער באטראכט מען צו צוימען אלע אקטיוויטעטן ארום ראש השנה.

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:29 am
דורך טיר
כ’הער אז זיי פלאנירן ליידער צו איינצוימען פאר ברסלב’ע חסידים פון ארץ ישראל צו קומען דעם יאר. טאטע זיסער העלף, ס’זאל נישט ווערן שווער פאר אידן אנצוקומען דעם קומענדיגן ראש השנה! אמן!
[end quote]

הייבטזיך נישט אן. דאס נייעס קומט פון די אוקריינישע אמבאסאדאר אין די מדינה, א באקאנטע פלוידערזאק וואס האט שוין פאראיאר עטליכע מאל ארויסגעשאסן ענליכע סטעיטמענטס אן קיין דעקונג, סאו איר קענט זיך בארואיגן...
תפילות א וודאי שאדט קיינמאל נישט

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 2:29 am
דורך טיר
אינטערוויו: א באריכט איבער ראש השנה אין אומאן אוקריינא, און איבער די באריכט אז עס וועט זיין מעגליכע צוימונגען דורך די אוקראינישע באאמטע אין ליכט פון די אנגייענדע מלחמה: הרב הילל כהן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/88516

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:01 am
דורך טראפקעלע
Screenshot 2023-08-07 040134.png
Screenshot 2023-08-07 040134.png (108.92 KiB) געזען געווארן 1654 מאל

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 8:45 am
דורך אסמכתא בעלמא
די מיליטער פונעם טשערקאסי געגנט אין אוקראינע (די אומאן אומגעגנט) האט יעצט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע מודעה בנוגע ראש השנה אין אומאן, וואו פון איין זייט בעטן זיי מען זאל נישט קומען, אבער פון די צווייטע זייט פארשפרעכן זיי מער סעקיורעטי.


די אפיציעלע מעסעדזש איז אזוי: אונז זענען ממליץ זיך צו צוריקהאלטן ווי ווייט מעגליך פון באזוכן אין אומאן, צוליב די מחלמה און צוליב די מאסיווע שיסערייען אויף אונזער לאנד און מעגליכע פראוואקאציעס מצד די רוסישע פיינט. אין די זעלבע צייט פארשטייען מיר אז א חלק פון אייך וועלן יא אנקומען, אזוי ווי פאריאר. דעריבער, אינאיינעם מיט די שטאטראט און מיט די זיכערהייט אגענטור, ארבעטן מיר צו פארשטערקערן די שוץ אויף די וואס קומען אן".

דאס קומט נאכדעם וואס מיט 2 חדשים צוריק, יוני דער אכטער, איז דער אומאן געגנט אין טשערקאסי באטראפן געווארן מיט מיסלס פון רוסלאנד, וואו 8 זענען פארוואנדעט געווארן און ציווילע הייזער געשעדיגט געווארן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל.

Re: נייעס און אומאן אוקריינע

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:56 am
דורך צווייטער
דאס מיינט צו זאגן אז מ׳קען ברוך השם געהעריג גיין. זאל דער אויבערשטער העלפן ווייטער

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:24 am
דורך טיר
Screenshot_20230811-062216.png
Screenshot_20230811-062216.png (125.06 KiB) געזען געווארן 1565 מאל

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:47 am
דורך טיר
1691749813651-1.jpg
1691749813651-1.jpg (47.85 KiB) געזען געווארן 1563 מאל

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 12:39 am
דורך ניקל
די אוקריינער אמבאסאדאר צו מד'י סטראשעט צו בלאקירן איינטריט קיין אומאן אויף ראש השנה אויב וועט מד'י נישט אויפהערן צו דעפארטירן אוקריינישע אומעגראנטן.

אודך...

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:20 am
דורך ניקל
Screenshot_20230821_101924_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230821_101924_WhatsApp.jpg (118.25 KiB) געזען געווארן 1520 מאל

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:47 pm
דורך ניקל
צילוב שמועות אז אוקריינע גייט נישט אריינלאזען אידען פון ארץ ישראל זעיט זיך שוין אהן א גרויסע עולם ברסלב'ע חסידים ביי די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל כדי צו קענען פאהרען פריער און זיין ראש השנה אין אומן.

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:48 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:47 pm צילוב שמועות אז אוקריינע גייט נישט אריינלאזען אידען פון ארץ ישראל זעיט זיך שוין אהן א גרויסע עולם ברסלב'ע חסידים ביי די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל כדי צו קענען פאהרען פריער און זיין ראש השנה אין אומן.
IMG_20230903_164617_875.jpg
IMG_20230903_164617_875.jpg (186.26 KiB) געזען געווארן 1452 מאל

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 5:27 pm
דורך Coventry
ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:47 pm צילוב שמועות אז אוקריינע גייט נישט אריינלאזען אידען פון ארץ ישראל זעיט זיך שוין אהן א גרויסע עולם ברסלב'ע חסידים ביי די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל כדי צו קענען פאהרען פריער און זיין ראש השנה אין אומן.
פון וואו קומען די דאזיגע שמועות?

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:21 pm
דורך ניקל
אין א זעלטענע שריט האט אוקריינא געבעטן פון מד'י אז זיי זאלן שיקן א הונדערט פאליציאנטן צו ארויסהעלפן מיטן האלטן ארדענונג אין אומאן אויף ראש השנה.

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:36 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:21 pm אין א זעלטענע שריט האט אוקריינא געבעטן פון מד'י אז זיי זאלן שיקן א הונדערט פאליציאנטן צו ארויסהעלפן מיטן האלטן ארדענונג אין אומאן אויף ראש השנה.
א גרופע פון 100 פאליציי פון מדינת ישראל זענען אנגעקומען קיין אוקריינא ארויסצוהעלפן מיט די ארדענונג דארט

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 4:16 pm
דורך ניקל
מאסיווע בלעקאוט געשען און אומאן אוקריינע, טויזענטער ברעסלעווע חסידים געפינען זיך שוין דארט אויף ר"ה

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:18 pm
דורך ווער
הומאניטארישע קריזיס אנטוויקלט זיך ביי אוקראינישע גרעניצן, וואו טויזנטער אידן ארויס פון אומאן קענען נישט אהיימפארן‎
די פּראָבלעמען ווערן געזען ביי די אוקראַינישע גרעניצן מיט פּוילן, מאָלדאָווע און אונגאַרן, און די אָרטיגע גרעניץ וועכטער איגנאָרירן די ביטעס פון די טויזנטער אידן וועלכע שטייען און וואַרטן שוין לאַנגע שטונדן, נישט האָבנדיג קיין עסן אָדער טרינקען, און ווערן געלאָזט וואַרטן אויפן גאַס. לויט א צאָל עדות אויף די סצענע, זעהט מען קלאָר א סעלעקציע, אַז די גרעניץ וועכטער לאָזן אַריבער אַזעלכע וואָס זענען פּוילישע בירגער אָדער בירגער אין אונגאַרן אָדער מאָלדאָווע, און שלעפּן אַרום מיט די פּראָצעדורן דוקא פאַר די אידן וואָס קומען פון ארץ ישראל, אַמעריקע אָדער אַנדערע פּלעצער

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:19 pm
דורך ווער
דריי ארץ ישראל'דיגע אידן וואס זענען ארעסטירט געווארן נעבן אומאן בעפאר ראש השנה באפרייט צו הויז ארעסט‎
דריי זענען געהאַלטן געוואָרן אונטער אַרעסט שוין פון פארלאפענע דאנערשטאג, אָבער נאָך פאַרהאַנדלונגען מיט די אויטאָריטעטן, האָבן זיי מסכים געווען צו באַפרייען די דריי צו הויז אַרעסט. דער פערטער איז אַרעסטירט געוואָרן נאָכ'ן זיין פאַרמישט אין די עקסידענט וואָס האָט געקאָסט דאָס לעבן פון א נישט-אידישע פרוי, און יענער וועט דערווייל פאַרבלייבן ווייטער אין טורמע

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:19 pm
דורך ווער
טראגעדיע אין אומאן: יונגערמאן צוזאמגעפאלן אינמיטן ראש השנה און אומגעקומען פארנט פון קינד‎
דער 55 יעריגער דוד מירילאשווילי פון די שטאט נתיבות איז געווען מיט זיינע קינדער אין אומאן, און איז צוזאמגעפאלן קורצליך נאך מנחה. הצלה פאראמעדיקס האבן געארבעט אים צוריקצוברענגען, אבער ליידער איז ער דערקלערט געווארן נישט בין החיים אויפן ארט. מען ארבעט אצינד מוצאי יום טוב צוריקצוברענגען דעם נפטר קיין ארץ ישראל, וואו ער וועט קומען לקבורה

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:20 pm
דורך ווער
ווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:18 pm הומאניטארישע קריזיס אנטוויקלט זיך ביי אוקראינישע גרעניצן, וואו טויזנטער אידן ארויס פון אומאן קענען נישט אהיימפארן‎
די פּראָבלעמען ווערן געזען ביי די אוקראַינישע גרעניצן מיט פּוילן, מאָלדאָווע און אונגאַרן, און די אָרטיגע גרעניץ וועכטער איגנאָרירן די ביטעס פון די טויזנטער אידן וועלכע שטייען און וואַרטן שוין לאַנגע שטונדן, נישט האָבנדיג קיין עסן אָדער טרינקען, און ווערן געלאָזט וואַרטן אויפן גאַס. לויט א צאָל עדות אויף די סצענע, זעהט מען קלאָר א סעלעקציע, אַז די גרעניץ וועכטער לאָזן אַריבער אַזעלכע וואָס זענען פּוילישע בירגער אָדער בירגער אין אונגאַרן אָדער מאָלדאָווע, און שלעפּן אַרום מיט די פּראָצעדורן דוקא פאַר די אידן וואָס קומען פון ארץ ישראל, אַמעריקע אָדער אַנדערע פּלעצער
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=O ... ykHFuibiWN

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 12:10 pm
דורך ברסלב פלוס
viewtopic.php?p=102806#p102806
ברסלב פלוס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:56 am היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל!
היסטארישע באזוך און מאיעסטעטישע דעלעגאציע אין שפיץ פון לאנג-יעריגער שתדלן למען כלל ישראל הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן שליט"א זענען די טעג אראפ געפארן צום הויפט שטאט קיעוו אוקריינא, פאר ספעציעלע היסטארישע אוידיענץ אין פרעזידענטליכע קארידארן אין אפיס פונעם אוקריינא פרעזידענט זאלענסקי, די באזוך האט נאכגעפאלגט מיט א קייט פון פילע זיצונגען מיט העכסט אוקריינא פאליטישע פירער אין מיניסטארן און הויכע רעגירונג באאמטע.

די מאכטפולע היסטארישע באזוך איז צושטאנד געקומען אין דירעקטע לאנגיעריגע פעולות און מאסיווע השתדלנות פון העכסטראנגיקע קאנגרעס לייט און סענעטארן וועלכע ארבעטן צו ראטעווען אידישע בתי חיים אין היסטארישע אנגעלגנהייטן.
ארגענעזירט געווארן ע"פ בקשת ושליחות קודש פון זקני רבני מנהיגי ברסלב שליט"א, און רעזולטאט פון שאנדפולע געזעץ דורך געפירט דורך אומאן סיטי קאונסיל אין שפיץ פונעם לאקאל'ן מעיאר, נאכן אריבער פירן א געזעץ וועלכע טוהט אפמעקן די עקזיסטענץ פונעם היסטארישע אלט'ן בית החיים פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע מיט אירע טויזענטער קדושים, געבנדיג די מעגליכקייט עס אויפגראבן אין פארשוועכן ה"י.
דער אודיענץ האט געטראגן א ספעציעלע באדייט, צייגענדיג ספעציעלע וויכטיגקייט אינעם ענין, טראץ שווערע מלחמה אנגעלעגנהייטן און שווערע זיכערהייט מאסנאמען, איז דאס געווארן ארויף געברענגט אין אדרעסירט ביי העכסטע פירער פונעם לאנד, וועלכע האבן עס גענומען גאר ערענסט, אלס א אישו וועלכע פארפלאגט די אלגעמיינע אידישע געמיינדעס, און האבן פארשפראכן צו טוהן אלעס וואס איז אין זייער מעגליכקייט.
פרעזידענט זאלענסקי האט זיך אנגעבליך נישט געקענט באטייליגן זייענדיג אין שווייץ ביים G7 מיטונג מיט די העכסטע וועלט פירער, און האט באויפטראגט זיין פערזידענט'ליכע סטעף צו אויפנעמען די חשוב'ע דעלגאציע און זיין פערזענליכע העכסט באוואכטע פרעזידענטליכע פאלאץ, און באגלייט פערזענליך די סיטואציע און שטייט ווייטער אין פארבינדונג צו ראטעווען די בית החיים.
במשך דעם זיצונגען האט מען ארויפגעברענגט על שולחן מלכים פארשידענע נייע אספעקטן לקדם פני הרעה וויאזוי צו באשיצן די אידישע בתי חיים אין אפהיטן די היסטארישע פלעצער וועלכע טראגן א ספעציעלע באדייט פאר די אידישע וועלט, צו מאכן א אנדענק פאר פילע קדושים באצייכענען זייערע רציחות אין וועלכע זיי זענען ברוטאל אומגעקומען על קידוש ה'.
נאכן אויסהערן די רירענדע ווערטער איבער דעם שרעקליכן געפאר פארן עקזסטענץ פון בתי חיים אין אידישע אנגעלגנהייטן, זענען די געערטע באאמטע געווארן זייער איבערגענומען, עס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג ביי די הויכע פענסטער, און האבן ארויסגעברענגט מיט גאר ווארימע ווערטער זייערע געפילן פאר די חשוב'ע דעלעגאציע בשליחות הרבנים, און האבן פארשפראכן פאר די שלוחי הרבנים זייער גרייטקייט צו ארבעטן צוזאמען מיט אלע מיטלען וואס עס וועט זיך אויספעלען זיכער מאכן אז די פינסטערע פלענער ומזימות רשע צו פארשוועכן אונזערע הייליגע בתי חיים אין אידישע היסטאריע ובפרט ערטער וועלכע טראגן א עקסטערע היסטארישע באדייט פאר די אידישע געמיינדע, זאלן ווערן אפגעהיטן אזוי ווי עס פאסט.
די באאמטע האבן אויך ארויס געברענגט זייער גרייטקייט צו אויפנעמען די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וועלכע קומען יאר יערליך קיין אומאן אויף ראש השנה, און הייבן שוין אן די טעג אנגרייטן איינשפאנען אלע רעגירונג אפטיילונגען וועלכע פארפיגן אויף די ראש השנה, ובפרט כהיום אין צייט פון מלחמה איז דאס אסאך שווערער אין מער קאמפלוצירט, און וועלכע זיי זיצן שוין צו אלעס אוועק שטעלן על צד היותר טוב.
כלל ישראל איז מתפלל היה עם פיפיות שלוחי עמך ישראל.

Re: נייעס פון אומאן, אוקראינע

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:12 pm
דורך ווער
די פרעמיער מיניסטער'ס אפיס פון מאלדאווא האט אין א סטעיטמענט ערקלערט די באשלוס פון נישט צו באשטעטיגן טשארטער פלייטס פאר אידן קיין אומאן