בלאט 1 פון 1

הכנסת ספר תורה דורך מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (ב”ב)

געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 5:04 pm
דורך נחמן כץ
מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי אלפי חסידי וויזניץ אומעטום איבער א היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן פאריאר לזכותו.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 5:06 pm
דורך נחמן כץ
נאך פרטים:
שותפי הסוד ביד נעכטן זענען געווען בלויז: דער רבי שליט"א - כמובן, משב"ק הרב בנציון שטנגר, די חברותא פונעם רבי'ן הרה"ג ר' מאיר בראנד, דער סופר הרה"ג ר' אשר פויגעל.
נישט די קינדער און נישט די רעבעצין האבן פון גארנישט געוויסט.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 11:28 pm
דורך MCITP
מען מעג וויסן וועלכע רבי שליט"א?

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:00 am
דורך בית יעקב
תיקון טעות:
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:03 am
דורך אנדערער
בית יעקב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:00 am תיקון טעות:
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
וואס איז די חילוק?

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 7:39 am
דורך זלמעלע
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:03 am
בית יעקב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:00 am תיקון טעות:
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
וואס איז די חילוק?
ר' ישראלטשי שליט"א לאזט נישט מ'זאל עהם רופן "כ"ק"

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 4:56 pm
דורך בית יעקב
דער וויזניצער רבי פון שיכון לאזט נישט מ'זאל אים רופן מיט'ן טיטל "כ"ק", דערפאר שרייבט מען אויף אים "מרן אדמו"ר שליט"א", אבער אין מרכז וויזניץ האבן זיי איינגעפירט צו שרייבן "כ"ק אדמו"ר הקוה"ט שליט"א", אזוי ארום ווייסט מען אלעמאל פון וועלכע וויזניץ מ'רעדט.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 6:02 pm
דורך מהודר
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 7:39 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:03 am
בית יעקב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:00 am תיקון טעות:
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
וואס איז די חילוק?
ר' ישראלטשי שליט"א לאזט נישט מ'זאל עהם רופן "כ"ק"
אפאר חדשים נאך ער איז געווארן רבי האט ער אנאנסירט אז ער איז נישט קיין כבוד קדושת... און ער האט געבעטן אז מען זאל אים נישט אזוי רופען און נישט שרייבן אויף אים אזוי.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:31 am
דורך רבינו היקר

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 1:16 pm
דורך משה הלוי
ביטע אפדעיטן די קעפל צו וויזניץ ב''ב, ס'קאנפיוסד

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:12 pm
דורך שטייפע קוגל
ס'איז אומאפיציעל אנגענומען אז סתם כ"ק אדמו"ר מויזניץ איז האדמו"ר ר' ישראל.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:56 pm
דורך משה הלוי
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:12 pm ס'איז אומאפיציעל אנגענומען אז סתם כ"ק אדמו"ר מויזניץ איז האדמו"ר ר' ישראל.
ערשטע מאל כ'הער דאס
דאהי וואלט איך עס ענדערש פארשטאנען אויף האדמור מוויזניץ פין מאנסי

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 8:19 pm
דורך ויצא
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 7:12 pm ס'איז אומאפיציעל אנגענומען אז סתם כ"ק אדמו"ר מויזניץ איז האדמו"ר ר' ישראל.
מרן אדמו"ר נישט כ"ק

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 6:06 am
דורך בית יעקב
ביטע טוישן די קעפל צו:
די ריכטיגע טיטלען פאר די וויזניצ'ע אדמו''רים שליט''א.

Re: הכנסת ספר תורה דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 6:24 am
דורך הדסים
נאך וויפיל טעג צו טוישן קעפל-- כ'מיין, צום הכנסת ס"ת?