בלאט 1 פון 1
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 1:56 pm
דורך דריידל
די טראנספארמאציע פון די געדיכטע ברוקלינ'ע גאסן צו געגנטער ווי מאנסי, מאנרא, אדער לעיקוואד ווערט אפט באטראכט ווי א מופן צום קאנטרי, אבער א ריכטיגער בליק אויף די פלעצער ווייזט אז זיי זענען שוין לאנג פארוואנדלט געווארן אין אן המשך פון די שטאט אליין. כאטש אמאל זענען זיי געווען רואיגע סובורבס אדער שטילע ישובים, האט די שנעלע אנטוויקלונג מיטגעברענגט די זעלבע שטאטישע דרוק פון וואס מענטשן האבן לכתחילה פרובירט צו אנטלויפן. דער מושג פון א פרידליכן ישוב רעכנט אריין א געוויסע מאס פלאץ און שטילקייט וואס מען קען שוין קוים געפינען אין די היינטיגע צענטערס. אנשטאט גרינע בערג און פריוואטקייט, טרעפן זיך רוב איינוואוינער צווישן רייען פון געדיכטע דופלעקסעס און טאונהאוזעס וואס זענען כמעט דאס זעלבע ווי די ענגקייט פון די פינף באראס.
איינע פון די שטערקסטע באווייזן אויף סיטי לייף איז די שווערע טראפיק און דער דרוק אויף די אינפראסטרוקטור. אין לעיקוואד אדער מאנסי קען א פשוט'ע רייזע צום גראסערי נעמען אזוי לאנג ווי א נסיעה אין ברוקלין, ווייל די גאסן זענען קיינמאל נישט געבויט געווארן פאר די צענדליגער טויזנטער קארס וואס פארן דארט היינט. דאס קול פון סעירענס, דאס כסדר'דיגע גערודער פון קאנסטראקשאן, און די ריזיגע קאמערציעלע שאפינג צענטערס באשטעטיגן דעם פאקט אז דאס זענען שוין לאנג נישט קיין שטילע סובורב. אפילו די סאציאלע סטרוקטור האט זיך געטוישט צו א שטאטישן מאדעל; די געיעג און דאס שנעלע לעבן האבן איבערגענומען דאס ארט פון דעם היימישן דארפישן געפיל וואס האט כאראקטעריזירט די געגנטער מיט דרייסיג יאר צוריק.
דערצו איז די עקאנאמישע רעאליטעט אין די שטחים געווארן כמעט דאס זעלבע ווי אין די גרויסע מעטראפאלין שטעט ארום זיי. די פרייזן פון דירות האבן ארויפגעשאסן צו א פונקט וואס א יונג פארפאלק צאלט אפטמאל שטאטישע פרייזן פאר א בעיסמענט אדער א שמאלע חלק פון א הויז. ווען מען לייגט צו די הויכע הוצאות המחיה צוזאמען מיט דעם טעגליכן סטרעס פון זיך ספראווען מיט איבערגעפילטע גאסן און מוסדות, ווערט דער ארגומענט אז דאס זענען שטילע שטעטלעך אלץ שוואכער. אויסער דעם וואס עס פעלט א סאבוועי סיסטעם און עס זענען דא אביסל מער ביימער, איז דאס לעבן אין מאנסי, מאנרא, און לעיקוואד ביסודו א מאדערנע שטאטישע עקספיריענס, געפירט דורכן זעלבן רעש, ענגקייט, און נערוועזע ענערגיע ווי דער כרך פון ברוקלין.
נישט צו זאגן אז די פאקטישע אויסשטעל איז די זעלבע, אבער איך געדענק נאך ווען האלב בארא פארק האט געוואינט אים דיטעטשט הייזער און דאן האט מען זיך אויך אפגערעדט אויף די "ישיבת כרכים" און מ'מוז זיך ארויסזעהן. פארוואס הערט מען נישט די זעלבע ווייגעשריי ווען פולע משפחות וואוינען היינט אזוי אין מאנסי/מאנרא?
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:04 pm
דורך אינטערן טיש
דריידל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:56 pm
פארוואס הערט מען נישט די זעלבע ווייגעשריי ווען פולע משפחות וואוינען היינט אזוי אין מאנסי/מאנרא?
מען הערט גראדע יא ,
וועגן דעם איז דא אין קרית יואל משפחות וואס ציען זיך דייקא ארויס פון שטעטעל צו גלילות געגענטער,
און אויך פערזענליך געהערט פון צענדליגע אנוואינער אין קרית יטב לב -בלומינגבורג און אין מאנטיסעלאו אז זיי האבן זיך דייקא געצויגן פון קרית יואל/מאנסי/שיכון סקווירא צו מער א רוהיגע וואין ארט ,און איינוועגס איז עס פיל ביליגער.
רוב אנוואינער אין מאנטיסעלאו כהיום קומען פון אפסטעיט קרית יואל/מאנסי/שיכון סקווירא .
סאיז דא פון מאנסי/קרית יואל/סקווירא וואס זענען געגאנגען קיין קאסא גראנדע,אריזאנע און טעמפא פלארידא, רוב פון די ערשטע גרופע קיין טעמפא ביי בעלעדע רב נאך ,זענען געווען פון קרית יואל,
און אויך אסאך אנגעשריבענע אין לעיק פראנט פלארידא זענען פון אפסטעיט וואס האבן אפילו אייגענע הייזער יעצט
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:08 pm
דורך דריידל
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:04 pm

גערעכט אבער אמאל זענען געווען רבנים וואס האבן מעורר געווען דערויף.
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:09 am
דורך אינטערן טיש
דריידל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:08 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:04 pm
דריידל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:56 pm
פארוואס הערט מען נישט די זעלבע ווייגעשריי ווען פולע משפחות וואוינען היינט אזוי אין מאנסי/מאנרא?
מען הערט גראדע יא ,
וועגן דעם איז דא אין קרית יואל משפחות וואס ציען זיך דייקא ארויס פון שטעטעל צו גלילות געגענטער,
און אויך פערזענליך געהערט פון צענדליגע אנוואינער אין קרית יטב לב -בלומינגבורג און אין מאנטיסעלאו אז זיי האבן זיך דייקא געצויגן פון קרית יואל/מאנסי/שיכון סקווירא צו מער א רוהיגע וואין ארט ,און איינוועגס איז עס פיל ביליגער.
רוב אנוואינער אין מאנטיסעלאו כהיום קומען פון אפסטעיט קרית יואל/מאנסי/שיכון סקווירא .
סאיז דא פון מאנסי/קרית יואל/סקווירא וואס זענען געגאנגען קיין קאסא גראנדע,אריזאנע און טעמפא פלארידא, רוב פון די ערשטע גרופע קיין טעמפא ביי בעלעדע רב נאך ,זענען געווען פון קרית יואל,
און אויך אסאך אנגעשריבענע אין לעיק פראנט פלארידא זענען פון אפסטעיט וואס האבן אפילו אייגענע הייזער יעצט
גערעכט אבער אמאל זענען געווען רבנים וואס האבן מעורר געווען דערויף.
היינט נאכט האט טאקע אדמו"ר מהר"א מעורר געווען דערויף און פראקלאמירט מאנטיסעלאו
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 9:03 am
דורך מחישי
כ”ק אדמו"ר מוויען שליט"א זייער אינטערסאט א בליק פון די אנדערע זייט מיט דעת תורה

- 12227.jpeg (88.18 KiB) געזען געווארן 681 מאל
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:58 pm
דורך הדסים
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:09 am
היינט נאכט האט טאקע אדמו"ר מהר"א מעורר געווען דערויף און פראקלאמירט מאנטיסעלאו
מהר"א האט גערעדט פון ברוקלין.
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:27 pm
דורך אגד
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:58 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:09 am
היינט נאכט האט טאקע אדמו"ר מהר"א מעורר געווען דערויף און פראקלאמירט מאנטיסעלאו
מהר"א האט גערעדט פון ברוקלין.
מען רעדט אבער אלץ רעפלעיסמענט פארוואס מאנסי (מיט לעיקוואד) זענען געווען.
עס איז, פון איין פוינט אף וויו, א פארמעסט צווישן בלומינגראוו און מאנטיסעלאו (מיט בבג אלס פראנטראנער), רבינו מהרא וויל אודאי אז מאנטיסעלאו זאל געווינען, האט ער עס נעכטן שטארק אינדארסירט.
Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:49 pm
דורך הדסים
אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 2:27 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:58 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 1:09 am
היינט נאכט האט טאקע אדמו"ר מהר"א מעורר געווען דערויף און פראקלאמירט מאנטיסעלאו
מהר"א האט גערעדט פון ברוקלין.
מען רעדט אבער אלץ רעפלעיסמענט פארוואס מאנסי (מיט לעיקוואד) זענען געווען.
עס איז, פון איין פוינט אף וויו, א פארמעסט צווישן בלומינגראוו און מאנטיסעלאו (מיט בבג אלס פראנטראנער), רבינו מהרא וויל אודאי אז מאנטיסעלאו זאל געווינען, האט ער עס נעכטן שטארק אינדארסירט.
ליין איבער זיין ארטיקל, די אלע וואס פארפירן אז מ'דארף זיך אוועקציען פון ברוקלין וועגן "ישיבת כרכים קשה" זאלן וויסן אז מאנסי און ק"י זענען די זעלבע כרכים אין דעם טערמין.
אוודאי האט ברוקלין נאך סיבות צו מופן, מ'רעדט פון דעם.
(נישט אלעס איז פאליטיק. ביי געוויסע ניקס יא, אבער ביי מיר נישט.)
Re: Re: ישיבת כרכים קשה — אומעטום
געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 2:27 pm
דורך בלומינגראווער איד
ווי שטארק איך האב ליב בלומינג גראוו זענען די פרייזן בכלל נישט קיין פארגלייך צו די נייע מאנטיסעלא דעוועלאפמענטס, הגם אין בלומינג גראוו לויפט יעצט די פרייזן ארום $275-290 א סקווער פיס זענען די דירות ע"פ רוב ריזיגע דופלעקסעס (אדער בעיסמענטס וואס זענען סתם אזוי אומבחנט) וואס קאסטן $850-900 טויזנט און אן עוורידש יונגערמאן קען זיך עס נישט אפארדן.
ווי עס זעט אויס גייט מאנטיסעלא זיין קלענערע דירות און נאך פאר $200 א סקווער פיס אויך גייען די פרייזן לויפן ביי $4-600 טויזנט א דירה, עפעס וואס א מיטל אינקאם יונגערמאן קען זיך עפארדן