וועריפיי יור א יומען . וויאזוי ארבייט עס אין פארוואס דארף מען עס ?
געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:35 pm
וועריפיי יור א יומען . וויאזוי ארבייט עס אין פארוואס דארף מען עס ?
וואס מיינט "באט מענעדזשמענט"?
באט מענעדזשמענט (Bot management) באשטייט פון אפשטעלן אומגעוואונטשענע אדער שלעכטע אינטערנעט "באט" טראפיק, און אין די זעלבע צייט יא ערלויבן פאר די גוטע באטס צוקומען צו די וועבסייטס. דאס ווערט געטאן דורך אויפכאפן די באט אקטיוויטעטן, קענען דערקענען צווישן א גוטע און א שלעכטע באט, און אידענטיפיצירן פון וואו די פראבלעמאטישע אקטיוויטעטן קומען.באט מענעדזשמענט איז קריטיש וויכטיג, ווייל אויב מען לאזט עס נאך, קענען די באטס אנמאכן גרויסע פראבלעמען פאר וועבסייטס. צופיל באט טראפיק קען איבערלאדן די וועב סערווערס, וואס ברענגט אז די זייטל זאל ארבעטן זייער שטייט אדער אינגאנצן קראכן פאר די עכטע יוזערס (א זאך וואס ווערט אמאל אנגערופן א DDoS אטאקע). שלעכטע באטס קענען אויך גנב'נען אדער דאונלאודן קאנטענט פון וועבסייטס, צוגנבענען יוזער פעסווארדס, פארשפרייטן ספעם גאר שנעל, און דורכפירן פארשידענע אנדערע סייבער אטאקעס.
וואס טוט א "באט מענעדזשער"?
א באט מענעדזשער איז א סאפטוועיר פראדוקט וואס איז אויסגעשטעלט צו קאנטראלירן באטס. א גוטע באט מענעדזשער דארף קענען בלאקירן געוויסע באטס און לאזן אנדערע דורכגיין, אנשטאט פשוט בלאקירן יעדע זאך וואס איז נישט קיין מענטש. למשל, אויב מען בלאקירט אלע באטס און די גוגל באטס קענען נישט ליינען א פעידזש, וועט די פעידזש נישט ארויפקומען אין די גוגל זוך רעזולטאטן, וואס וועט שטארק אראפקלאפן די צאל באזוכער וואס קומען אן צום סייט.א שטארקע באט מענעדזשער ערגרייכט די פאלגנדע צילן. עס קען: דערקענען דעם חילוק צווישן א "באט" און א מענטש וואס באזוכט דעם סייט אפשאצן די רעפוטאציע פון א באט דערקענען פון וואו א באט קומט דורך זיין IP אדרעס און אים בלאקירן אויב זיין IP רעפוטאציע איז נישט גוט אנאליזירן די אויפפירונג פון א באט אריינלייגן "גוטע" באטס אין א "ווייט-ליסט" (whitelist)אויספרואווען פארדעכטיגטע באטס דורך א CAPTCHA טעסט, דורך אריינשיקן JavaScript, אדער אנדערע וועגן באגרעניצן די ספיד (Rate limit) פון סיי וועלכע באט וואס קען זיין שעדליך צוריקהאלטן "שלעכטע" באטס פון צוקומען צו געוויסע תוכן אדער רעסורסן ווייזן אנדערע סארט אינפארמאציע פאר באטס
וואס איז דאס א "באט" (bot)?
א באט איז א קאמפיוטער פראגראם וואס ארבעט אינערהאלב א נעטווארק. באטס זענען געמאכט אויסצופירן געוויסע פעולות אויף אן אויטאמאטישן אופן. כאטש די ארבעט וואס א באט טוט איז געווענליך פשוט'ע זאכן, קענען זיי עס אבער איבערחזר'ן אן אן אויפהער און פיל שנעלער ווי א מענטש וואלט ווען געקענט באווייזן.למשל, גוגל (Google) נוצט באטס וואס קריכן כסדר איבער וועבזייטלעך און לייגן אריין דעם תוכן אין זייער "סערטש ענדזשין" אינדעקס. עס וואלט געווען אן אוממעגליכע ארבעט פאר א מענטשליכע טיעם דורכצוקוקן די ריזיגע מאס אינפארמאציע וואס געפינט זיך אויפן אינטערנעט, אבער די באטס פון גוגל האלטן זייער סערטש אינדעקס כמעט אינגאנצן פריש און דערהיינטיגט.אלס א נעגאטיווע דוגמה, נוצן ספעמערס (spammers) באטס וואס "שניידן" אימעיל אדרעסן פון איבערן גאנצן אינטערנעט. די באטס קריכן אויף וועבזייטלעך, זוכן טעקסט וואס זעהט אויס ווי אן אימעיל אדרעס (טעקסט + א @ סימבאל + א דאמעין), און היטען די אינפארמאציע אפ אין א דאטאבאזע. כאטש א מענטש קען זיכער אויך זוכן אימעיל אדרעסן אויף וועבזייטלעך, זענען די דאזיגע אויטאמאטישע באטס פיל שנעלער, ווייל זיי זוכן נאר טעקסט וואס פאסט פאר זייערע ספעציפישע מאסן.אנדערש ווי מענטשן וואס נוצן דעם אינטערנעט, גייען "באטס" (bots) געווענליך נישט אריין דורך די з גילטיגע בראוזערס ווי גוגל קראום אדער מאזילא פייערפאקס. אנשטאט נוצן א "מאוס" (אדער א סמארטפון) צו קליקן אויף זאכן וואס מען זעט אויפ'ן סקרין, זענען באטס בלויז קאמפיוטער פראגראמען וואס שיקן HTTP ריקוועסטס (צווישן אנדערע אקטיוויטעטן), און אסאך מאל נוצן זיי דאס וואס מען רופט א "העדלעס בראוזער".
וואס טוען די באטס?
באטס קענען טאן כמעט יעדע זאך וואס חזר'ט זיך איבער און פאדערט נישט קיין קריעטיווע מח – אלעס וואס מען קען אויסשטעלן אז עס זאל לויפן אויטאמאטיש. זיי קענען קאמיוניקירן מיט וועבזייטלעך, אויספילן און שיקן פארמס, קליקן אויף לינקס, סקענען (אדער "קראולן") טעקסט, און דאונלאודן קאנטענט. באטס קענען "קוקן" ווידיאס, שרייבן קאמענטארן, און לייגן פאוסטס, "לייקן" אדער "ריטוויטן" אויף סאציאלע מידיא פלאטפארמעס. עס זענען אפילו דא באטס וואס קענען פירן פשוט'ע שמועסן מיט מענטשן – די סארט ווערן אנגערופן "טשעט-באטס".
וואס איז דער חילוק צווישן גוטע באטס און שלעכטע באטס?
עס איז מערקווירדיג אז לויט אסאך קוועלער ווערט געשאצט אז בערך האלב פון די גאנצע טראפיק אויפ'ן אינטערנעט קומט פון באטס. פונקט ווי טייל סאפטוועיר איז געמאכט פאר שלעכטס, זענען דא באטס וואס זענען שעדליך, בשעת אנדערע ווערן פאררעכנט אלס "גוט".יעדע באט וואס נוצט אויס אן אנליין פראדוקט אדער א סערוויס אויף א נישט ריכטיגן אופן, קען מען קאטעגאריזירן אלס א "שלעכטע באט". שלעכטע באטס קענען זיין אפענע מזיקים, ווי למשל אזעלכע וואס פרובירן אריינצוברעכן אין מענטשנ'ס אקאונטס, אדער מער באהאלטענע אופנים פון אויסנוצן רעסורסן, ווי למשל באטס וואס קויפן אפ ריזיגע קוואנטומס פון טיקעטס אויף וועבזייטלעך פון עווענטס.א באט וואס גיט א נויטיגע אדער א גוטע סערוויס ווערט פארעכנט אלס א "גוטע באט". למשל, קאסטומער סערוויס טשעט-באטס, סוירטש ענדזשין קראלערס (וואס זוכן דעם וועב), און באטס וואס קוקן נאך די פערפארמענס ווי שנעל א סייט ארבעט. געווענליך וועלן די גוטע באטס זיך אידענטיפיצירן און פאלגן די תקנות וואס שטייען אראפגעשריבן אינעם robots.txt פייל פון א וועבזייטל.
וואס איז דאס א robots.txt פייל?
Robots.txt איז א פייל וואס געפינט זיך אויפן וועב סערווער און עס לייגט אראפ די תקנות פאר באטס וואס ווילן צוקומען צו זאכן אויף יענעם סערווער. אבער, דער פייל אליין קען נישט צוואונגען קיינעם צו פאלגן די רולס. עס ארבעט בעיקר אויף א "האנאר סיסטעם" (אמונה), אז ווער עס פראגראמירט א באט דארף זען אז זיין באט זאל קודם טשעקן דעם robots.txt פייל פארן אריינגיין אינעם סייט. פארשטייט זיך אז די שלעכטע באטס פייפן זיך געווענליך אן אויף דעם סיסטעם, און דאס צייגט פארוואס מען דארף האבן "באט מענעדזשמענט".
וויאזוי ארבעט באט מענעדזשמענט?
כדי צו דערקענען באטס, קענען באט מענעדזשערס ניצן "דזשאווא-סקריפט טשאלענדזשעס" (וואס קוקן נאך אויב מען ניצט א נארמאלע וועב בראוזער) אדער CAPTCHA פראגעס. זיי קענען אויך דערקענען דעם חילוק צווישן א מענטש און א באט דורך "ביהעוויער אנאליסיס", וואס דאס מיינט מען פארגלייכט וויאזוי דער באנוצער פירט זיך אויף צו די געווענליכע וועג וויאזוי מענטשן פירן זיך אויף. כדי די לעצטע עצה זאל ארבעטן געהעריג, דארפן די באט מענעדזשערס האבן א ריזיגע זאמלונג פון גוטע דעיטא איבער וויאזוי מענטשן פירן זיך אויף, כדי צו האבן מיט וואס צו פארגלייכן.אויב מען זעט אז א באט איז א שלעכטע, קען מען אים שיקן צו א צווייטע פעידזש אדער אים אינגאנצן בלאקירן פון קענען צוגיין צו א זאך אויפן וועב.די גוטע באטס קען מען אריינלייגן אין א "עלאו-ליסט" (allowlist), וואס דאס איז א ליסטע פון באשטעטיגטע באטס (דאס פארקערטע פון א בלאק-ליסט). א באט מענעדזשער קען אויך ניצן נאך ביהעוויער אנאליסיס צו וויסן דעם חילוק צווישן א גוטע און א שלעכטע באט. נאך א מהלך וויאזוי מען קען קאנטראלירן באטס (bots) איז דורך ניצן דעם 'robots.txt' פייל אויפצושטעלן א (honeypot). א האניג-טופ איז א סארט פאסטקע וואס מען לייגט אויס צו שלעפן שלעכטע באזוכער; איינמאל זיי רירן עס צו, ווערט נתגלה אז זיי זענען דא פאר שלעכטע כוונות. ביי באטס ארבעט עס אזוי: מען מאכט א בלאט אויף די וועבזייטל וואס מען שרייבט דערויף קלאר אינעם robots.txt פייל אז באטס טארן דארט נישט אריינגיין. די "גוטע" באטס וועלן פאלגן וואס שטייט אינעם פייל און וועלן זיך היטן נישט צורירן דעם בלאט, אבער געוויסע שלעכטע באטס וועלן יא פרובירן דארט אריינצוקריכן. דורך נאכגיין די IP אדרעסן פון די באטס וואס גייען אריין אינעם האניג-טופ, קען מען דערקענען די מזיקים און זיי שפעטער בלאקירן.
וועלכע סארט באט אטאקעס העלפט א "באט מענעדזשמענט" סיסטעם אפצושטעלן ?
א שטארקע באט מענעדזשמענט סיסטעם קען העלפן פארמיידן פארשידענע אטאקעס, צווישן זיי:DDoS אטאקעס DoS אטאקעס גנב'ענען לאגין-אינפארמאציע (Credential stuffing)קרעדיט קארד שווינדל (Credit card stuffing)ברעכן פאסווארדס מיט כח (Brute force)ספעם אינהאלטגנב'ענען דאטא אדער וועב-סקריפינג אויפזאמלען אימעיל אדרעסן אדווערטייזמענט שווינדל (Ad fraud)קליק שווינדל (Click fraud) די פאלגנדע באט אקטיוויטעטן ווערן נישט אלעמאל גערעכנט אלס "שלעכט", אבער א באט מענעדזשער דארף נאך אלס קענען באקעמפן די זאכן: אויסכאפן דעם גאנצן סטאק (Inventory hoarding)אויטאמאטישע פאוסטינגס אויף סאציאלע פלאטפארמעס אדער פארומסאנפילן שפינג קערידזשעס (Shopping cart stuffing)
וויאזוי פירט קלוידפלער (Cloudflare) אן מיט'ן קאנטראלירן באטס?
קלאודפלעיר (Cloudflare) פארמאגט א ספעציעלע מעגליכקייט צו זאמלען דאטא פון ביליאנען ריקוועסטס וואס גייען דורך זייער נעטווארק יעדן איינציגן טאג. די דאטא העלפט קלאודפלעיר צו קענען פינקטליך אנצייגן אויף מעגליכע "באט" אקטיוויטעטן דורך מאשין לערנינג און דאס אנאליזירן וויאזוי זיי פירן זיך אויף. דאס גיט זיי די נויטיגע אינפארמאציע צו קענען אויפשטעלן א גוטע "אלאו-ליסט" (allowlist) פאר די נוצליכע באטס, אדער א "בלאק-ליסט" פאר די שלעכטע און שעדליכע באטס. קלאודפלעיר האלט אויך אן א ריזיגע דאטא-בעיס פון IP רעפוטאציע.
אידיש לעבס אלערט