בלאט 1 פון 42

היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:45 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
ערנסטע קלאנגען אז די היסטארישע ירושה פון רבינו הגה''ק הברך משה זצ''ל וועט ווערן צוטיילט צווישן די 4 זון מרנן האדמורי''ם והרבנים שליט''א!!!!!
דאס קומט פונקט 20 יאר נאך די הסתלקות כ''ו ניסן תשס''ו
הרבני הנגיד לבית סאטמאר מהרי''י מו''ה ליפא (ב''ר משה משב''ק) פריעדמאן הי''ו, און הרבני הנגיד לבית סאטמאר מהר''א מו''ה יחזקאל דוד (ב''ר יעקב) בערקאוויטש הי''ו, האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין, און אויפגענומען א דרויסנדיגע קאמפעני אפצושאצן די פילצאליגע טייערע און היסטארישע חפצים, עס צו קענען צוטיילן שוה בשוה צווישן די 4 זונען פונעם ברך משה: (לפי סדר התולדות)
האדמו''ר מהר''א, אב''ד זענטא, האדמו''ר מהרי''י, אב''ד 15
די וואך האבן ביידע נגידים אפגעשטאט א באזוך בקודש פנימה ביי האדמו''ר מהר''א, פאראויסצושטופן די היסטארישע אינטערנעמונג

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:45 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
וזאת הברכה אשר בר״ך מש״ה!

מיט גרויס עקסטאז ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי סאטמאר אלוועלטליך, אַז לקראת דער צוואָנציגסטער יומא דהילולא קדישא פון רבינו הגה״ק בעל ברך משה זי״ע, איז מען געקומען ב״ה לעמק השוה צו צעטיילן די ירושה, מורשת צדיק, פון רבי׳ן זצ״ל, בסדר יפה אף נעים, צווישן די בני משפּחת המלוכה.

די ירושת הצדיק נעמט אריין אין זיך פילע צענדליגער גאָר טייערע חפצי קודש, כתבי קודש, און ספרי קודש, פון די שלשלת הקודש צדיקי בית סיגוט וסאטמאר אַרויף ביז צום ראש השושילתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, און איז אריבערגעגאנגען דור אחר דור ביז רבינו הברך משה זי”ע.

די צעטיילונג פון די ירושה קומט צושטאַנד תחת פּיקוחו — און נאך די אומערמידליכע כוחות — פונעם לעגענדאַרן סאטמארער משב״ק, איש אמונו וסודו פון רבי׳ן הברך משה זי״ע, הרבני החסיד המרומם רבי משה פריעדמאן שליט״א, וועלכער איז אָנפאַרטרויעט געוואָרן דורכ׳ן רבי׳ן בכבודו ובעצמו זיך אפּצוגעבן בעזבונו לאחר אריכות ימיו ושנותיו, אינאיינעם מיט החסיד המרומם רבי אליעזר קעסטענבוים שליט״א, רב ונשיא ״דמשק אליעזר״.

די ירושה, וואָס ווערט געשאצט אין די ווערד פון פילע מיליאנען, ווערט געהאלטן בקדושה יתירה שוין אזויפיל דורות, ביי רבותינו הצדיקים הקדושים דור אחר דור, און אונטער די אויפזיכט פונעם משב״ק רבי משה שליט״א האָבן חשוב׳ע מבינים און ת"ח דאס מסדר געווען דבר דבר על אופנו, לויט׳ן רצון פון רבי׳ן און עפ"י דת תוה"ק והיושר.

אין די זעלבע צייט איז ארויסגעקומען א היסטאָרישער מכתב "בקשה ואזהרה" אונטערגעשריבן דורך אלע קינדער און איידעמער פון רבינו הברך משה זי״ע, ובראשם כ״ק מרן רבינו שליט״א, אנבאלאנגט די ירושה!

אין דעם מכתב ווערט אַרויסגעברענגט, אַז היות במשך פון די יארן איז פארלוירן געווארן פארשידענע טייערע חפצים און ספרים פון די ירושה, וואס מען ווייסט נישט וואו זיי געפינען זיך, על כן ליגט א פליכט מדין תורה דאס צוריק צוגעבן פאר די יורשי דאורייתא, און נישט נכשל צו ווערן באיסור גזל ח"ו.

דער מכתב טוט אונטערשטרייכן אַז כמובן א חפץ וואס מען האלט בגניבה האט נישט קיין שום חשיבות, אדרבא דאס איז א צער פאר די צדיקים אז מען האלט אפ פון צעטיילן זייער ירושה.

זיי ברענגען אויך צו די ווערטער וואס מרן הברך משה זצ"ל האט געשריבן נאך די פטירה פון זיין גרויסן פעטער מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע - אלס איינציגסטער יורש דאורייתא - ווי ער איז מגלה דעת אז על כתבי ידות און חפצים וכדו' וואס געפינט זיך ברשות אחרים, איז ער נישט מוותר דערויף, און געפינט זיך "ברשות המחזיק בתורת גזל”.

די יורשים זענען דא אויך מגלה דעת, אז אפילו אויב איינער האט אין פלאן דאס צוריקגעבן פריוואט נאר פאר איינע פון די יורשים, וועלן זיי דאס נישט מקבל זיין נאר באופן אז דאס ווערט צעטיילט צווישן אלע יורשים צוגלייך!

אינעם מכתב ווערט אָנגעגעבן אַז דער זמן צוריקצוברענגן די חפצים איז ביז קומענדיגן 'ל"ג בעומר', כדי מען זאל קענען תיכף דערנאך מסדר זיין די חלוקת הירושה על צד היותר טוב!

מטעם די יורשים זענען געשטעלט געווארן שלוחים נכבדים, פאר וועם מען קען צוריקברענגן די אלע חפצים, ספרים וכו' - ה"ה די משמשים בקודש, הרה"ח ר' משה פריעדמאן נ"י, הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן נ"י, והרה"ח ר' חיים שלמה פישער נ"י - מיט א פארזיכערונג אז דאס בלייבט אנאנים, קיין נברא בעולם וועט נישט וויסן דערפון, און עס וועט נישט געפרעגט ווערן קיין שום שאלות.

די יורשים זענען מגלה דעת אז ווער עס וועט צוריקברענגן די חפצים ביזן קומענדיגן ל"ג בעומר, זענען זיי מוחל במחילה גמורה על העבר.

די פריידיגע נייעס איבער די חלוקת הירושה וואס וועט פארקומען אין די גאר נאנטע טעג בעז"ה, איז נארוואס צושפרייט געווארן ברוב שמחה וחדוה ביי אלע חסידי סאטמאר, און איז אוודאי א נחת רוח און א כבוד לנשמת רביה"ק און נשמת אבותיו הק' שלשלת עצי התמרים נבג״מ.

וזאת הברכה אשר ברך משה!

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:46 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
IMG-20260331-WA0227.jpg
IMG-20260331-WA0227.jpg (21.05 KiB) געזען געווארן 5620 מאל

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:48 pm
דורך שטאטסמאן
וועלעכע חפצים פון צדיקי הקודמים איז דא אין די ירישה?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:49 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
IMG_20260330_204157_900.jpg
IMG_20260330_204157_900.jpg (145.16 KiB) געזען געווארן 5602 מאל

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:50 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
1003884277.jpeg
1003884277.jpeg (141.89 KiB) געזען געווארן 5590 מאל

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:54 pm
דורך דבוק אין צדיק
IMG-20260330-WA0063.jpg
IMG-20260330-WA0063.jpg (80.23 KiB) געזען געווארן 5568 מאל

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:57 pm
דורך דבוק אין צדיק
אינטערסאנט צו צו לייגן אז אב"ד סאטמאר וומ"ס מהר"א שליט”א און רבי חיים הערש אשכנזי בן רבי העניך שליט"א וועלן אויך באקומען א טייל פון די ירושה דורך הרבנית הצדיקת מב”פ ע”ה

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:59 pm
דורך מי שברך
WOW היסטאריע...

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:02 pm
דורך איד
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:57 pm אינטערסאנט צו צו לייגן אז אב"ד סאטמאר וומ"ס מהר"א שליט”א און רבי חיים הערש אשכנזי בן רבי העניך שליט"א וועלן אויך באקומען א טייל פון די ירושה דורך הרבנית הצדיקת מב”פ ע”ה
די טעכטער גייען באקומען א חלק?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm
דורך דבוק אין צדיק
אין רעבי’ן ז”ל צוואה שטייט אויף געוויסע זאכן נאר פאר די זוהן און געוויסע זאכן אויף פאר די טעכטער,

מפי השמועה

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm
דורך נהוראי
עס עפענט א שפאלט פאר ענטגילטיגע שלום .

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:06 pm
דורך טיפע טאשן
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm אין רעבי’ן ז”ל צוואה שטייט אויף געוויסע זאכן נאר פאר די זוהן און געוויסע זאכן אויף פאר די טעכטער,

מפי השמועה
וועלכע יאר איז די צוואה?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm
דורך זוכער
די מיליאן דאלאר שאלה:

פארוואס האט דאס געדויערט 20?
פארוואס האט דאס נישט געקענט פאסירן 18 יאר צוריק?
וואס האט יעצט פאסירט?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm
דורך איד
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm אין רעבי’ן ז”ל צוואה שטייט אויף געוויסע זאכן נאר פאר די זוהן און געוויסע זאכן אויף פאר די טעכטער,

מפי השמועה
אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ס'ארבעט ווען א טאכטער לעבט נישט,
ביי א זוהן וואס לעבט נישט - באקומען עס זיינע יורשים - דאס זענען זיינע קינדער,

אבער א פרוי איז דאך איר יורש - איר מאן,
דאן אפשר דארף עס די מאן באקומען.

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:08 pm
דורך איד
זוכער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm די מיליאן דאלאר שאלה:

פארוואס האט דאס געדויערט 20?
פארוואס האט דאס נישט געקענט פאסירן 18 יאר צוריק?
וואס האט יעצט פאסירט?
טאקע א גוטע קשיא

אבער יעצט קען מען נישט צוריק דרייען די זייגער,

די וועלט זאגט בעסער איינמאל ווי קיינמאל

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:10 pm
דורך מי שברך
זוכער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm די מיליאן דאלאר שאלה:

פארוואס האט דאס געדויערט 20?
פארוואס האט דאס נישט געקענט פאסירן 18 יאר צוריק?
וואס האט יעצט פאסירט?
איך מיין אז מען ארבעט שוין יארן לאנג אויף דעם.
איך מיין אז בערל ווייס פון לאס אנזשעלס האט שוין געטרייט יארן צוריק.

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:11 pm
דורך אנדערער
איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm אין רעבי’ן ז”ל צוואה שטייט אויף געוויסע זאכן נאר פאר די זוהן און געוויסע זאכן אויף פאר די טעכטער,

מפי השמועה
אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ס'ארבעט ווען א טאכטער לעבט נישט,
ביי א זוהן וואס לעבט נישט - באקומען עס זיינע יורשים - דאס זענען זיינע קינדער,

אבער א פרוי איז דאך איר יורש - איר מאן,
דאן אפשר דארף עס די מאן באקומען.
זי האט שוין נישט געלעבט ווען דער טאטע איז נפטר געווארן

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:13 pm
דורך שיק
מי שברך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:10 pm
זוכער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm די מיליאן דאלאר שאלה:

פארוואס האט דאס געדויערט 20?
פארוואס האט דאס נישט געקענט פאסירן 18 יאר צוריק?
וואס האט יעצט פאסירט?
איך מיין אז מען ארבעט שוין יארן לאנג אויף דעם.
איך מיין אז בערל ווייס פון לאס אנזשעלס האט שוין געטרייט יארן צוריק.
מיר קוקט אויס ווי עפעס מער ליגט דא אינטער דעם... ימים ידברו.

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:15 pm
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:11 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:07 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:05 pm אין רעבי’ן ז”ל צוואה שטייט אויף געוויסע זאכן נאר פאר די זוהן און געוויסע זאכן אויף פאר די טעכטער,

מפי השמועה
אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ס'ארבעט ווען א טאכטער לעבט נישט,
ביי א זוהן וואס לעבט נישט - באקומען עס זיינע יורשים - דאס זענען זיינע קינדער,

אבער א פרוי איז דאך איר יורש - איר מאן,
דאן אפשר דארף עס די מאן באקומען.
זי האט שוין נישט געלעבט ווען דער טאטע איז נפטר געווארן
אויב איז געווען א צוואה איז לכאורה נישט מעלה ומוריד.

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:16 pm
דורך אנשי שלומינו
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:50 pm 1003884277.jpeg
מיט וועם רעדט דא ר‘ חיים שלמה אחוץ ליפא פר‘‘מ און משה יצחק ווערטהיימער ?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:17 pm
דורך וואסאפשט
אנשי שלומינו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:16 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:50 pm 1003884277.jpeg
מיט וועם רעדט דא ר‘ חיים שלמה אחוץ ליפא פר‘‘מ און משה יצחק ווערטהיימער ?
אפשר אברמי בראך?!

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:30 pm
דורך אנשי שלומינו
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:57 pm אינטערסאנט צו צו לייגן אז אב"ד סאטמאר וומ"ס מהר"א שליט”א און רבי חיים הערש אשכנזי בן רבי העניך שליט"א וועלן אויך באקומען א טייל פון די ירושה דורך הרבנית הצדיקת מב”פ ע”ה
נאר זיי פון די קינדער פונעם ב‘קפ רב ?

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:32 pm
דורך איד
אנשי שלומינו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 9:30 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 30, 2026 8:57 pm אינטערסאנט צו צו לייגן אז אב"ד סאטמאר וומ"ס מהר"א שליט”א און רבי חיים הערש אשכנזי בן רבי העניך שליט"א וועלן אויך באקומען א טייל פון די ירושה דורך הרבנית הצדיקת מב”פ ע”ה
נאר זיי פון די קינדער פונעם ב‘קפ רב ?
כמובן וועלן אלע באקומען - אויב זיי באקומען

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

געפאוסט: מאנטאג מערץ 30, 2026 10:11 pm
דורך הדסים
שמועות אז כ"ק אדמור מהר"א האט באקומען עטליכע הונדערט אלפים פון די ירושה געלטער.