רבינו נחמן בן פייגא
וזרח השמש
תקל"ב - ר"ח ניסן, אין שבת קודש פרשת תזריע
(ולמס April 4) איז געבוירן געווארן די הייליגע רבי, רבינו נחמן מברסלב צו זיין טאטע שמחה
(בן ר' נחמן הורדענקער) און צו זיין מאמע הצדיקת פיגא
(בת אדל בתו של הבע"ש הק') אין די שטאט מעז'ביש, אינעם הויז פון די זיידע די בעל שם טוב.
די ברית איז פארגעקומען אין שבת הגדול, ביים ברית האט איהם זיין פעטער ר' ברוכ'ל ממעזבוש
(זיין מאמע'ס ברודער) געבענטשט, ווען אינמיטן איז די מאמע צוגעקומען צו אים און געבעטן אז ער זאל אויך בענטשן אז מ'זאל נישט קריגן אויף אים, האט ער גע'ענטפערט דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן מען מוז קריגן אויף אים.
ביי זיי אין שטוב, זייענדיג די בעש"ט'ס א הויז, האבן זיך דארט געדריידט אסאך מתלמידי המגיד ווי אויך די איבערגעבליבענע פון די תלמידי הבעל שם, ווי ער האט אסאך מקבל געווען פון זיי אין עבודת השם.
אלץ קינד ביים זיצן פאר זיין מלמד, האט ער פראבירט א גאנצע צייט זיך צו מצייר זיין שויתי השם לנגדי תמיד ווי ער האט זיך נישט געהעריג קאנצעטרירט אויפן לערנען, און די מלמד האט זיך זייער גערעגט אויף אים, אבער מיט דעים אלעם האט ער זיך געהעריג ארומגעשפילט אלץ קינד.
ער האט זיך מורא'דיג געפלייסט אין לערנען שוין אלץ קינד. פון אנהייב האט ער שווער פארשטאנען דאס לערנען און ער האט אסאך געוויינט צום אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער האט נישט פארשטאנען, און זיך כסדר מחזק געווען, ביז די אייבערשטער האט געהאלפן אז ער זאל פארשטיין, ווי אויך האט ער צוגעצאלט געלט פאר די מלמד
(אחוץ די געהעריגע שכר לימוד וואס זיין טאטע האט געצאלט) פאר א יעדע דף וואס די מלמד לערנט פריוואט מיט איהם.
אלץ יונג קינד האט ער זיך אסאך מתבודד געווען אויף די בערג ווי אויך אויף זיין טאטע'ס בוידעם, ער פלעגט זאגן אסאך תהילים און אלע מיני תפילות ובקשות, ער פלעגט איך צולייגן זיינע אייגענע ווערטער אין אידיש נאך די תפילות, און זיך אסאך אויסטענה'ן מיטן אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו עבודת השם, ווי אויך פלעגט ער אסאך זיך משתטח זיין על קברו פון זיין זיידע די בעש"ט, און אפי ער האט געזעהן אז ס'גייט דורך יארן וואס ער זעהט נישט קיין שינו האט ער זיך כסדר מחזק געווען.

- Screenshot 2025-12-03 180213.png (144.25 KiB) געזען געווארן 98 מאל
די הויז ווי די רבי איז אויפגעוואקסן, די בית המדרש פון די בעל שם טוב.
תקל"ח בערך - זייענדיג זעקס יאר אלט, האט ער מחבר געווען די ערשטע חלק פון ספר המידות
(ספר האלף-בית), ווי ער האט שפעטער געזאגט אז די ספר האט איהם געמאכט פאר א יוד.
ביי די זעקס יאר. האט ער שוין גע'ארבעט אויף תאוות אכילה, אבער ער האט געשפירט אז ער קען נישט אויפהערן עסן דאס וואס ער איז צוגעוואוינט, האט ער מחליט געווען אז ער גייט נישט קייען קיין עסן נאר אראפשלינגען די עסן גאנצערהייט, נישט צו שפירן די טעם דערפון, דאס האט אבער גורם געווען אז זיין האלז זאל ווערן אויפגעשוואלן, ווי אויך פלעגט ער שוין אלץ קינד ארבעטן אויף כל מיני פרישות ומידות.
תקמ"ה - איז געווען זיין בר מצוה. אין די טאג פון די בר מצוה האט איהם זיין פעטער די דגל מחנה אפרים אריבערגערופן און געגעבן א מוסר דרשה, וואס איז געווען גאר טייער אין זיין אויגן.
תקופת אויסיאטין
נאך די בר מצוה האט ער חתונה געהאט אין די שטאט מעדוועדיווקע מיט זיין ווייב סאשיה בת הר"ר אפרים פון הוסיאטין. רבי אפרים איז געווען א גרויסע צדיק און ת"ח, און ווי אויך איז ער געווען א גרויסע מכניס אורח ארייננעמענדיג ביי זיך אין שטוב אסאך צדיקים - און די טאג פונעם חתונה איז נתקרב געווארן צו איהם די ערשטע תלמיד ומשמש ר' שמעון. נאכן חתונה האט זיך זיין שווער אריבערגעצויגן קיין אוסיאטין ווי ער געוואוינט ביי זיין שווער. ער פלעגט אויך פארן קיין מעזביזש פון צייט צו צייט.
ביי זיין שווער האט ער באקומען א חדר מיוחד, ווי ער פלעגט זיך דארט אסאך מתבודד זיין און דינען די אייבערשטער, ווי אויך פלעגט ער זיך אסאך מתבודד זיין אין די פעלדער ארום די שטאט, ווי אויך פלעגט ער פארן אויף א שיף זיך צו מתבודד זיין, דאס אלעס האט ער געטוען באהאלטערנערהייט, אן דעים וואס איינער זאל וויסן דערפון, די איינציגסטע וואס האט יא געוויסט פון זיינע עבודות איז געווען זיין ווייב. זיין שווער וואס האט אויך נישט געוויסט זיינע מדריגות, אויף אזוי ווייט, אז ער האט שוין חרטה געהאט אויפן שידוך, און זיך אמאל אויסגערעדט צו איינע פון די צדיקים וואס זענען איינגעשטאנען ביי איהם, יענע צדיק איז געגאנגען און אויסגעמוסרט די רבי, און איהם אפי' געשלאגן פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף, זאגענדיג אז ער איז גורם א בושה פאר זיין זיידע די בעש"ט, די רבי האט אויסגעבראכן און א געוויין אבער גארנישט גע'ענפערט, שפעטער ווען יענע צדיק האט איהם געטראפן אין וואלד דינען די אייבערשטער, האט ער איהם געבעטן מחילה, אויף וואס די רבי ער האט גע'ענטפערט אז ער איז איהם נאר מוחל אויב ער גייט נישט מגלה זיין פאר קיינעם זיינע עבודות, יענע צדיק האט מסכים געווען, אבער ער איז געגאנגען זאגן פאר זיין שווער אז ער זאל איהם אפלאזן וויבאלד מ'קען נישט פארשטיין די דרכים פון די בעל שם טוב'ס אייניקלעך.
און יענע יארן צווישן 13 און 18 האט ער זיך אסאך מסגף געווען ווי פאסטן משבת לשבת ועוד סיגופים. ווי אויך פלעגט ער כסדר מעורר זיין מענטשן לעבודת השם.
ער האט זיך קודם געוואלט פירן בהסתר אז קיינער זאל קיינמאל נישט וויסן פון זיינע עבודות, אבער בערך ביי די אכצן יאר האט ער אנגעהויבן נתפרסם ווערן, און ווי ער האט זיך אבער אויסגעדרוקט פאר זיין תלמוד ר' שמעון, אז ער בענקט זיך צו די צייט וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון איהם, און ער האט געקענט דינען די אייבערשטער רואיגערהייט.
תקמ"ז - איז געבוירן זיין עלסטע טאכטער
(1) אדל.
תקופת מעדוועדיווקע
תק"נ - האט ער זיך געצויגן צום שטאט מעדוועדיווקע וואס איז נאנט צום שטאט טשערין,
(צוליב דעם וואס זיין שוויגער איז נפטר געווארן, און זיין שווער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט א נייע פרוי, און איין טאג האט די רבי געזעהן אז די שטיף שוויגער האט גענומען די שטוב וואס איז איהם געווען מיוחד לעבודת השם האט ער מחליט געווען זיך אוועקצוציען) דארט האט ער זיך אנגעהויבן פירן אפציעל ווי א רבי, און יענע תקופה האט זיך אויך אנגעהויבן די מחלוקת פון אנדערע רביים אקעגען איהם.
תק"נ - איז געבוירן זיין טאכטער
(2) שרה.
תקנ"ב - איז געבוירן זיין טאכטער
(3) מרים.
תקנ"ז - איז געבוירן זיין טאכטער
(4) וואס איז אוועק גלייך נאכן געבורט.
נסיעתו לארץ ישראל
תקנ"ח - ביי די 26 יאר, האט ער מחליט געווען צו באזוכן ארץ ישראל,
(די נסיעה קיין ארץ ישראל האט ביי איהם תופס געווען א שטארקע מקום, ווי ער האט אסאך ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון ארץ ישראל, און וואסערע מדרגות מ'קען דארט קונה זיין).
קודם איז ער געפארן קיין קאמעניץ, ווי עס איז געווען א געזעץ אז א איד מעג נישט דארטן איבער שלאפן, און תיכף נאך ער איז אוועק געגאנגען פון דארט איז די געזעץ וואונדערליך בטול געווארן.
ווען ער איז ארויסגעקומען פון מקוה ערב פסח האט ער געזאגט, אז דאס יאר גייט ער בוודאי זיין אין ארץ ישראל, ווען זיין ווייב האט דאס געהערט, האט זי געפרעגט, וויאזוי קענסטו אונז איבערלאזן? ווער וועט אונז מפרנס זיין? ווי ער האט געענטפערט אז פארן קיין ארץ ישראל מוז זיין, אפי ער ווייסט אז ס'גייט זייט גאר שטארקע מניעות ועיכובים.
בי"ח אייר איז ער ארויסגעפארן פון מדוודוקה צו דו פארט שטאט ניקולייב, ווי פון דארט איז ער געפארן קיין איסטנבול, אופן וועג קיין איסטנבול איז געווען גאר שווערע שטורם ווינטן, אבער נאך פיר טעג איז ער בעזר השם אנגעקומען קיין איסטנבול, אין איסטנבול איז ער אסאך אדורך, ווי ער האט געמיינט אז ער וועט שוין דארט נסתלק ווערן, אבער בחסדי השם איז ער דאס אריבער.
ערב ליל זכור ברית איז ער אנגעקומען מיט א שיף קיין חיפה, ווי זיין שמחה איז געווען גאר גרויס, אז ער האט דאס זוכה געווען צו טרעטן די ערד פון ארץ ישראל, ווי ער האט געזאגט אז אין די ערשע ד' אמות האט ער שוין משיג געווען אלעס וואס ער האט געוואלט משיג זיין.
גלייך נאך ר"ה האט ער שוין געוואלט אהיימפארן, אבער זיינע ארומיגע האבן זיך איינגעבעטן ער זאל נאך פארן קיין טבריה, ווי אויך האבן די גדולי טבריה זיך איינגעבעטן ער זאל קומען, מיט דעים אלעם ער האט קודם נישט געוואלט גיין, ער האט זיך אבער פארזוימט אין חיפה ביז נאך שמחת תורה, ווי נאך שמחת תורה האט ער מחליט געווען יא צו פארן קיין טבריה.
דארטן אין טבריה איז ער געווען פאר ארום א האלבע יאר, ווי ער האט זיך דארט געטראפן מיט רבי אברהם מקליסק, ר' זאב מטשרני-אוסטראה וחבריהם. ער איז געווען דארט ביים ציון פון זיין זיידע רבי נחמן מהורדנקא. ווי אויך איז ער געווען באזוכן צפת, און מירון. שפעטער ווען ער האט געוואלט צוריקפארן איז עס געווען זייער שווער האט ער געדארפט פארן גאר שווערע און געדרייטע וועגן דורך איטאליע און רומעניע, אויפן וועג האט ער געמאכט א סטאפ ביים בעל התניא
(ווי ער האט פראבירט צו מפשר זיין צווישן איהם און ר' אברהם מקאליסק ווי ער איז געווען אין א"י) ווי אויך איז ער געווען ביי הרב מנעשכיז אפאר טעג פאר ער איז אוועק, ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין מדוודיבקה אוקריינע.
(בשנת תקנ"ט)
אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל האט ער א שידוך געטוען מיט זיין עלסטע טאכטער אדל
תקופת זלאטיפליע
תק"ס - בחודש אלול האט די רבי חתונה געמאכט זיין טאכטער אדל אין חמלניק,
(ביי די חתונה האט זיין מאמע פייגא געזעהן די בעש"ט בעת החופה) גלייך נאך די חתונה האט ער זיך נשתדך געווען מיט זיין טאכטער מרים
(זי איז דאן געווען ארום 8 יאר אלט), אויפן וועג אהיים פון די חתונה האט ער זיך באזעצט אין די שטאט זלאטיפליע אהן קיין שום צוגרייטונג נאר געדינגן דארט א דירה, ווי די שטאטס לייט דארט האבן איהם אויפגענומען בכבוד גדול.
תקס"א - יום כיפור - האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן רבינו און די שפאלער זיידע, צוליב געוויסע לשון הרע'ס
(עי חי' מוהרן קיד).
תקס"א - איז געבוירן זיין טאכטער
(5) חיה.
תקופת ברסלב
תקס"ב - בחודש אלול אויף שבת כי תצא, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו ברסלב, בהסכמת זיין פעטער הרה"ק רבי ברוך ממעזביזש.
די ערשטע שבת אין ברסלב ביים אנגיסן די כוס פאר קידוש, האט זיך די כוס איבערגעדרייט און די וויין האט זיך אויסגעגאסן, ווי ער האט זיך אנגערופן: "היינט איז אונזער נאמען איינגעפליינצט געווארן 'ברסלבר חסידים' וואס דיע נאמען וועט קיינמאל פארגעסן ווערן".
דארט אין ברסלב איז ר' נתן נתקרב געווארן צום רבין
(אלול תקס"ב) - אין יענע תקופה האט זיך די חסידים געפירט צו גיין דריי מאל א יאר צום רבין, ראש השנה, שבת-חנוכה, און שבועות, און די רבי פלעגט דריי מאל א יאר פארן צו די חסידים שבת-שירה, שבת נחמו קיין טשערין און איין שבת אין ווינטער קיין טירהאוויצא.
תקס"ג - איז געבוירן זיין טאכטער
(6) פיגא,
(זי איז נפטר געווארן זומער תקס"ד).
דאנערשטאג ר"ח ניסן תקס"ג איז געווען די חתונה פון זיין טאכטער שרה און מעדוועדיווקע
(הגם ער האט שוין געוואוינט אין ברסלב).
יענע יאר איז ער געפארן קיין טולטשין באזוכן זיין פעטער די רבי ר' ברוכל ממעזבוז, בתוך דבריו האט די רבי געזאגט אז ער איז שוין געקומען למדרגת הבעל שם טוב זייענדיג אינגאנצן דרייצן יאר אלט, ווען ר' ברוך האט דאס געהערט האט ער אים געגעבן א שטיפ, פון וואס ער איז כמעט אראפגעפאלן א שטאק, אבער בדרך נס האט איהם זיין מאמע פיגא מעולם העליון נישט געלאזט פאלן, און דעמאלטץ האט זיך אנגעהויבן די ממחלוקה צווישן די צוויי.
תקס"ה - אין חודש חשוון איז געווען די חתונה פון זיין טאכטער מרים אין ק"ק וואלטשיסק.
צווישן פסח און שבועות איז ער געפארן קיין שאריגראד ווי ער איז געווען פאר צוויי וואכן, ער איז אבער פלוצלינג אוועק געפארן פון דארט ווי ער האט געזאגט אז ער אנטלויפט ווי פון פייער, נאכדעים איז טאקע געווען דארטן גרויסע פייער'ס.
ארום חודש ניסן איז געבוירן בנו הקדוש
(7) שלמה אפרים.
יענע יאר האט ער אנגעהויבן מגלה זיין די ענין פון תיקון הכללי
(אבער נאכנישט די סדר פון די קאפיטלעך) נאר שפעטער תקס"ט האט ער מגלה געווען די קאפיטלעך פאר ר' נפתלי און ר' אהרן און געזאגט ער זיך לייגן און די לענג און אין די ברייט וכו'.
תקס"ו אין חודש סיון איז אוועק הילד שלמה אפרים
(ממחלת שחפת), די רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז ער האט געהאט נשמת משיח.
תקס"ז - איז געבוירן זיין זוהן (8) יעקב.
(בערך א האלבע יאר נאך שלמה אפרים'ס פטירה), זיין ברית איז געווען שבת פאר חנוכה,
(ער איז נפטר געווארן אלץ קינד).
תקס"ז - איז ער ארומגעפארן פאר א האלבע יאר צו נאווריטש, זאסלאב, אוסטראה, דובנא, בראד, און נאך פלעצער צו מתקן זיין נשמות און מקרב זיין אידן לשם יתברך. אין זאסלאב
(פרילינג צייט) איז זיין ווייב אוועק זייענדיג דארטן פאר רפואה (ממחלה שחפת), יענעם זומער האט ער זיך משדך געווען מיט זיין צווייטע פרוי פון בראד, מיט די טאכטער פון ר' יחזקאל טרכטנברג
(דעמאלטץ איז ער קראנק געווארן, און פון דארט און וויטער געלעבט אויף ניסים) ווי זיי האבן חתונה געהאט בחודש אלול
(אבער האבן נישט געהאט קיין קינדער).
תקס"ח - נאך סוכות איז ער געפארן קיין לבוב פאר רפואה ווי ער איז דארט געווען פאר אכט חדשים אבער די דאקטורים האבן אים נישט געקענט העלפן, - צווישן פורים און פסח האט ער זייער געוויינט אז ער מוז פארברענען די ספר הנשרף כדי ער זאל נאך קענען לעבן אפאר יאר, - אויפן וועג אהיים איז ער געווען און יאנוב ווי אויך אין בראד פאר צוויי וואכן, ער איז אהיימגעקומען קיין ברסלב א' בלק.
אין יענע יאר איז צום ערשט געדרוקט געווארן ליקוטי מוהר"ן חלק א, ווי די ער האט געשיקט זיין תלמוד ר' זלמן הקטן צו די צדיקי הדור צו מקבל זיין זייערע הסכמה.
תקופת אומאן
תק"ע - בר"ח אייר ליל שב"ק ביים אפרעכטן טיש האט אויסגעבראכן א גרויסע פייער אין די שטאט ברסלב ווי די זיין הויז איז אינגאנצן פארברענט געווארן, נאך די פייער אין ה' אייר האט זיך די רבי געצויגן קיין אומאן, ווי ער איז איינגעשטאנען ביי איינעמס דירה ביז אסרו חג שבועות, נאך שבועות האט אים איינער געאפערט א הויז פאר אומזיסט, אבער ער האט נישט געוואלט נאר איז געגאנגן וואוינען פאר אפאר וואכן ביי זיין תלמיד ר' יוסף שמואל ביז אנהייב חודש אב, וואס דאן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו די אומזיסטער דירה.
אין יענע תקופה אין אומן האט ער אנגעהויבן דערציילן די סיפורי מעשיות, ווי אויך האט זיך דארט באפריינדעט מיט די משכיל הירש בער.
א גאנצע זומער האט ער שוין מרמז געווען אז זיין פטירה איז נאנט, ווי אויך האט ער אסאך גערעדט איבער זיין ביי אים ר"ה.
תקע"א - הסתלקותו
דאנערשטאג א טאג פאר ערב סוכות האט זיך די מחלה שטארק פארערגערט ווי ער איז זייער שוואך געווארן, יענע נאכט האט ער מסדר געווען זיין צוואה ווי ער האט באפוילן ר' נתן צו געבן דריי הונדערט אדומים פאר די חתונה פון זיין טאכטער חיה און פאר די כתובה פון זיין ווייב.
מאנטאג נאכט חוה"מ סוכות האט ער געגעבן פאר ר' נפתלי און ר' שמעון די שליסלעך צו זיין סעיף און געזאגט אז גלייך נאך זיין פטירה נאך פארן באערדיגן, זאלן זיי פארברענען אלע כתבים וואס ליגט דארט.
ח"י תשרי - הגיע יום האחרון
דינסטאג די פערטע טאג סוכות האט ער געדאווענט, דערנאך האט ער גענומען די אתרוג און לולב זיצענדיג אויפן בעט מיט די סידור האר"י אויף זיין שויס, אזוי האט ער גע'ענדיגט הלל מיט הושענות מיט אביסל א הויעך קול.
אביסל שפעטער זיצענדיג אויפן בענקל איז ער געווארן גאר שוואך און ער האט שוין נישט געהאט כוחות צו זיצן, האט מען איהם געפרעגט, צו מ'זאל איהם טראגן צו זיין בעט אבער ער האט נישט געענטפערט, האט איהם איינער פון די מענטשן דארט אויפגעהויבן און איהם געלייגט אויף זיין בעט.
דארט אויפן בעט איז ער שוין געליגן ביז צום הסתלקות דריי שעה שפעטער, בעת ס'האט אויסגעזעהן אז ס'שוין דערנאך האט זיך מוהרנ"ת צושריגן רבי רבי, אויף וועם האסטו אונז איבערגעלאזט? האט זיך די רבי אויסגעדרייט ווי צו זאגן, איך לאז ענק נישט איבער ח"ו.
אביסל נאכדעים איז די ריינע און הייליגע נשמה ארויף בגנזי מרומים.
די קבורה האט זיך אויפגעהאלטן ביז די נעקסטע טאג מיטוואך
(צוליב וואס ס''איז מבואר אין שו"ע אז ביי רבי איז אין הזריז נשכר, און ס'האט זיך פארזוימט ביז ס'איז געווארן ביינאכט, און ביינאכט טראגט מען נישט ארויס א אדם גדול), ווי ער איז געקומען לקבורה און אומאן. ווי ער האט שוין אסאך געזאגט אז דארט וויל ער ליגן.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו