בלאט 1 פון 1
טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:04 pm
דורך קיינמאל
ווער שטייט יעצט אין א בעסערע פאזיציע צו געווינען די פרעזידענט וואלן אין 2024 טראמפ אדער ביידען אדער ביידע די זעלבע.
בעסער אויב מען קען מסביר זיין דיין מיינונג
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:08 pm
דורך קיינמאל
מיין מיינונג גענויגט טראמפ
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:40 pm
דורך והיתם נקיים
די אלע וואס האבן נישט געשטימט אז זיי ווייסן נישט, פון וואו ווייסן זיי?
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:46 pm
דורך העלדיש
קיינמאל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:08 pm
מיין מיינונג גענויגט טראמפ
פארוואס?
מיט וועלעכע זאך שטייט ער בעסער יעצט פון יאר 2020?
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:26 pm
דורך גראז
50-50 מיט א סלייד נייגונג אין ביידענס פעיווערט צוליב מאניפולאציע.
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:34 pm
דורך רעגנדיג
זיכער ביידען.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:03 am
דורך טראפקעלע
ביידע די זעלבע.
ווענד זיך וויפיל שמוץ/קלאגעס ס'וועט נאך ארויסקומען אויף ביידע(ן),
און וויפיל (זיידי טראמפ, און) עלטער זיידי ביידען וועט זיך נאך עלטערן אין ליידן..
געזען א בילד פון די 24' דעבאטעס,
טראמפ מיט אראנזשע קליידער און קייטעלעך, און ביידען מיט שפיטאל קליידער אין א וויל טשער...
Re: טראמפ אדער ביידען ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:19 am
דורך קיינמאל
העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:46 pm
קיינמאל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:08 pm
מיין מיינונג גענויגט טראמפ
פארוואס?
מיט וועלעכע זאך שטייט ער בעסער יעצט פון יאר 2020?
די אנקעטעס יעצט ווייזען אז טראמפ האט שטארק אויסגעברייטערט זיין שטיצע צווישן מינאריטעט גרופעס ווי שווארצע היספאנישע אדער נאן עדיקעטשעט וויילער
פון די אנדערע זייט האט ער מער נישט צופיל וואס צו דערלייגן צווישן די הויכבאשפריצטע עדישקעדיעט רעפאבליקאנער אינדעפענדענטס וואס האבן געוואוט פאר ביידען ווייל ער גייט יוניידען די לאנד
אזוי אויך האט ביידן פארלוירן אסאך אסאך אינדעפענדענטס וויילער מיטן לייגן אמעריקע אין די ערד עקאנאמיש אין מער דיוויידען די לאנד זיי גייען טאקע נישט גיין צו טראמפ אבער פאר ביידען אויך נישט
די אנקעטעס ווייזן אז צווישן 10 אין 15 פערצענט אמעריקאנער גייען נישט שטימען פאר די צוויי הויפט קאנדידאטן בפשטות זענען א גרויסער מערהייט דערפון ביידען וויילער וואס האבן געמיינט אז ביידען גייט יוניידען אמעריקא אין ענדיגן קאוויד וואס טראמפ האט נעבעך אנגעברענגט
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:21 am
דורך וואוילער
ווענדט זיך אויב די חברה קענען שנעל ערלעדיגן נאכאמאהל א וועג צו פעלטשן די וואלן
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:37 am
דורך קיינמאל
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:21 am
ווענדט זיך אויב די חברה קענען שנעל ערלעדיגן נאכאמאהל א וועג צו פעלטשן די וואלן
די דעמאקראטן האבן אייביג אין די גרויסע סיטיס געפעלטש
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:16 am
דורך אסמכתא בעלמא
קיינמאל האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:37 am
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:21 am
ווענדט זיך אויב די חברה קענען שנעל ערלעדיגן נאכאמאהל א וועג צו פעלטשן די וואלן
די דעמאקראטן האבן אייביג אין די גרויסע סיטיס געפעלטש
כ'מיין אז ס'נאריש צו בויען אויף זאכן וואס האבן נישט קיין דעקונג.
ס'זיכער דא פעלשערייען, און ס'זיכער מער אויף די דעמאקראטישע זייט, אבער שווער צו אויפווייזן אז ס'איז אויף א פארנעם וואס טוישט רעזולטאטן.
און אויך, ס'איז שווער צו זאגן אז ס'איז פון אפיציעלע מענטשן. ס'איז מער אז יעדער דעמאקראט איז גרייט צו גיין אין פייער פאר זיין קאנדידאט און טוט אלס מעגליך.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:56 am
דורך קיינמאל
Independents: Do you approve or disapprove of the job Joe Biden is doing?
• CNN: 36/64 (net -28)
• NPR/Marist: 34/59 (-25)
• YouGov/Economist: 27/62 (-35)
• Gallup: 39/58 (-19)
• CBS News: 35/65 (-30)
Average
Approve: 34%
Disapprove: 62%
Net: -28%
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:35 pm
דורך world champion
ווען עס וואלט היינט פארגעקומען זעה איך טראמפ געווינען.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:37 pm
דורך געגאנגען
world champion האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:35 pm
ווען עס וואלט היינט פארגעקומען זעה איך טראמפ געווינען.
וועגן דעם קומט עס נישט היינט פאר, עס איז זייער שווער פארצוזאגן.
די מלחמה האט זיך נאך בכלל נישט באמת אנגעהויבן.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:27 pm
דורך twin towers
צווישן טראמפ אין ביידען איז זיכער טראמפ אבער אין פארמעסט מיט אנדערע קאנדידאטן גייט די טשענסעס אביסל אראפ
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:23 pm
דורך צפנת פענח
נישט טראמפ און נישט ביידען שטייען ערגעץ צו געווינען, דער סיסטעם (ליידער) ארבעט שוין נישט היינט מיט קאנדידאטן, און נישט נאר ביי די דעמאקראטן ווי מרת פעלאסי האט שוין אמאל קלאר געזאגט אז זי קען יעדעם מאכן וואוטן אויך פאר א גלעזל וואסער, נאר אויך ביי די רעפאבליקאנער וואוט מען אדער יא פאר די טראמפיסטישע קאנדידאט אדער נישט (הגם ביי די רעפאבליקאנער איז עס שוואכער ווי מען האט געקענט זעהן אין פענסילוועניע אין יאר 2022, און דארט האט מען אויך געזעהן ווי שטארק עס איז אמת ביי די דעמאקראטן).
אויף למעשה די געווינער היינטיגע צייטן איז דער וואס קען שלעפן מער בעלאטס צו די באקס (אפילו נישט ווער עס קען ברענגן מער מענטשן צו די שטום בודקעס), ווער עס האט מער לויערס צו משוגע מאכן די אנדערע זייט און ווער עס האט מער געלט צו געבן פאר קאונטי ציילונג פראצעדור (המכונה זאקערבאקס).
אויף יעצט קוקט אויס ווי די דעמאקראטן געווינען דעם שלאכט, אבער לדעתי אויב די רעפאבליקאנער טוען עס אפילו נאר אביסל האבן זיי שטארקע טשאנסן והא ראיה אז אפילו ווען זיי האבן עס גארנישט געטוהן (2020, 2022) זענען זיי אנגעקומען זייער ווייט בו בזמן וואס די דעמאקראטן טוען עס שוין יארן, במילא דארף מען ווארטן צו זעהן אויב טורניניג פוינט עקשאן, עירלי וואוט עקשאן, טי פארטי פעטריאטס, אמעריקא פירסט ווארקס, איזי עיזי וכדומה וועלן זיין ערנסטע זאכן אדער נאר קענען בלאזן פון זיך און זיך רעגן אז די פארטיי פארשווענדט איבער א ביליאן דאלער אויף א נארישע פריימערי (נישט אז איך האלט אז די טענה איז נישט גערעכט).
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:57 am
דורך ווירקליך
צפנת פענח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:23 pm
נישט טראמפ און נישט ביידען שטייען ערגעץ צו געווינען, דער סיסטעם (ליידער) ארבעט שוין נישט היינט מיט קאנדידאטן, און נישט נאר ביי די דעמאקראטן ווי מרת פעלאסי האט שוין אמאל קלאר געזאגט אז זי קען יעדעם מאכן וואוטן אויך פאר א גלעזל וואסער, נאר אויך ביי די רעפאבליקאנער וואוט מען אדער יא פאר די טראמפיסטישע קאנדידאט אדער נישט (הגם ביי די רעפאבליקאנער איז עס שוואכער ווי מען האט געקענט זעהן אין פענסילוועניע אין יאר 2022, און דארט האט מען אויך געזעהן ווי שטארק עס איז אמת ביי די דעמאקראטן).
אינטערסאנט פארוואס מדארף אנכאפן א משל פון א גלעזל וואסער ווען מ’קען רעדן פון א מעשה שהיה.
די חברה האבן עכט אריינגעוואוט ביידן...
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:22 am
דורך טובי' שרייבער
כ'זעה מער טראמפ זאל געוואונען, ווייל ער האט מער כאראקטער ווי ביידן..
קען זיין אז ער האט טאקע נישט אויפגעטוהן אזויפיל וויפיל ער האט צוגעזאגט צו טוהן. אבער למעשה אין די לעצטע פיר יאר איז נישט געווען מיט וועם צו גיין צום טיש... ביידן שלאפט רוב צייט, און ס'איז אפילו נישטא קיין שום סיבה אים צו אויפוועקן...
טראמפ למעשה, האט אלס צוגעשטעלט פאר די מידיע וואס צו טוהן, איז וועגן דעם, בין איך מער גענויגט אז טראמפ וועט געווינען.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:47 am
דורך צפנת פענח
די אלע וואס האבן געוואוט זיכער סיי אויף ביידען און סיי אויף טראמפ, איך בין זייער נייגעריג פון ווי דער זיכערקייט קומט, און וואס דארף געשעהן אז איר זאלט טוישן אייער מיינונג און אנהויבן טראכטן אז דער אנדערער האט די מעגליכקייט צו געווינען.
@רעגנדיג @the twin towers
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:48 am
דורך צפנת פענח
צפנת פענח האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:47 am
די אלע וואס האבן געוואוט זיכער סיי אויף ביידען און סיי אויף טראמפ, איך בין זייער נייגעריג פון ווי דער זיכערקייט קומט, און וואס דארף געשעהן אז איר זאלט טוישן אייער מיינונג און אנהויבן טראכטן אז דער אנדערער האט די מעגליכקייט צו געווינען.
@רעגנדיג @the twin towers
אה, יעצט נאכן שיקן זעה איך אז די קשיא איז באמת ווער עס שטייט בעסער במילא פארשטיי איך יא דער תירוץ פון זיכער, ווייל מען קען האלטן אז איינער האלט זיכער בעסער.
Re: טראמפ אדער ביידען; ווער שטייט בעסער צו געווינען די 2024 פרעזידענט פארמעסט
געפאוסט: מאנטאג מאי 20, 2024 1:43 pm
דורך טיפע טאשן
איך ברענג עס ארויף וויבאלד מען האלט שוין בלויז אפאר חדשים בעפאר די וואלן,
טראמט שטייט פאראויס אין כמעט אלע סווינג שטאטן