בלאט 1 פון 7

וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: דינסטאג מערץ 17, 2026 10:34 pm
דורך יושע זאב
מצות אנקעטע

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך מערץ 18, 2026 3:23 pm
דורך שלא לשמה
איך עס ערב פסח מצות....

נישט וואס מען האט געבאקן ערב פסח, נאר וואס מען האט זיך דערמאנט צו קויפן ערב פסח....

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:54 pm
דורך יושע זאב
פאפא איז גוט?

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 12:39 am
דורך בודקע
דינע, רינדעכיגע, מיט אזאלכע שווארצע פינטלעך.

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:38 pm
דורך שלא לשמה
סענדער פלעגט זיך צו פירן צו עסן
סקווא"ש מצות......

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm
דורך totty
משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
דורך בודקע
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:47 am
דורך יושע זאב
הה''ד על טעם וריח אין להתווכח ווען ס'קומט צו א גוטע טעם (בראדוועי) לייגט מען וויכוחים אין א זייט.. יעדער וויל א עונג יו''ט

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:13 am
דורך אנדערער
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:47 am הה''ד על טעם וריח אין להתווכח ווען ס'קומט צו א גוטע טעם (בראדוועי) לייגט מען וויכוחים אין א זייט.. יעדער וויל א עונג יו''ט
שיינע טייטש

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:15 am
דורך צווייטער
די אפציע 'קרית יואל' מיינט מהר''א אדער מהר''יי?

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:25 am
דורך חלום חלמתי
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:15 am די אפציע 'קרית יואל' מיינט מהר''א אדער מהר''יי?
מהרי"י באקט נישט די יאר

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:27 pm
דורך שטאטסמאן
מהר''א אין ווילי איז שוין נישט אויף ראדליטש

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:57 pm
דורך אינטערן טיש
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות
א חסיד מהר"א עסט נישט בראדוועי, די מיינסט אזא "סאטמאר'ע געשטומטע מענטש"....

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 5:49 pm
דורך יושע זאב
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:57 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות
א חסיד מהר"א עסט נישט בראדוועי
איך קען עטליכע

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 2:24 am
דורך Think and Thank
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות

אויסער דעם איז דא פלענטי נישט סאטמארע וואס קויפן אין בראדוועי.

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 3:15 am
דורך הדסים
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:57 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות
א חסיד מהר"א עסט נישט בראדוועי, די מיינסט אזא "סאטמאר'ע געשטומטע מענטש"....
זיי עסן דען בראדוועי? מ'מיינט דאך אוודאי די מצות וואס מ'באקט דארט..

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 12:06 pm
דורך פארטראכט
בה מיין 31סטן וואוט האט מכריע געווען..

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 1:00 pm
דורך לאקאלער רב
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:57 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm
totty האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:40 pm משומר לאזט שוין אדורך אידיש?
כ'בין סורפרייז וויפיל ניקס עס איז דא פון מהרי"י
בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות
א חסיד מהר"א עסט נישט בראדוועי, די מיינסט אזא "סאטמאר'ע געשטומטע מענטש"....
איך בין א חסיד מהר"א און איך עס בני יואל מצות...

איך האב עס איינמאל טועם געווען, עס איז גאר גוט אין טעם, גוט אויסגעבאקן אבער נישט פארברענט, הערליך שיין (אלע מצות די זעלבע רינדעכיג און דיק). און מיט א ניכטערן בליק, עס איז זייער מהודר'דיג.

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 1:05 pm
דורך בני יואל
סקווירא מצה בעקערי האט געעפענט די יאר?

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 3:24 pm
דורך totty
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:47 am הה''ד על טעם וריח אין להתווכח ווען ס'קומט צו א גוטע טעם (בראדוועי) לייגט מען וויכוחים אין א זייט.. יעדער וויל א עונג יו''ט
אלעס פיין אבער ביי רוב מענטשן קומט הידורים פאר די טעם כ"ש ווען די גאנעצ טעם נושא איז גאנץ מעגליך הוילע דמיון...
נאך א מזל אז על טעם אין להתוכח אזוי קען מען נישט אפפרעגן די דמיון..

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 3:38 pm
דורך יושע זאב
totty האט געשריבן: זונטאג מערץ 22, 2026 3:24 pm
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:47 am הה''ד על טעם וריח אין להתווכח ווען ס'קומט צו א גוטע טעם (בראדוועי) לייגט מען וויכוחים אין א זייט.. יעדער וויל א עונג יו''ט
אלעס פיין אבער ביי רוב מענטשן קומט הידורים פאר די טעם כ"ש ווען די גאנעצ טעם נושא איז גאנץ מעגליך הוילע דמיון...
נאך א מזל אז על טעם אין להתוכח אזוי קען מען נישט אפפרעגן די דמיון..
איך בין גרייט צו הערן אן אנדערער ''טעם''... פארוואס בראדוועי פארקויפט מער ווי אלא אנדערע בעקעריס צוזאמען. נישט מער נאך אסאאך מער

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 3:50 pm
דורך זוכער
מיין מאנטרעאלער שוואגער זאגט מיר אז די מצות פון ברודוויי איז פיל ביליגער אין מאנטרעאל ווי אין ברוקלין.

ער צייגט מיר א רעסיט אז ער צאלט בלויז 32 קאנאדער א פונט.


וואסי פשט?

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 4:13 pm
דורך לאקאלער רב
יושע זאב האט געשריבן: זונטאג מערץ 22, 2026 3:38 pm
totty האט געשריבן: זונטאג מערץ 22, 2026 3:24 pm
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:47 am הה''ד על טעם וריח אין להתווכח ווען ס'קומט צו א גוטע טעם (בראדוועי) לייגט מען וויכוחים אין א זייט.. יעדער וויל א עונג יו''ט
אלעס פיין אבער ביי רוב מענטשן קומט הידורים פאר די טעם כ"ש ווען די גאנעצ טעם נושא איז גאנץ מעגליך הוילע דמיון...
נאך א מזל אז על טעם אין להתוכח אזוי קען מען נישט אפפרעגן די דמיון..
איך בין גרייט צו הערן אן אנדערער ''טעם''... פארוואס בראדוועי פארקויפט מער ווי אלא אנדערע בעקעריס צוזאמען. נישט מער נאך אסאאך מער
ברענד-נעים איז זיכער א שטארקע פאקטאר.

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 4:47 pm
דורך נקודות טובות
לאקאלער רב האט געשריבן: זונטאג מערץ 22, 2026 1:00 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:57 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 10:55 pm

בד"וו ס'איז דא היבש אביסל חסידי מהר"א וואס עסן זייערע מצות
א חסיד מהר"א עסט נישט בראדוועי, די מיינסט אזא "סאטמאר'ע געשטומטע מענטש"....
איך בין א חסיד מהר"א און איך עס בני יואל מצות...

איך האב עס איינמאל טועם געווען, עס איז גאר גוט אין טעם, גוט אויסגעבאקן אבער נישט פארברענט, הערליך שיין (אלע מצות די זעלבע רינדעכיג און דיק). און מיט א ניכטערן בליק, עס איז זייער מהודר'דיג.
אהובי ידידי. איך קען דיך נישט, אבער אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז קיין חסיד מהר"א ביסטו נישט! קען זיין דו שיקסט די קינדער ביי מהר"א, קען זיין דו דאווענסט אין א מהר"א ביהמ"ד, קען זיין דו גייסט אפילו אריין פאר די הייליגע טעג מיט א קוויטל. אבער קיין "חסיד מהר"א" זענט איר נישט.

כמדומה לי איז די עיקר שטרעבן פון מהר"א "כשרות" און "שיעורי תורה". אויף די צוויי ענינים לייגט אריין כוחות בבחינת יומם ולילה לא ישבותו. דאס גייט אים בנפשו. הונדערטער דרשות האט ער שוין גערעדט אין די נושאים, און די צייט און כח וואס ער ווידמעט פאר דעם איז אין לשער. ווייניג היינטיגע רבי'ס האבן פארלייגט אזוי פיל כח אויף כשרות ווי ער. (אויב איינער בכלל).

וויפיל בלוט די פרשה פון אריזאנע ווייץ האט אים געקאסט איז ברייט באקאנט. יעדער האט מיטגעהאלטן די השמצה קאמפיין קעגן זיינע מצות. ער האט אבער געקעמפט געשלאגן דאס צו דורכפירן אלעס פאר איין סיבה, "כשרות!" צו קענען צושטעלן כשרות אויף א העכערע סטאנדערט איז ביי אים פריאריטעט נאמבער איינס!

צו איז די אריזאנע ווייץ מער אויסגעהאלטן אדער גאר פארקערט, וועל איך איבערלאזן פאר די איד/בלאט שרייבער. אבער כמודמה איינער וואס קען מיט א גלייכגילטיגקייט זאגן אז ער קויפט פון בני יואל ווייל עס איז גוט אין טעם, איז קיין חסיד מהר"א נישט! יעדער ווייסט אז סיי די מצה בעקעריי און סיי די שחיטה גייט אים בנפשו! עס איז קיין נפקה מינה וועלכע ווייץ אנדערע ניצן היינט צוטאגס, וועט אן אמת'ער חסיד מהר"א נישט קויפן ביי אנדערע בעקערייען צוליב די טעם. און די זעלבע מיט קרית יואל'ע פלייש.

איך רעד נישט פון נישט עסן ביים שווער וואס קויפט בראדוועי מצות אדער 82 פלייש. איך רעד דייקא לכתחילה פון גיין צו אנדערע בעקערייען "בלויז" פאר טעם.

Re: וועלכע מצות עסט דער עולם פסח (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג מערץ 22, 2026 5:49 pm
דורך נר נשמה
אין קהילת מהר"א איז בכלל דא אזא זאך ווי א "חסיד"?
ביי מהרי"י זיכער נישט אבער ביי מהרא יא?
אדער נאר זייער ווייניג?