בלאט 1 פון 3

אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:01 pm
דורך yidtish
מיט גרויס הנאה 'ווי וואלד לייק טו' מעלדן פאר די הונדערטער איינגעשריבענע באנוצער, אז מיט די הילף פון די חשובע דעוועלאפער אינעם הנהלה טיעם וואס לייגן אריין אומגעהויערע כוחות די לעצטע פאר חדשים פאר דעם הערליכן ווינקל "אידטיש", האבן מיר שוין אקטיוויזירט דעם "לייק קנעפל" וואו יעדער איינגעשריבענער באנוצער וועט קענען צייגן זיין הנאה פון א תגובה, און געבן א הנאה-קוועטש, הנקרא בלע"ז "לייק".

אויך וועט אויף יעדן באנוצער'ס פראפייל ארויפקומען וויפיל לייק'ס ער האט שוין באקומען, צו געבן חיזוק פאר די וואס ברענגען כסדר גוטע ארטיקלען און באריכטן.

אין די צייט דארף מען זיך טאקע דא ברבים באדאנקען פאר די געשמאקע און איינגענעמע חברים וואס האבן זיך דא באקוועם געמאכט אין די ערשטע 2-3 וואכן פון אידטיש, און אראפגעגעבן דעם פרעכטיגן יסוד פאר דעם גאר הערליכער ווינקל ברוב סיעתא דשמיא, וואס ביודעינו ומכירינו, טויזנטער ערליכע אידן קומען שוין דא אריין יעדע פאר שעה (אויסער די וואס האבן נאכנישט מצליח געווען מיט זייערע פילטער קאמפאניס) נהנה צו זיין פון דעם זיסן ארט פון בלויז רייכע און אינטערסאנטע אפדעיט'ס, בהשכל ובדעת. די קרעדיט איז בלויז ענקער, טייערע חברים! כה לחי.

מיר האבן געארבעט אויף דעם לייק קנעפל די גאנצע צייט וויבאלד דאס איז שטארק בענעפישל און דער ציבור האט עס אזוי שטארק געוואלט. אינצווישן האט איינע פון די דעוועלאפער געמוזט פארלאזן דעם טיעם צוליב פערזענליכע ענינים, דעריבער האט געדויערט נאך אפאר טאג ביז מ'האמיר אריינגעברענגט פרישע כוחות, און ב"ה ברוב סיעתא דשמיא פארט אלעס בעסער און שטארקער ווי געראכטן, אזוי הערליך.

וכאן המקום לבקש, אז דער לייק-קנעפל זאל גענוצט ווערן יעדעס מאל מען האט הנאה פון א תגובה, אבער מען זאל געדענקען אז א שרייבער וואס שטרענגט זיך אן קוקט אויך ארויס אויף רעאקציעס, און ווען ס'איז דא וואס, זאלט איר ווייטער רעאגירן מיט "געשריבענע הנאה-ווערטער" צו שענקען די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט וואס קומט זיך.

נאכאמאל א שכוח פאר אלע טייערע איינגענעמע חברים, מיר שפאנען פאראויס מיט ענקערע כוחות פאר ענקער הנאה! האט'ס ווייטער הנאה ליי"ק נעווער ביפאר...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:09 pm
דורך רעגנדיג
לייק! עעענדליך! געוואלדיג!

אין די זעלבע צייט איז וויכטיג נישט צו פארגעסן פון מיין אונטערשריפט...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:16 pm
דורך טעמטי
עמעזינג!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:19 pm
דורך טיר
גרויסע שכויח. וואס איז מיט מאכן א קאפי פון א פאוסט איז דא אזא מעגליכקייט? אויב נישט ארבעטן אויף דעם פאר מיר איז עס וויכטיגער ווי לייק קנעפל

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:20 pm
דורך yidtish
צום באמערקן:

כדי א באנוצער זאל גרינג קענען זען אז ער "האט שוין" גע'לייק'ט א תגובה, האבן די דעוועלאפער עס דעזיינט אז דער וואס גיט די לייק, ווערט ביי אים איבערגעדרייט די הענטעלע.

דאס איז נאר ביי אים, ער זאל וויסן אז דא האט ער שוין יוצא געווען ידי חובתו באידטישתו.

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:25 pm
דורך העלדיש
מזל טוב מזל טוב

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:28 pm
דורך למעלה
yidtish האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:20 pm צום באמערקן:

כדי א באנוצער זאל גרינג קענען זען אז ער "האט שוין" גע'לייק'ט א תגובה, האבן די דעוועלאפער עס דעזיינט אז דער וואס גיט די לייק, ווערט ביי אים איבערגעדרייט די הענטעלע.

דאס איז נאר ביי אים, ער זאל וויסן אז דא האט ער שוין יוצא געווען ידי חובתו באידטישתו.
נייס סא מען קען אויך דיסלייקן...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:29 pm
דורך למעלה
איך כאפ אריין מיך צו לייקן ווילאנג מען קען נאך...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:31 pm
דורך איך
יישר כח א לייק איז נישט גענוג כ'מוז שרייבען עקסטער א שכועך

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:32 pm
דורך גראז
שכוח הנהלה! שנעל געמאכט!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:35 pm
דורך זונטאג
געוואלדיג!

גיימער אנהייבן לייקענען שטיין און ביין..

שכח מנהלים!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:35 pm
דורך בינת הלב
זייער שיין!

ישר כוח!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:36 pm
דורך בינת הלב
זונטאג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:35 pm גיימער אנהייבן לייקענען שטיין און ביין..
😊

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:36 pm
דורך למעלה
למעלה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:29 pm איך כאפ אריין מיך צו לייקן ווילאנג מען קען נאך...
יוש מען האט עס אראפגענומען. אבער די אלטע לייק בלייבט.

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:39 pm
דורך אסמכתא בעלמא
למעלה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:36 pm
למעלה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:29 pm איך כאפ אריין מיך צו לייקן ווילאנג מען קען נאך...
יוש מען האט עס אראפגענומען. אבער די אלטע לייק בלייבט.
דערוילעם דא האט שארפע און שנעלע אויגן!...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:42 pm
דורך שכל הישר
יישר כח פארן אהערשטעלן...

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:47 pm
דורך העלדיש
די אהבת חברים האט זיך פארמערט ווי אויף הייוון

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:16 pm
דורך מיילעך
מזל טוב צום לייק קנעפל!!!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:20 pm
דורך אויטענטיש
WOW
א מחיה! טעינק יו!

לייק 👍

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:24 pm
דורך למעלה
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:39 pm
למעלה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:36 pm
למעלה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:29 pm איך כאפ אריין מיך צו לייקן ווילאנג מען קען נאך...
יוש מען האט עס אראפגענומען. אבער די אלטע לייק בלייבט.
דערוילעם דא האט שארפע און שנעלע אויגן!...
דער עולם? נאר איינער... חחח

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:38 pm
דורך והיתם נקיים
ש'כח!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:49 pm
דורך כ'מיין אז נישט
פיינעלי... שכח!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:31 pm
דורך פאָליש
יישר כח פאר אלעם!

דער אויבערשטער זאל העלפן דער ווינקל זאל בלייבן אזא געשמאק ווינקל!

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 8:16 pm
דורך אינגערמאן
טענקס עי מיליאן, נאכדערצו יעצט, ערב דאס אנהייבן לייגן ארטיקלען פארן פארמעסט.

Re: אידטיש מחיל אל חיל; "לייק קנעפל" אקטיוויזירט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:11 pm
דורך באשיינפערליך
דענקעך נאך ווען אייוועלט האט באקומען די לייק אפציע, יוש איז געווען אבאנטש פאן… אשכולות האבן זיך געעפנט, דער עולם האט געדריקט דעם קנעפל נאן סטאפ, יעדע נארישע תגובה האט באקומען מער לייקס וויפיל תגובות סדא דא… אבער דא היות אונז זעמער דאך ערוואקסן זעה איך ווי דער עולם רעאגירט מיט א טאטישע פרייד…

א גרויסן שקויעך!!!!