בלאט 1 פון 4
קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:28 pm
דורך חלום חלמתי
קאראנע? קאראונע? קאוויד? קוירוינע? (מלשון קרוין, סזאל שטומען מיט שנת כתר... עפעס אזוי) אוי האט מען זיך געמוטשעט - מער ווי יעצט כומעיני - וויאזוי צו שרייבן דעם ווארט...
קומט אריין מיט אייערע זכרונות און בילדער פון קאראנע. ספעציעל ווען היינט ווערט 6 יאר פון ווען מען האט דאס באשטימט אלס גלאבאלע פענדעמיק. און דער טעמע וועט דינען אלס אן ארכיוו פאר אלע זכרונות, גליונות, אויסשניטן, און מעמוארן וואס איר געדענקט פון דעם תקופה
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:34 pm
דורך חלום חלמתי
די שטילקייט פארן שטורעם...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:34 pm
דורך הדסים
באמעריקע קאראנא
ב(מדינת)ישראל קורונה
האקט
יאפ געדענק מיר נאך יענע היציגע וואלן מיט טראמפ און ביידען/סענדערס, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס די נייעס איז ביזי מיט אזא סטופיד זאך ווי עפעס א מחלה אין כינע, כ'מיין, זאלן זיך די כינעזער ספראווען מיט זייערע פראבלעמען, מיר האבן א טראמפ וואס דארף ווערן ווידערערוועלט און פארטיג...
דאגות..
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:35 pm
דורך נקודות טובות
ס'איז נאר אינטערעסאנט אז דו רופסט עס נאך עד היום קאראנע. איך מיין אז דער עולם האט צוביסלעך אדאפטירט "קאוויד". ניין? אנהויב האבן נאר די בעסערע חברה געניצט "קאוויד"...
זייער א שווערע צייט געווען. ס'איז דאס איינציגסטע צייט אין מיין לעבן וואס איך וויל נישט צוריקטראכטן אדער געדענקן.
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:35 pm
דורך חלום חלמתי
פרשת ויקהל פקודי תש"פ
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:36 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 9:35 pm
פרשת ויקהל פקודי תש"פ
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:36 pm
דורך חלום חלמתי
די פליגער פארקירט. קיינער פארט נישט אין ערגעץ...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:40 pm
דורך חלום חלמתי
באקאנטע בילדער פון יענעם ערשטן וואך
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:42 pm
דורך חלום חלמתי
לוויה'ס ל"ע, אסאך אידן האבן יארצייט אין די קומענדיגע וואכן
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:48 pm
דורך חלום חלמתי
ערבי פסחים תש"פ
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:51 pm
דורך חלום חלמתי
מאנגל אין אשר יצר פאפיר... שעפער אין הימל, וואס האט מען געטראכט גייט מען טון מיט דעם?
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:52 pm
דורך הדסים
דעמאלט איז געווען "באבאוויטשער רבי" אדער פאר סוכות?
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:52 pm
דורך חלום חלמתי
אביסל חיזוק....
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:52 pm
דורך חלום חלמתי
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 9:52 pm
דעמאלט איז געווען "באבאוויטשער רבי" אדער פאר סוכות?
פאר סוכות
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:55 pm
דורך חלום חלמתי
פרשת ויקרא, א וואך אריין אין לאקדאון.
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:58 pm
דורך חלום חלמתי
לערנט אייך אויס א נייעם אויסדריק.
''לאור המצב''
זייער גוט, יעצט קענט איר געניסן פון די ערשטע עמך חלוקה, ניין איר דארפט נישט זיין קיין גאנץ יאריגע נצרך. פון היינט און ווייטער איז נערמאל צו נעמען פון א חלוקה...
לע"נ הרה"ח ר' מאיר זעליג בן ר' יחיאל מיכל ע"ה (אליינס נפטר געווארן פון קאראנע) וואס האט צוגעשטעלט די ערשטע קהילה חלוקה אין יענע תקופה
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:01 pm
דורך חלום חלמתי
בארייכערט אייער לעקסיקאן מיט נאך א נייע ווארט...
דרייוו טרו...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:04 pm
דורך חלום חלמתי
שריפות חמץ דראפ אףף לאקאציעס...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:08 pm
דורך חלום חלמתי
פרישע נגיד אין וויליאמסבורג מאכט חתונה ביי זיך אינדערהיים..
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:09 pm
דורך נקודות טובות
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 9:34 pm
באמעריקע קאראנא
ב
(מדינת)ישראל קורונה
האקט
יאפ געדענק מיר נאך יענע היציגע וואלן מיט טראמפ און ביידען/סענדערס, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס די נייעס איז ביזי מיט אזא סטופיד זאך ווי עפעס א מחלה אין כינע, כ'מיין, זאלן זיך די כינעזער ספראווען מיט זיערע פראבלעמען, מיר האבן א טראמפ וואס דארף ווערן ווידערערוועלט און פארטיג...
דאגות..
און די דורשי רשימת האבן געוויסט צו זאגן אז דער תרגם פון רוח איש יכלכל מחלהו, איז כרעניה, אדער כרהניה... עפעס אזוי.
יאפ, ערגעץ אין שבט בין איך געווען אין געפלויגן אינטערנעשענעל, און אין עירפארט איז געווען א גאנצע גרופע כינעזער מיט מאסקעס, און ותצחק שרה בקרבה, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז דא רעדט מען פון עכטע זאכן... אפילו פורים ווען די מאסקעס האבן אנגעהויבן אריינקומען אין די היימישע גאס, האב איך נאך נישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין. ביז ס'איז אנגעקומען דינסטאג ויקהל פקודי....
עני וועי, איך טשעק ארויס פון דא. דאס איז נישט פאר מיינע כוחות. טענקס חלמתי.
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:13 pm
דורך נקודות טובות
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 9:51 pm
מאנגל אין אשר יצר פאפיר... שעפער אין הימל, וואס האט מען געטראכט גייט מען טון מיט דעם?
יאפ, וואסער מיט אשר יצר פאפיר. א באקאנטער מיינער האט זיך אנגעסטאקט מיט 30 קעיסעס פאולענד ספרינג וואסער, איך מיין אז ביז היינט טרינקט ער נאך דערפון... מיט אזוי פיל וואסער, איז פשוט פארוואס מען דארף האבן אזוי פיל אשר יצר פאפיר...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:26 pm
דורך חלום חלמתי
פרישע ארגענעזאציע'ס און האטליינס האבן אינפארמירט דעם ציבור
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:27 pm
דורך יאנטשי
מען פרישט זיך אויף די זכרון, געקענט זיך נאך ווי די צייטונגען האבן געקאסט בלויז $3...
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:27 pm
דורך חלום חלמתי
א בריוו פון גרויסע אדמורים צו דאן פרעזידענט טראמפ
Re: קאראנע וויירוס - זכרונות
געפאוסט: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:29 pm
דורך הדסים
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 10:09 pm
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 9:34 pm
באמעריקע קאראנא
ב
(מדינת)ישראל קורונה
האקט
יאפ געדענק מיר נאך יענע היציגע וואלן מיט טראמפ און ביידען/סענדערס, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס די נייעס איז ביזי מיט אזא סטופיד זאך ווי עפעס א מחלה אין כינע, כ'מיין, זאלן זיך די כינעזער ספראווען מיט זיערע פראבלעמען, מיר האבן א טראמפ וואס דארף ווערן ווידערערוועלט און פארטיג...
דאגות..
און די דורשי רשימת האבן געוויסט צו זאגן אז דער תרגם פון רוח איש יכלכל מחלהו, איז כרעניה, אדער כרהניה... עפעס אזוי.
יאפ, ערגעץ אין שבט בין איך געווען אין געפלויגן אינטערנעשענעל, און אין עירפארט איז געווען א גאנצע גרופע כינעזער מיט מאסקעס, און ותצחק שרה בקרבה, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז דא רעדט מען פון עכטע זאכן... אפילו פורים ווען די מאסקעס האבן אנגעהויבן אריינקומען אין די היימישע גאס, האב איך נאך נישט געוויסט אויף וועלכע וועלט איך בין. ביז ס'איז אנגעקומען דינסטאג ויקהל פקודי....
עני וועי, איך טשעק ארויס פון דא. דאס איז נישט פאר מיינע כוחות. טענקס חלמתי.
רוחא דגברא תסובר כורהניה
מיר האבן געוואוסט אז כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה. כי-אובד - קאוויד, גוי - בגי' 19... נישט געווען קיין מער צוגעפאסטער פסוק..