בלאט 1 פון 1

כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 11:58 am
דורך יענץ מבין
דעם פארלאפענעם פורים בשעתן ליינען די מגילה, און האלטנדיג אינמיטן די מלחמה מיט איראן, איז מיר אויפגעקומן אויפן געדאנק א ווארט וואס איך האב געהערט יארן צירוק.

אין די מגילה שטייט וַיִּבֶז בְּעֵינָיו לִשְׁלֹח יָד בְּמָרְדֳּכַי לְבַדּוֹ כִּי הִגִּידוּ לוֹ אֶת עַם מָרְדֳּכָי וַיְבַקֵּשׁ הָמָן לְהַשְׁמִיד אֶת כָּל הַיְּהוּדִים.

פרעגט מען די שאלה וואס איז פשט אז וועגן מען האט איהם דערציילט 'את עַם מרדכי' וועגן דעם האט ער נישט געוואלט הרג'נען נאר מרדכי אליין?

האב איך אמאל געהערט, אז פשט איז אזוי, כי הגידו לו את 'עַם מרדכי' מיינט, אז מען האט מסביר געוועהן פאר המן אז זיי זענען א פאלק פון מרדכי'ס, ממילא אפילו אז די וועסט הרגנען מרדכי, וועט מארגן ארויף קומען א נייע 'מרדכי', ממילא איז דיין איינציגע עצה צו הרגנען אלע יודן ח"ו.

כלפי מה דברים אמורים, ס'טוט זיך א מלחמה מיט איראן, און מען קען הערן ווי מענטשן קוקן דאס אָן, אז איינמאל די מלחמה איז פארטיג וועט איראן ווערן א נערמאלע מדינה, מיט נערמאלע מענטשן, און אפשר אפילו האבן נערמאלע באציאונגן מיט די מדינה.

אבער וואס מען כאפט נישט איז, אז מען דארף פארשטיין אז איראנער (עכ"פ א שיין חלק פון אירע בירגער) זענען 'עַם כומעיני', אז די וועסט הארגענ'ן כומעיני, וועט נישט נעמען לאנג און עס וועט ארויסשפראצן א פרישע כומעיני, ממילא ווילאנג די ביסט נישט גרייט אויף קיין פעלקער מארד, איז די שמחה נאר צייטווייליג.

[איך רעד נישט צו די מלחמה אליינס לוינט זיך, ווייל דאס איז א שמועס פאר זיך, וויבאלד די מלחמה האט נאך צילן, א שטייגער ווי שוואך מאכן איראן מיליטעריש, צונעמן זייער אוראניום, צוגרינד לייגן זייער נעווי אא"וו]

Re: כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:20 pm
דורך בקיצור
נישט ריכטיג. גאר א גרויסע פראצענט פון איראן זענען בכלל נישט קיין שאיאטן.

איראן איז געוועהן א פרייע מדינה ביז תשל"ט.

Re: כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:37 pm
דורך חלום חלמתי
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:20 pm נישט ריכטיג. גאר א גרויסע פראצענט פון איראן זענען בכלל נישט קיין שאיאטן.

איראן איז געוועהן א פרייע מדינה ביז תשל"ט.
מער קלאר. בלויז עטליכע %30

Re: כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:39 pm
דורך יענץ מבין
רוב איראן זענען יא שאיאטן.

נאר וואס דען א גרויס טייל פון זיי זענען נישט קיין עקסטרעמיסטן.

אבער עס איז נאך אלץ פארהאנען א ריזיגע פראצענט (כאטש 30% אדער מער) וואס זענען יא עקסטרימיסטן, און זיי גייען נישט נעלם ווערן בלויז וויבאלד מען האט געהרגעט כומעני.

Re: כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:40 pm
דורך יענץ מבין
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:37 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:20 pm נישט ריכטיג. גאר א גרויסע פראצענט פון איראן זענען בכלל נישט קיין שאיאטן.

איראן איז געוועהן א פרייע מדינה ביז תשל"ט.
מער קלאר. בלויז עטליכע %30
לויט ChatGPT איז 90% פראצענט איראן שאיאטן.

Re: כי הגידו לו את עַם כומעיני

געפאוסט: מאנטאג מערץ 09, 2026 4:01 pm
דורך הדסים
יענץ מבין האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:40 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:37 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 12:20 pm נישט ריכטיג. גאר א גרויסע פראצענט פון איראן זענען בכלל נישט קיין שאיאטן.

איראן איז געוועהן א פרייע מדינה ביז תשל"ט.
מער קלאר. בלויז עטליכע %30
לויט ChatGPT איז 90% פראצענט איראן שאיאטן.
און רעזשים שטיצער זענען לויט גוגל נישט מער ווי 10-20 פראצענט.
Screenshot 2026-03-09 155642.png
Screenshot 2026-03-09 155642.png (36.3 KiB) געזען געווארן 62 מאל
הגם איך ווייס נישט ווי אזוי נאר 81-85 זענען קעגן דעם רעזשים בעת 89 ווילן א דעמאקראטיע. ועדות שבטלה מקצתה בטלה כולה