עי איי עדס
געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:39 pm
מען האט שוין גערעדט בעבר איבער די באניץ פון עי איי סתם אזוי, אבער איך מיין אז די עי איי עדס איז נעקסט לעוועל!
אזוי ווייניג ריספעקט פארן ליינער? געבסט א לייג אריין אין GPT אפאר ווערטער, און ער שיקט דיר ארויס אפאר בילדער וואס דו פארשפרייטסט נאכדעם? ממש קיין שום קריעטיוועטי? גארנישט? דו שעמסט זיך נישט? טאמער דו האלטסט נישט ביים באצאלן פאר דעם אינגערמאן וואס איך זיך גרייט צו פאטאגראפירן, שטעל נישט קיין בילדער פון קיין עי איי מענטשן. ס'איז דא א שיעור ווי פאלטש מען קען זיין! ס'איז עקעלדיג!
שיקסט מיר עי איי אימעילס? נו שוין, קענסט דאך נעבעך נישט קיין ענגליש. שרייבסט עי איי ארטיקלען אויף א פארום? איך ליין עס ניטאמאל, אבער אז דו ווילסט שפירן גוט אז דו האסט אויך עפעס וואס צו ברענגען צום טיש, יהי לך אשר לך. זיי אבער וויסן אז 80 פראצענט עולם כאפט אויף אז עס איז עי איי. אבער געוואלד! עי איי עדס? דו ביסט דאך א פראפעשינעל! ביסט א מארקעטער! ביסט אינגאנצען משוגע?
איך ווער nauseous!