בלאט 1 פון 1

ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:29 pm
דורך דער תהלים איד
צום 20'טן יארצייט ערשיינט אן הערליכער אויפלאגע, פון די 6 בענדער ומשה הי' רועה, הערליך איבערגעבעט און אהערגעשטעלט שיין אלס איין גרויסע סעט.

ס'איז געווארן איבערגעגאנגען מיט תיקונים והוספות, און אויך עטליכע פרישע צוגעלייגטע קאפיטלען. דאסמאל קומט עס מיט פראפעסיאנאלע דעקלעך, אלע אייניג, שיין און געשמאק.

ס'וועט אי"ה קאסטן בלויז $100 די גאנצע סעט, אז יעדער איינציגער זאל עס קענען האבן אין שטוב, און עלטערן וועלן עס קענען קויפן אלס אפיקומן פאר קינדער אא"וו.

דער ערשטער גרויסער שיפמענט דארף אנצוקומען בערך ר"ח ניסן.
Set of 6 Coming Soon.jpg
Set of 6 Coming Soon.jpg (258.66 KiB) געזען געווארן 639 מאל

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm
דורך חלום חלמתי
נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 9:27 pm
דורך אסרוחג
ומשה הי' רועה איז כהיום 20 יאר נאך די הסתלקות, א ספר תולדות חייו פון סיגוטער רב
סאטמאר רבי איז נאכנישט באשריבן געווארן, אויף וואס ווארט מען? ווען ס'וועט שוין נישט זיין וועם צו פרעגן?

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 10:06 pm
דורך שמח
ווען קומט ארויס די ''ומשה היה רואה'' באנד?

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 11:36 pm
דורך דריידל
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
אנדערע ווילן דוקא פון תש"ס און ווייטער. גיב א טשענס און מ'וועט אנקומען צו אלעם.

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 11:38 pm
דורך חלום חלמתי
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 11:36 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
אנדערע ווילן דוקא פון תש"ס און ווייטער. גיב א טשענס און מ'וועט אנקומען צו אלעם.
13 יאר איז גענוג א גרויסע שאנס זיך צו ריקן ווייטער

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:13 am
דורך דעת קדשי
אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 9:27 pm ומשה הי' רועה איז כהיום 20 יאר נאך די הסתלקות, א ספר תולדות חייו פון סיגוטער רב
סאטמאר רבי איז נאכנישט באשריבן געווארן, אויף וואס ווארט מען? ווען ס'וועט שוין נישט זיין וועם צו פרעגן?
מ'ווארט ס'זאל נישט זיין ווער ס'זאל לייקענען...דוק ודוק...

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:30 am
דורך חלום חלמתי
דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:13 am
אסרוחג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 9:27 pm ומשה הי' רועה איז כהיום 20 יאר נאך די הסתלקות, א ספר תולדות חייו פון סיגוטער רב
סאטמאר רבי איז נאכנישט באשריבן געווארן, אויף וואס ווארט מען? ווען ס'וועט שוין נישט זיין וועם צו פרעגן?
מ'ווארט ס'זאל נישט זיין ווער ס'זאל לייקענען...דוק ודוק...
ווי האט יענער געזאגט פארן וואן ענד אנלי לעצטע לייב.. איך גיב אייך וויפיל צייט איר ווילט, אינז גייען אריין אין א שטוב און מען שרייבט אפ אלע אייערע מעשיות. בתנאי אז ווי נאר איר קומט ארויס קענט איר זיך מער נישט דערמאנען קיין פרישע.

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:40 am
דורך רב הכולל
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
מ' ארבעט שוין דערויף

מ' האמיר ב"ה אויך ארויסגעהאלפן דערצו

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:47 am
דורך חלום חלמתי
רב הכולל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 06, 2026 12:40 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
מ' ארבעט שוין דערויף

מ' האמיר ב"ה אויך ארויסגעהאלפן דערצו
אז מ'ארבעט איז נישט קיין נייעס, דאכט זיך אז ביי די נסיעה פון מהר"א תשע"א איז ארויסגעקומען א ספר חלק מ'כרך ח' . איבער דעם ברך משה'ס נסיעות קיין אייראפע אלס רבי.
די שאלה איז, ווען חלק ז' וועט זיין אינדרויסן...

און אז די העלפסט ארויס געב איבער, אז אויב שטייט איינמאל דערינען. ואכמ"ל, וד"ל, דא איז נישט די פלאץ אריינצוגיין, דעמאלטס דארף ער עס טאקע נישט ארויסגעבן...

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 9:50 am
דורך אסרוחג
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 11:36 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
אנדערע ווילן דוקא פון תש"ס און ווייטער. גיב א טשענס און מ'וועט אנקומען צו אלעם.
פון תש"ס איז ליידער כמעט נישטא קיין פאזיטיווע זאכן אויף קורות חייו פון ברך משה, חוץ פאר די וואס ווילן איבערשרייבן היסטאריע
אבער פון תש"מ איז דא גענוג שיינע זאכן, און אפילו ווען מ'באשרייבט מערכות, אויב ס'איז אן קיין נעמען און נאר אויפן שפיץ גאפל, וואס איז ראונג
מיר שיינט אז די באשרייבונג אין היימשטאט איז אן הכנה פאר ומשה היה רועה
און איך בין נייגעריג אויב איינער ווערט וויי געטון פערזענליך פון די באשרייבונג?
אפשר ווערט מען וויי געטון פונעם אמת, למשל ווי שטארק ר' יונה פילאפף און ר' ברוך מיללער האבן זיך צוגעשטעלט, אבער פון וואס מ'האט נאר גערעדט האט מען נישט אראפגעריסן קיינעם, מ'האט בלויז געברענגט די פאקטן

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 9:59 am
דורך כותב
איך האב פארשטאנען פון די מו"ל, אז ער גרייט זיך יעצט ארויס געבן נאך א חלק אי"ה.

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: פרייטאג מערץ 06, 2026 10:41 am
דורך באמבאסטיש
אסרוחג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 06, 2026 9:50 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 11:36 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 05, 2026 8:43 pm נע... שוין געמײנט אז חלק ז' איז אינדרויסן...

דעיס אלעס ווייסעך שוין. געמיר פון תש"מ און ווייטער...
אנדערע ווילן דוקא פון תש"ס און ווייטער. גיב א טשענס און מ'וועט אנקומען צו אלעם.
פון תש"ס איז ליידער כמעט נישטא קיין פאזיטיווע זאכן אויף קורות חייו פון ברך משה, חוץ פאר די וואס ווילן איבערשרייבן היסטאריע
אבער פון תש"מ איז דא גענוג שיינע זאכן, און אפילו ווען מ'באשרייבט מערכות, אויב ס'איז אן קיין נעמען און נאר אויפן שפיץ גאפל, וואס איז ראונג
מיר שיינט אז די באשרייבונג אין היימשטאט איז אן הכנה פאר ומשה היה רועה
און איך בין נייגעריג אויב איינער ווערט וויי געטון פערזענליך פון די באשרייבונג?
אפשר ווערט מען וויי געטון פונעם אמת, למשל ווי שטארק ר' יונה פילאפף און ר' ברוך מיללער האבן זיך צוגעשטעלט, אבער פון וואס מ'האט נאר גערעדט האט מען נישט אראפגעריסן קיינעם, מ'האט בלויז געברענגט די פאקטן
:roll: :roll: :roll:

Re: ספרי "ומשה הי' רועה" קורות ימיו פון בעל ברך משה מסאטמאר זיע"א

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 07, 2026 11:33 pm
דורך מיט קלארקייט
עפ"י בקשת כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א וועט אי"ה ארויסקומען אויף די יארצייט א פרישע באנד. רוב איז בנוגע די קשר מיט די ישיבה און בחורים.