בלאט 1 פון 1

בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 28, 2026 5:59 pm
דורך נר נשמה
בד"ה
ליידער נישט אויפגעשטאנען דעם שבת אינדערפרי
73 יאר

Re: בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 28, 2026 7:51 pm
דורך זלמעלע
בד"ה
חבר הבד"צ אין נאמען פון ק"ק תולדות אהרן

Re: בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 28, 2026 7:56 pm
דורך חלום חלמתי
בדה

Re: בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 28, 2026 11:06 pm
דורך חלום חלמתי
פון זעמל:

בד"ה: תורה תורה חגרי שק - פלוצים'דיגע פטירה פון הגה"צ רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ עדה החרדית

ירושלים - פון ירושלים קומט אהן די שווערע בשורה איבער די פלוצים'דיגע פטירה פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"ץ עדה החרדית פאר צענדליגער יארן און מרבני ק"ק תולדות אהרן, וועלכער איז נפטר געווארן שבת פארטאגס אין עלטער פון 73 יאר.

דער רב זצ"ל איז פארלאפענע וואך אריבער א מעדיצינישע פראצעדור אויפן הארץ נאכן ליידן פון פארשידענע הארץ פראבלעמען פאר צענדליגער יארן, און איז פרייטאג באפרייט געווארן פון שפיטאל. פרייטאג צונאכטס האט דער רב זצ"ל געפראוועט דער סעודה אין שטוב מיט די באטייליגונג פון פילע בני המשפחה, אבער ליידער שבת אינדערפרי איז ער פלוצלינג נפטר געווארן, ווארשיינליך נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע.

דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תשי"ב אין רומעניע צו זיין פאטער דער סופר סת"ם הרה"ח רי אהרן יאראוויטש ז"ל, בימי בחרותו איז ער געפארן לערנען קיין אמעריקע אין ישיבת סאטמאר בצילו פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל, דערנאך איז ער געפארן קיין ארץ ישראל און געלערנט אין ישיבת תולדות אהרן.

בהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי רבי שלמה פאפנהיים ז"ל יו"ר בית לפליטות, נאכן הארעווען אין לערנען פאר צענדליגער יארן זייענדיג א באקאנטער תלמיד חכם האט דער רב ערהאלטן הוראה פון הגאון רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל קני בושם. אין יאר תשמ"ו גענוי פאר 40 יאר צוריק איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין אין די עדה החרדית און 20 יאר שפעטער אין תשס"ו אלס חבר הבד"צ.

די לוויה איז ארויס געגאנגען מוצאי שבת פון די לשכת הבד"צ ביי כיכר זופניק, דערנאך ביי ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אויפן וועג צום הר הזיתים וואו ער איז געקומען למנוחות.

וכל בית ישראל יבכו את בשריפה אשר שרף ה'.

Re: בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: מאנטאג מערץ 02, 2026 12:12 am
דורך דעת קדשי
בילד פון די לוי' ?

Re: בד"ה הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"צ העה"ח

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 12, 2026 2:59 pm
דורך שלא לשמה
ער פלעגט אין די לעצטערע יארן דאווענען שבת צופרי אין ק"ק קרעטשניף ירושלים חוץ אין די שיינע שבתים ווען ער איז טראץ חולשת גופו הטהור זיך מטריח געווען צו גיין ביז ק"ק תולדות אהרן