בלאט 153 פון 153

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 6:49 pm
דורך הבוחר בתורה
סאודיע אראביע:

אן אמעריקאנע (AWACS האט זיךגעהויבן פריער פון ריאד.

דאס נוצט מען נארמאל נאר פאר אדער בשעת גרעסערע אטאקעס אדער אקציעס

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 6:53 pm
דורך הבוחר בתורה
אזוי אויך איז די P-8A Poseidon אין באנוץ די לעצטע שעות.....

דאס ווערט גענוצט פאר די נעווי, קעגן סאמבארינען און נאך.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 6:57 pm
דורך הבוחר בתורה
אל-מיאדין צייטונג:

לויט אונזערע קוועלער גרייטן זיך די קורדן פון איראק צו אינוואדירן איראן ביי איר מעריב גרעניץ.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 7:01 pm
דורך הבוחר בתורה
יעדע פאר וואכן חזר’ט זיך איבער אקוראט די זעלבע.....

טראמפ סטראשעט, מדנ’’י גרייט זיך, איראן סטראשעט מיט נקמה, טראמפ ברעכט זיך און שטעלט אלעס אפ צוליב אנגעבליגע איראנע בקשות פון פארהאנדלען.

איז היינט אנדערש? ימים ידברו.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:43 pm
דורך פארק שול
הבוחר בתורה האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 7:01 pm יעדע פאר וואכן חזר’ט זיך איבער אקוראט די זעלבע.....

טראמפ סטראשעט, מדנ’’י גרייט זיך, איראן סטראשעט מיט נקמה, טראמפ ברעכט זיך און שטעלט אלעס אפ צוליב אנגעבליגע איראנע בקשות פון פארהאנדלען.

איז היינט אנדערש? ימים ידברו.
און די פרינץ פון סואדי אראביע האט גערינגען ירום הודו אפצושטעלן די גרויסע אטאקע.
הפוך בה הפוך בה

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 10:47 pm
דורך הבוחר בתורה
הבוחר בתורה האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 01, 2026 7:01 pm יעדע פאר וואכן חזר’ט זיך איבער אקוראט די זעלבע.....

טראמפ סטראשעט, מדנ’’י גרייט זיך, איראן סטראשעט מיט נקמה, טראמפ ברעכט זיך און שטעלט אלעס אפ צוליב אנגעבליגע איראנע בקשות פון פארהאנדלען.

איז היינט אנדערש? ימים ידברו.
מה שהיה הוא שיהיה אין כל חדש תחת השמש.....

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:04 pm
דורך הבוחר בתורה
נאך א פארמיטענע אטענטאט אויף טראמפ??

פאקס ניוס:

א באוואפנטער מאן אין די דרייסיגער יארן איז ארעסטירט געווארן אין די געגנט פון טראמפ’ס גאלף קלאב.

ער האט בעאבאכט און באטראכט אלע זיכערהייט מאסנאמען וועלכע ווערן יעצט צוגעגרייט פאר טראמפ’ס באזוך אין די קומענדיגע טעג.

אין זיין דירה האט מען אויך געפינען א AR רעוואלווער וועלכע איז געווארן אומלעגאל מאדיפיצירט, א בולעט פרוף וועסטל, און א גרויסע צאל מאגאזינען פון קוילן. אזוי אויך נאטבוקס וועלכע זאגן גאר באזארגנדע סטעיטמענט’ס.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 8:17 pm
דורך הבוחר בתורה
דובאי:

מאנכע טוען באריכטן איבער אויפרייסן ביי די האפן אין דובאי.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 09, 2026 5:16 am
דורך יעקב דוד
דער ברודער פון א צה"ל זעלנער – וועלכער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין אן אינצידענט אין דרום לבנון און איז האספיטאליזירט אין דער אינטענסיוו קעיר אפטיילונג אין רמב"ם שפיטאל – האט ארויסגעגעבן א פאוסט באשולדיגנדיג דעם מעדיצינישן שטאב אין פארנאכלעסיגונג און שרעקליכע באהאנדלונג צו זיין ברודער. דער זעלנער, וועלכער איז פריער געווען בארואיגט און אינטובירט, איז אויפגעשטאנען דעם טאג פריער; ער האט געליטן פון שווערע פארברענטע איבער זיין קערפער און שטארקע ווייטאגן. לויט דעם ברודער, איז די נאכט-שיכט איבערגענומען געווארן דורך א גרופע אראביש רעדנדיקע וועלכע האבן פארשלאסן די טירן און באפוילן די משפחה מיטגלידער צו פארלאזן. טראץ די משפחה'ס בקשות אריינצוגיין און קאנטראלירן זיין וואוילזיין, האט דער שטאב שטארק אפגעזאגט. נאך דער אפזאג, האט דער ברודער זיך דורכגעדרינגען די טירן און געפונען זיין ברודער אליין – אן קיין שטאב מיטגלידער אין דער געגנט – בעטנדיג וואסער. דער ברודער האט ווייטער דערציילט אז דער פארוואונדעטער זעלנער האט אים געמורמלט אז דער שטאב האט אים ברוטאל איבערגעדרייט אין בעט "ווי א סארדין" און אים אראפגעווארפן דעם קאפ, ווייזנדיג קיין שום אכפת פאר זיין קריטישן מעדיצינישן צושטאנד.

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 19, 2026 1:45 pm
דורך אוטובאס
דער איראנער אמבאסאדאר אין רוסלאנד כאזם ג'לאלי. זאגט אז אוקריינע האט נאכנישט באצאהלט פאר איראן דער שאדנס, נאכ'ן אטאקירן א איראנער שיף אין דער כאספישע ים עטליכע וואכן צוריק, און ער זאגט אז עס איז דא אנגייענדע געשפרעכן דערוועגן.
עס קומט גוטע טעג.. עס קומט לעכטיגע טעג

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 19, 2026 7:53 pm
דורך בודקע
פרעזידענט טראמפ מעלדט א "עקאנאמישע די-דעי" קעגן איראן.
4e19b9dd-c4dc-4e8f-9fbf-38d5f288bf82.jpeg
4e19b9dd-c4dc-4e8f-9fbf-38d5f288bf82.jpeg (252.2 KiB) געזען געווארן 6 מאל