די געהיימע אפעראציע "שלח לחמך" (תש"ח)
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 9:14 am
פאר איבער זיבעציג יאר איז די געשיכטע פון דוד מזרחי געווען באהאלטן אונטער א שלייער פון סודות. אין די אפיציעלע ביכער פונעם מיליטער איז ער געווען באקאנט אלס א פשוט'ער שפיאן וואס איז געכאפט געווארן אין עזה, אבער היינט ווייסן מיר שוין דעם גאנצן אמת: מזרחי איז געווען א שליח פאר איינע פון די סודיות'דיגסטע אקציעס אין די היסטאריע פון די מדינה, די ביאלאגישע מלחמה אונטערן קאד-נאמען "שלח לחמך".
ווער איז געווען דוד מזרחי?
דוד מזרחי איז געווען א קעמפער אין די גאר געהיימע מסתערבים אפטיילונג פונעם פלמ"ח. ער איז געווען א ספרד'ישע איד וואס האט גערעדט א פערפעקטן אראביש און געקענט אלע אראבישע מנהגים, וואס האט אים ערלויבט זיך אויסצומישן צווישן די אראבער אן קיין שום חשד.
אין חודש אייר תש"ח, ווען די מצרישע ארמיי האט זיך אנגעהויבן רוקן צום צפון טייל פון לאנד, האט מען אים געשיקט קיין עזה פארשטעלט ווי אן אראבער, טראגענדיג מיט זיך גלאזערנע פלעשלעך פול מיט די גיפטיגע באקטעריעס פון טיפוס און דיזענטעריע.
אונטערן באפעל פון בן-גוריון און אונטער די אויפזיכט פון משה דיין (וואס האט גענוצט דעם קאד-נאמען "משה נפטון"), זענען די ביאלאגישע וואפנס גענוצט געווארן אין עטליכע פראנטן איבערן לאנד:
עכו: דאס איז געווען דער גרעסטער "סוקסעס" פון די אפעראציע. מ'האט אריינגעווארפן די באקטעריעס אין דעם קאנאל וואס ברענגט וואסער צום שטאט. אלס רעזולטאט האט זיך אויסגעבראכן א שרעקליכע טיפוס עפידעמיע צווישן די איינוואוינער און די אראבישע קעמפער, וואס האט שטארק געהאלפן אז די שטאט זאל זיך אונטערגעבן זייער שנעל.
בית מחסיר: אין דעם דארף נעבן ירושלים האט מען פארגיפטעט די ברונעס כדי צו פארהיטן די אראבישע איינוואוינער פון קענען צוריקקומען צו זייערע היימען נאכדעם וואס זיי זענען ארויסגעטריבן געווארן.
אילבון: אין דעם דארף אין גליל זענען אויך באריכטערט געוואָרן פארגיפטונגען פון ברונעס דורך די מיליטער.
ירושלים: עס זענען דא דאקומענטן וואס ווייזן אז מ'האט פלאנירט צו פארגיפטן די וואסער קוואלן אין די אראבישע געגנטן אין ירושלים, אבער א טייל פון די פלענער זענען נישט גוט אויסגעפירט געווארן אדער אפגעשטעלט געווארן אין די לעצטע מינוט.
חריז: נאך א דאָרף וואו ס'זענען געווען באריכטן איבער קראנקע ברונעס נאך די אקציעס פון די הגנה.
די טראגישע ענדע אין עזה
י"ג אייר תש"ח זענען דוד מזרחי און זיין חבר עזרא חורין אנגעקומען קיין עזה. זיי האבן געהאט ספעציעלע פלאשן וואס האבן אויסגעזען ווי געוויינטליכע וואסער-פלאשן, אבער אונטער א דאפלטע שיכט איז געלעגן די פליסיגע גיפט.
זיי זענען געכאפט געווארן דורך די מצרישע שפיאנאזש. די מצריים האבן זיי דורכגעזוכט און געפונען די באקטעריעס. נאך שווערע אויספארשונגען זענען זיי געשטעלט געוואָרן פאר א מיליטערישן געריכט און מען האט זיי אויסגעשאסן צום טויט אין עזה, כ"ז אב תש"ח.
דאס אנטדעקן דעם אמת
ביז יאר 2022 האט די מדינה לייקענט די גאנצע געשיכטע אלס אנטיסעמיטישע בלבולים. אבער צוויי היסטאריקער, בעני מאריס און בנימין קדר, האבן לעצטנס געפונען די אפיציעלע בריוו אין די ארכיוון וואס באשטעטיגן יעדן דעטאל. די צענזור האט פארזען די בריוו ווייל דאס ווארט "שלח לחמך" האט אויסגעזען ווי א פשוט'ער נאמען פאר א מיליטערישע גרופע, אן פארשטיין דעם רמז פון ווארפן עפעס אין די וואסער.
היינט ווערט דוד מזרחי געדענקט אלס א קרבן פון א גאר שווערע און קאמפליצירטע תקופה, וואו די פירער פון די מדינה האבן באשלאסן צו נוצן מיטלען וואס די וועלט האט נישט געטארט וויסן.