בלאט 1 פון 4

@ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 4:02 pm
דורך אסמכתא בעלמא
וועגן לב טהור.

כ'האב ענק געווארנט באצייטנס!

יעצט עסטס ענקערע פירות!

@ווירקליך ס'גייט דיר גארנישט העלפן! גייסט זיך פארענטפערן טויזנט מאל, און אלע משוגעים און אלסווייסערס גייען קומען מיט טויזנט קושיות, איז אדער גייסטו מוזן מעקן די קושיות, און וועסט אויסזעהן פונקט ווי אייוועלט, אדער וועסטו יעצט ווארפן 10 ניקס און יעדער וועט שרייען "קאראפששששן".

לאז געמאכט! פארמאך לב טהור און פיניש!

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 4:04 pm
דורך הכל ריוח
פארמאכן זאלסטו דיין מויל, אויסער אויב דו קענסט רעדן רואיג.

קענסט מיך? איך רעד קיינמאל די שפראך, אבער דרייען א קאפ האט אויך א גבול.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 4:07 pm
דורך הכל ריוח
יעצט צום ענין, די טעמע בעצם איז ארויס פון אלע גבולים, אבער מ'האט שוין איבערגעקייט די נושא טויזענט מאל.
עפענען א פרישע טעמע דא וועט גארנישט העלפן.

דעת תורה האט שוין גע'פסק'נט און דא ענדיגט זיך די שמועס.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:01 pm
דורך צייטווייליג
מזאל עס לאזן! יא מען פארגיסט בלוט אבער סגייט מיך נישט אן. אז איינער האט טענות קענען מיר ענטפערן מיר האבן דעת תורה, טו מיר עפעס. איך האלט אז מדארף דא דעליווערן א נצחון פאר יהושע העשיל און פארטיג.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:08 pm
דורך ווירקליך
WOWOWOWOWOW

איינער גייט היינט שארף...

ביטע, לאז, @אסמכתא בעלמא בלעים מיר נישט, האסט זיך נישט געהאלטן צו מיין שניט, און כגיי נישט זיין ביזי ווישן יעדעמ'ס גארבעדזש.
דו ווייסט איך בין ביזי, איך בין אבער אריינגעקומען יעצט מיט דעם מעסעדזש ווייל איינער האט מיר הערעסט פרייוועט, און כ'האב געהאלטן מ'האמיר גענוג באהאנדלט די זאך מיט זיידענע הענטשוך.

דריי נישט יעצט איבער. ווער נישט פלוצלונג ליבעראל.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:09 pm
דורך אסמכתא בעלמא
@צייטווייליג א נצחון פאר יושע העשיל און א קבורת חמור פאר אידטיש. איך הער. ווען דער נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט.

איינער האט מיר פריער געשיקט א מעסעדזש וואס ער האט באקומען פון חלום חלמתי. אין חלום וואלטסטו נישט געטראכט וואס איינע פון דיינע בעסטע שרייבערס פילן. ער איז ביטער פארווייטאגט. קענסט מיר מסביר'ן וואסערע בענעפיט אונז האמיר פון שטיין און זיך פארענטפערן?

גערעכט וועסטו בלייבן, אבער אן עם הארץ וועסטו ווערן. פלעגט מיין רבי זאגן.

שפאר עס אפ און פארטיג. #גענוג געווען

ווירקליך האקט. ווען דו וועסט אליינס פארשטיין דיין שניט וועסטו עס מיר קענען מסביר'ן.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:46 pm
דורך ווירקליך
איך בין גראדע אויך גוט צופאטשט אז חלום חלמתי מיט נקודות טובות זענען אפסעט. אן זיי קעמיר אלע אהיימגיין. די פראגע איז וואס מ'טוט דא? סתם נאכאמאל ארויסלייגן דעם פארוועלקטן קלארשטעלונג?

פארמאכן פלעגט דאך זיין מיין טענה. למעשה טענה'ט יושע העשיל אז מיט'ן לאזן דא לייגן דרוק פארמיידט מען אידן פון גיין אין תפיסה. כ'בין צומישט.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:15 pm
דורך אחת למעלה
חברה. ענק ווייסן אז איך בין אייביג די רואיגער (נדנ חחח+), און כ'האב מתחילה נישט געוואלט געבן קיין מקום פאר די גאנצע זאך. אבער די עולם האט געהאקט מיט דעת תורה... אז דו האסט דעת תורה מאך אז זיי זאלן באשטעטיגן יעדעם'ס תגובה און שוין. ווען דארף מען דעת תורה און ווען נישט?!

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:49 pm
דורך לעכטיג
קודם כל ספעלט מען עס Emergency

און קוקטס אהער. ניין, די זייט! אט אזוי!

בלום זיצט אויף א ריזיגע קאסע. כ'מיין מ'זאל לכה"פ פארלאנגען ער זאל באצאלן פאר די סערוויס?

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 12:22 am
דורך ווירקליך
אחת למעלה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:15 pm חברה. ענק ווייסן אז איך בין אייביג די רואיגער (נדנ חחח+), און כ'האב מתחילה נישט געוואלט געבן קיין מקום פאר די גאנצע זאך. אבער די עולם האט געהאקט מיט דעת תורה... אז דו האסט דעת תורה מאך אז זיי זאלן באשטעטיגן יעדעם'ס תגובה און שוין. ווען דארף מען דעת תורה און ווען נישט?!
וואס ווילסטו יעצט? באמת. יעדע תגובה שיקן צום דיין?

שטיי אויף, קום אפטער באזוכן אידטיש, און זע אז מ'רעדט נישט פון א תגובה א וואך. רעד נישט ווי אן אורח דא.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 9:19 am
דורך אחת למעלה
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 12:22 am
אחת למעלה האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:15 pm חברה. ענק ווייסן אז איך בין אייביג די רואיגער (נדנ חחח+), און כ'האב מתחילה נישט געוואלט געבן קיין מקום פאר די גאנצע זאך. אבער די עולם האט געהאקט מיט דעת תורה... אז דו האסט דעת תורה מאך אז זיי זאלן באשטעטיגן יעדעם'ס תגובה און שוין. ווען דארף מען דעת תורה און ווען נישט?!
וואס ווילסטו יעצט? באמת. יעדע תגובה שיקן צום דיין?

שטיי אויף, קום אפטער באזוכן אידטיש, און זע אז מ'רעדט נישט פון א תגובה א וואך. רעד נישט ווי אן אורח דא.
הייסט דו גייסט ריפלייען אויף מיין תגובה ווי אן אורח אינמיטן די נאכט ווען כ'האב נישט קיין עקסעס, און דערנאך ארום גיין מיט א גראדע רוקן, ווי כאילו דו נעמסט קער פון אלעם?!

לאמיר זעהן יעצט 9 אזייגער צופרי צו דו קענסט ענטפערן.

זכור נא את הימים הראשונים אשר נפלו (שמואל ג' כב מ). ווער איז געווען די בעק באון פון די גאנצע זאך. קוק צוריק ווען דו האסט געוויינט צו מיר כ'זאל ראטעווען די מצב אויף אידטיש! בינעך טאקע נישט אזוי אקטיוו יעצט. אבער כ'ווייס נאך אלס וואס עס טוט זיך. און אויב מען מאכט אפ מען רירט זיך נישט אן דעת תורה, רירט מען זיך נישט אן דעת תורה! יא! א יעדע מעסעדזש דארף ווערן אפראווד און שוין.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:32 pm
דורך הכל ריוח
ס'טוט מיר די מערסטע זאך וויי אז מ'שלאגט זיך דא ארום.
ווי זאגט נקודות?! הכל ריוח וועט מאכן שלום...

איך האלט אונז זאלן געהעריג מאכן א זום מיטינג אדער זיך טרעפן פערזענליך.
און אויב אסמכתא קען נישט קוקן ווירקליך אין פנים ווייל..., זאל ער צומאכן די אויגן ביטע.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:35 pm
דורך הכל ריוח
viewtopic.php?p=223589#p223589
ליינטס דעס אדורך, און זאגטס מיר צו ס'האט א מהלך ווייטער צו גיין אזוי.

בלום בלום בלום, חידו חידו, שיינע תירוצים. ווילסט זאגן קדיש נאך אידטיש?

אגב, ווען קומט אריין די נייע חבר הנהלה?

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 2:06 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 6:46 pmכ'בין צומישט.
אז דו ביסט צומישט בין איך קלאר. כ'האב עס שוין געזאגט מיליאן מאל, 6 חדשים צוריק. שפאר עס אפ און גיי נעקסטע קאפיטל.

נעכטן בין איך אפשר געווען אויווער-וועלמד. אבער היינט זאג איך איבערגעטראכטערהייט.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 2:45 pm
דורך הכל ריוח
ס'דא א געהעריג אפמאך דא ווער האט די לעצטע ווארט ביי אזעלכע החלטות?

עס איז נישט נארמאל אז מ'זאל זיך ארום שלאגן פאר אזעלכע זאכן, און צוריק קומען צו אלף יעדע דינסטאג...

מען איין מאל א וואוט, אדער מאכט מען אפ ווער גיבט די פיינעל דיסישען און שוין.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 1:57 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ס'איז נישט קיין נושא וואס גייט ברוב דיעות. ווער ס'האלט נישט ווי מיר דארף זיך פשוט גיין אויסטשעקן. עה, ערנסט געזאגט, רוב עולם דא האט דאך נישט קיין מיינונג, @לעכטיג ליינט עס אפילו נישט, @אחת למעלה ליינט אויך נישט ער האט סתם מיינונגען אן וויסן פון וואס מ'רעדט.

חא חא חא האבן זיך די פארברעכער צעלאכט. די פארברעכער לאכן פון אונז ווייל.... יא.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:02 pm
דורך אסמכתא בעלמא
און יעצט הערשט ווערעך געוואויר אז @ווירקליך האצעך געבראכן און די טעמע איז פארמאכט. חח... וואס זאגט עטס נישט?

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:38 pm
דורך הכל ריוח
פארמאכט??
סך הכל צוגעלייגט נאך קאפוויי פאר די הנהלה צו זיין ביזי עפראווען אדער דיסעפראווען פאוסטס.

באלד גייט מען דארט אריין ריקן נאך אפאר טעמעס און מיר האבן א פול טיים דזאב.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:40 pm
דורך הכל ריוח
ביי די וועי, אויב @ווירקליך רעדט זיך איין אז נעמען די פרישע אחראי גייט העלפן, האב'ך אים נייעס אז נאך איינער וואס גייט נישט וויסן וואס צו טוהן איז גארנישט בעסער ווי ביז יעצט.
גיבסטו אים מעגליכקייט צו קעיר נעמען און טוהן וואס מ'דארף איז גוט, און אויב נישט העטיר גארנישט העלפן נאך א מענטש!

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:42 pm
דורך הכל ריוח
אגב דאגב, וואס זאגט דער עולם, אפשר נעמט מען אריין @נקודות אינעם הנהלה, עס שטימט געוואלדיג, ער ווען אייביג זיין דא אין אנדערע צייטן פון ווירקליך, מען וועט זיך נישט שלאגן נאר ער וועט אפטוהן זיין און אפפיצן פון שטח, דערנאך וועט ווירקליך אנקומען און ער קעירט עני וועי נישט, הא?

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 3:15 pm
דורך אסמכתא בעלמא
הכל ריוח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:38 pm פארמאכט??
סך הכל צוגעלייגט נאך קאפוויי פאר די הנהלה צו זיין ביזי עפראווען אדער דיסעפראווען פאוסטס.

באלד גייט מען דארט אריין ריקן נאך אפאר טעמעס און מיר האבן א פול טיים דזאב.
פארדעם האט ווירקליך אויפגענומען @דער שיק אינגל. ברוך הבא בד"וו, אונז האמיר נאכנישט א פנימי אשכול פאר אים.

עידהער ווהעי איך בין יא צעפרידן אז די טעמע גייט ווייניגער ציען. אלע חולי נפש זאלן גיין וואו זיי באלאנגען און שוין. קוק נאר יעצט די תגובות וואס ווארטן פאר אפראוועל... האשעם יעראחעם. ס'קוקט אויס ווי יעדער בחור וואס ווערט ערוואקסן און קויפן ח"ו א סמארטפאון, ווערט א עסקן פאר יוצאי לב טהור. שששש.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 3:16 pm
דורך אסמכתא בעלמא
הכל ריוח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 2:42 pm אגב דאגב, וואס זאגט דער עולם, אפשר נעמט מען אריין @נקודות אינעם הנהלה, עס שטימט געוואלדיג, ער ווען אייביג זיין דא אין אנדערע צייטן פון ווירקליך, מען וועט זיך נישט שלאגן נאר ער וועט אפטוהן זיין און אפפיצן פון שטח, דערנאך וועט ווירקליך אנקומען און ער קעירט עני וועי נישט, הא?
מ'האט שוין אמאל גערעדט דערפון. דו ביסט נאכנישט דא געווען. @צייטווייליג האב געהאלטן אז ער איז צו א גוטע שרייבער צו ווערן א אחראי און ווערן ביזי מיט ארבעט....

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 3:24 pm
דורך הכל ריוח
ער וועט ווערן ביזי, און אונז זענען יעצט דיזי.

אקעי, קוק אן, אונז צוויי זענען די איינציגסטע נאראנים דא וואס רעדן תכלית, אלע אנדערע שלאפן און וועלן באלד קומען צו לויפן מיט זייערער מיינונגען, ס'גייט נישט (אפשר יא?..) אזוי.

איך סטאפ צו קוקן באריכטן אנטיל פורדער נאטיס, יעצט זאל אלע אנדערע נעמען די קאפ וויי.
אפשר אונזער פרישער שיק אינגל וועט מצליח זיין.

אבער נאכאמאל, ווילאנג די מנהלים רוען זיך אויס, קען איך גיין טוהן עפעס פאר פרנסה.

@מנהלי המערכת

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 3:49 pm
דורך yidtish
אז מ'קריגט זיך שוין ענדליך אפן, לאמיך זאגן וואס מיר ליגט אויפן הארצן:

די אשכול אלקותו בקהל חסידים איז הפקירות! ס'האט זיך אנגעהויבן דורך @דער תהלים איד, ער טרעט אויף א דינע ליין, ווי ער האט ליב :roll: און אמת ער זאגט נישט גארנישט פון וועמען ער רעדט... אבער ביז אפאר בלאט איז עס געווארן אפן ווי די לבנה. אפן און גראב. א מיען... דעיס איז נישט אונזער שטאפל.

Re: @ALL קומטס אריין! EMERGANCY

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 25, 2026 4:22 pm
דורך הכל ריוח
אויב מ'קען טוהן וואס מ'וויל, פארוואס אין די וועלט זאל תהילים איד נישט שרייבן אזעלכע זאכן.

פארוואס יעדע נארישע טעמע קען געלופטערט ווערן, אבער נארמאלע שמועסן זאל ער נישט טארן עפענען??

יא יא, שרייב נאך 10 מאל שטראשערייען און ווארענונגען, מיט רויגע ניקס און גרויסע באלד אותיות? גארנישט וועט העלפן.

מ'דארף וויסן קלאר וואס מ'וויל, א נארמאלע סיסטעם קעיר צו נעמען, און ווער ס'איז נאכנישט רייף פאר ישיבה גדולה זאל איבערגיין כתה ט'.