בלאט 1 פון 2
טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 10:08 pm
דורך חלום חלמתי
ברוכים הנמצאים.
דעם קומענדיגן דינסטאג וועט די פרעזידענט איבערגעבן זיין ערשטע סטעיט אוו די יוניאן פון זיין צווייטער טערמין. זיין יערלעכע רעפארט פאר קאנגרעס ווי ער האלט אויף די װעלט און וואס זיינע פלענער זענען.
ווי געברענגט אין די קאנסטיטוציע דארף די פרעזידענט איינמאל א יאר קלארשטעלן זיין וויזיע פאר די געזעץ געבער, און דאס איז א ברייט נאכגעפאלגטע רעדע אין לאנד.
אין א זמן וואס די דעמאקראטן האסן דעם פרעזידענט צום טויט, איז ערווארטעט אסאך סענזאציע'ס ארום דעם רעדע.
איינלאדענונג פון ספיקער מייק דזשאנסאן צום פרעזידענט
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 10:10 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 2:25 pm
די נייע גאווערנער פון ווירדזשיניע ספענבערגער וועט גיבן די אפציעלע דעמאקראטישע ענפער צו די טראמפ סטעיט אוו די יוניאן דעם קומענדיגן דינסטאג.
גלייכצייטיג הערט מען אז פולע דעמאקראטן וועלן בשעת מעשה פראטעסטירן אינדרויסן פונעם קאפיטאל געביידע, און דזשעפריס בעט זיך ביי זיי נישט צו צעשטערן די פרעזידענט'ס רעדע
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 10:16 pm
דורך הדסים
ספעשל טענקס פאר'ן מאכן א באזונדערע טעמע, כ'בין זיכער האסט עס געטון לכבודי..
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 10:30 pm
דורך חלום חלמתי
צוויי פראטעסטן זענען שוין געסקעדזשלט פאר בשעת די דרשה.
'סטעיט אוו די פיפל' בהשתתפות א רייע סענעטארן און קאנגרעסלייט פון עטליכע שטאטן. און 'סטעיט אוו די פיפל' אנגעפירט דורך קאנגרעסלייט עריק
סוואלוואל און דען גאלדמאן פון בארא פארק.
פרוי קארטעז האט אויך געזאגט אז זי קומט מסתמא נישט, אבער נישט געזאגט ווי זי גייט יא
א ס"ה פון 21 קאנגרעסלייט און סענאטארן האבן שוין געזאגט פאר זיכער אז זיי קומען נישט.
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 20, 2026 10:26 am
דורך חלום חלמתי
לאור די
פרישע אנטוויקלונגען מיט די סופרים קארט פסק איבער די טראמפ טאריפ'ס. קען מען ערווארטן אביסל דראמא ביים סטעיט אוו די יוניאן רעדע פארנט פון די סופרים קארט ריכטער
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: זונטאג פעברואר 22, 2026 12:45 am
דורך חלום חלמתי
פעטערמאן זאגט אויף פאקס אז ער וועט זיך באטייליגן ביי די סטעיט אוו די יוניאן, און ער האפט אז די אנדערע דעמאקראטן וואס וועלן זיך באטייליגן זאלן נישט איבערטון די זעלבע נארישקייטן פון פאריאר און אריינשרייען. וויבאלד מען דארף רעספעקטירן די פרעזידענט אמט נישט קיין חילוק ווער די פרעזידענט איז און צי די גלייכסט אים אדער נישט.
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 23, 2026 1:14 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ זאגט יעצט אז זיין רעדע מארגן וועט זיין לאנג, ווייל ער האט אסאך צו זאגן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:42 am
דורך חלום חלמתי
קוועלער אין ווייסן הויז וואס האבן שוין דורכגעליינט די רעדע זאגן אז טראמפ וועט זיך באציען צו די 250'טע געבורטסטאג פון אמעריקע. און רעדן וויזוי אמעריקע איז ווידער די שטערקסטע מעכטיגסטע לאנד
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 12:26 pm
דורך חלום חלמתי
איינס פון טראמפס ספעציעלע געסט ביים מעמד איז עריקע קורק, אלמנת טשארלי קורק
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 5:33 pm
דורך חלום חלמתי
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 24, 2026 4:41 pm
ניק שירלי מיט דער אלטער וואס האט אים געהאלפן אויפדעקן פראוד און מינאסאוטע, איז געווארן איינגעלאדענט צו דער היינט נאכטיגע סטעיט אף די יוניון אדרעסס.
דורך?
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 5:49 pm
דורך וויענער חסיד
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 24, 2026 5:33 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 24, 2026 4:41 pm
ניק שירלי מיט דער אלטער וואס האט אים געהאלפן אויפדעקן פראוד און מינאסאוטע, איז געווארן איינגעלאדענט צו דער היינט נאכטיגע סטעיט אף די יוניון אדרעסס.
דורך?
א קאנגרעסמאן פון מיניסאוטע
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 8:00 pm
דורך חלום חלמתי
די ווייסע הויז לאכט אפ פון א פראטעסט שילד פון א דעמאקראטישע ''ריכטיגע סטעיט אוו די יוניאן'' פראטעסט
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 9:21 pm
דורך הדסים
פעטערמאן איז געקומען מיט א סוט ואידך פירושא זיל גמור
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 9:23 pm
דורך שינאווער
על גרין איז שוין אינדרויסן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 9:54 pm
דורך הדסים
ער האט שוין גערעדט פון טראמפ אר עקס, טאריפס, אייער/פלייש/רענט פרייזן, ספארט געווינס, נאו טעקס אן טיפס/אווערטיים/סאושעל סעקיוריטי, ועוד
the state of our union is strong
שטייצעך שטערקסטע אין דע היסטערי אוו וכו'
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:03 pm
דורך בודקע
דער בחור רעדט פיין, כ'מוז אים עס געבן.
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:31 pm
דורך פליט
טראמפ איז שטארק
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:32 pm
דורך פליט
רעדט יעצט איבער די האסטעזש דיעל, אלע האסטעזשעס זענען אינדערהיים.
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:33 pm
דורך פליט
רוסלאנד און אוקריינע.
וואלט קיינמאל נישט געשען ווען איך וואלט געווען פרעזידענט

Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:34 pm
דורך פליט
איראן.
אמעריקע האט קיינמאל נישט געלאזט איראן האבן נוקלער וואפן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:34 pm
דורך פליט
32 טויזנט טויטע ביי די פראטעסטן אין איראן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:35 pm
דורך פליט
אונז האבן אפגעשטעלט אסאך טויטע אין איראן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:36 pm
דורך פליט
זיי ווילן מאכן א דיעל, אבער אונז האבן נאכנישט געהערט פון זיי די ווערטער אז זיי וועלן קיינמאל נישט האָבן קיין נוקלעארע וואפן
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:36 pm
דורך פליט
אונז האבן די שטערקסטע מיליטער אויפן וועלט, איך האב עס געהאלפן אויפבויען אין מיין פאריגע טערמין
Re: טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - פעברואר 2026.
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:37 pm
דורך פליט
מער זשאבס ווי קיינמאל ביפאר