בלאט 1 פון 1

גיוס בני ישיבות אין אמעריקע. האט איר געוויסט?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:11 am
דורך דריידל
ווי א טאג גייט דורך ווערן בארייכערט די ידיעות, בין איך היינט געוואר געווארן אז אין די גאלדענע אמעריקא עי קעי עי די מלכות של חסד, דארף יעדע מאנס פערזאן העכער אכצן זיך רעגיסטרירן מיט סעלעקטיוו סערוויסעס, אַז טאמאר ס'פעלט אויס זאל מען וויסן וועם צו ריפן צו פארטיידיגן דאס לאנד.

ביז דרייסיג טעג נאכן 18'טע געבורטסטאג דארף מען זיין רעגיסטרירט. טאמער האט מען פארפאסט זיך צו רעגיסטרירן אין צייט קען מען זיך נאך רעגיסטרירן ביז 26 יאר אלט און דערנאך איז פארפאלן. זיך נישט רעגיסטרירן איז א פעלאני און די קאנסעקווענצן זענען אז מ'קען נישט געניסן פון פארשידענע פראגראמען ווי סטודענט לאונס און גרענטס, רעגירונג זשאבס און נאך.

Re: גיוס בני ישיבות אין אמעריקע. האט איר געוויסט?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:57 pm
דורך גד'ל
עפעס געדענק איך האבן אמאל געהערט אז ביי די וויעטנאם מלחמה האט מען געדרעפט אבער נישט סטודענטן (נאר אויב וועט נישט זיין גענוג האט מען געזאגט וועט מען אויך נעמען סטודענטן)
און בחורים וואס האבן געארבעט האבן זיך איינגעגעבן אין ישיבות כדאי נישט צו ווערן גערופן

Re: גיוס בני ישיבות אין אמעריקע. האט איר געוויסט?

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:32 pm
דורך דריידל
גד'ל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:57 pm עפעס געדענק איך האבן אמאל געהערט אז ביי די וויעטנאם מלחמה האט מען געדרעפט אבער נישט סטודענטן (נאר אויב וועט נישט זיין גענוג האט מען געזאגט וועט מען אויך נעמען סטודענטן)
און בחורים וואס האבן געארבעט האבן זיך איינגעגעבן אין ישיבות כדאי נישט צו ווערן גערופן
היינט דארף מען פונקט אזוי, נאר דעמאלטס איז עס געקומען למעשה אז מ'האט אנגעהויבן אויפצוריפן רעזערווס.

Re: גיוס בני ישיבות אין אמעריקע. האט איר געוויסט?

געפאוסט: זונטאג פעברואר 15, 2026 1:21 am
דורך Think and Thank
גד'ל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:57 pm עפעס געדענק איך האבן אמאל געהערט אז ביי די וויעטנאם מלחמה האט מען געדרעפט אבער נישט סטודענטן (נאר אויב וועט נישט זיין גענוג האט מען געזאגט וועט מען אויך נעמען סטודענטן)
און בחורים וואס האבן געארבעט האבן זיך איינגעגעבן אין ישיבות כדאי נישט צו ווערן גערופן

נישט 'ביי' די וויעטנאם מלחמה, נאר 'ביז' (נאך) די וויעטנאם מלחמה. פון 1940 ביז 1973 איז געווען אן אקטיווער דרעפט אין אמעריקע און יעדער העכער אכצן האט זיך געדארפט רעגיסטרירן און אסאך זענען טאקע געווארן אריינגענומען אין מיליטער. (עס איז עטליכע מאל געווען א דרעפט פאר 1940, אבער דעמאלס איז עס נארגעווען פאר א שטיק צייט בשעת א מלחמה.)
אין 1973 האט מען עס מבטל געווען, אבער עטליכע יאר שפעטער האט מען צוריקגעשטעלט די סיסטעם זיך צו רעגיסטרירן מיט סעלעקטיוו סערוויסעס כדי אז אין פאל פון א מלחמה וכדומה זאל די רעגירונג שוין האבן יעדעמ'ס אינפארמאציע.

אגב, אין דעצעמבער 2026 וועט די סיסטעם אריבערגיין צו אויטאמאטישערעגיסטראציע וואו די סעלעקטיוו סערוויסעס סיסטעם וועט אויטאמאטיש רעגיסטרירן מענטשן לויט פעדעראלע דאטאבעיסעס, און אזוי ארום עלימינירן די געברויך זיך צו רעגיסטרירן.