בלאט 1 פון 3

אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:12 pm
דורך חלום חלמתי
פאקטן וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט, אדער פארגעסן.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:15 pm
דורך חלום חלמתי
וואסער מעלאן איז סיי א פרוכט און סיי א וועדזשטעביל, און באשטייט פון %90 וואסער.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm
דורך חלום חלמתי
א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:18 pm
דורך חלום חלמתי
אוואקאדא איז א פרוכט, און די ברכה איז העץ.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:19 pm
דורך חלום חלמתי
א 'פייג' איז בעצם א בלום... בכלל נישט פון די פרוכט משפחה.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm
דורך חלום חלמתי
באנאנעס וואקסט אויף א בוים, אבער די ברכה איז האדמה.

און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:34 pm
דורך שמואל פוקס
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.
אזוי ווערט געברענגט אין חז"ל, אז ס'האט 613 קערעלעך. די שאלה איז ווי אזוי מען רעכנט עס. ווייל נישט יעדע מילגרוים איז די זעלבע. א קליינע מילגרוים האט ארום 4-500. א מיטעלע מילגרוים פארמאגט צווישן 600 און 900. א גרויסע מילגרוים קען פארמאגן פיל מער פון טויזנט. די שאלה איז ווי אזוי רעכנט מען די מילגרוימען. עס קען זיין אז חז"ל מיינען צו זאגן, אז א מילגרוים פון 613 קערלעך איז פערפעקט פאר א מילגרוים, נישט צו רוי און נישט צו פיל געוואקסן.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז עס איז פארהאן פילע סארט מילגרוימען. איך האב אמאל געהערט אז עס איז פארהאן איבער 500 סארט מילגרוימען (יא, איר האט גוט געליינט!), און עס ווענדט זיך אויך פון איין סארט מילגרוים און אן אנדערער. עס קען אויך זיין, אז חז"ל ווילן ארויסברענגען, אז די סארט מילגרוים וואס פארמאגט אין עוורידזש 613 קערלעך, דאס איז דער ארגענעלער מילגרוים פון וואס דער פסוק רעדט.

עס קען אויך זיין, אז דא קומט אריין דער כלל פון "נשתנו הטבעים", און די היינטיגע מילגרוימען זענען נישט די אמאליגע ארגענעלע מילגרוימען.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:59 pm
דורך חלום חלמתי
די פאפולערסטע פרוכט אין אמעריקע איז טאמאטע'ס.

יא, טאמאטע איז א פרוכט.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:01 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm
און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.
...און סטראבערי'ס זענען בכלל נישט קיין בערי'ס...

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:05 pm
דורך חלום חלמתי
עסן מייערן קען פארבעסערן די ראי'. מייערן איז געבענטשט מיט וויטאמין A וואס פארבעסערט די אויגן.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט די ענגלישע מיליטער ערפונדן די ראדאר סיסטעם וואס האט זיי געגעבן די אויבערהאנט אין די הימלען, ווילנדיג פארווישן זייער סוקסעס האבן זיי פארקויפט אז זייערע פילאטן עסן אסאך מייערן וואס מאכט זיי זעהן בעסער אין די טונקל.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:07 pm
דורך חלום חלמתי
ווען איר קויפט אן עפל, איז מעגליך אז די פרוכט איז שוין א יאר אלט...

עפל איז פון די איינציגסטע פרוכט וואס - אויב ס'איז אוועקגעלייגט מיט די ריכטיגע טעכניק - קען זיך עס האלטן פאר לאנגע מאנאטן נאכן אראפקומען פון בוים.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:53 pm
דורך שמח
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:59 pm די פאפולערסטע פרוכט אין אמעריקע איז טאמאטע'ס.

יא, טאמאטע איז א פרוכט.
ס'איז מיר א גרויסע חידוש וואס דו שרייבסט אז דאס איז א פרוכט.

וואס איז די ''גדר'' וואס ס'איז אין כלל פון פרוכט? די ברכה איז דאך זיכער האדמה.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 6:57 pm
דורך חלום חלמתי
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:53 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:59 pm די פאפולערסטע פרוכט אין אמעריקע איז טאמאטע'ס.

יא, טאמאטע איז א פרוכט.
ס'איז מיר א גרויסע חידוש וואס דו שרייבסט אז דאס איז א פרוכט.

וואס איז די ''גדר'' וואס ס'איז אין כלל פון פרוכט? די ברכה איז דאך זיכער האדמה.
האדמה איז וויבאלד ס'וואקסט אויף די ערד און די בוים דערפון שטארבט יעדע יאר.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:04 pm
דורך חלום חלמתי
א פיינעפל וואקסט ארויס פון די ערד ארום אזא הארטע כמו בעמבו צווייג.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:06 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm באנאנעס וואקסט אויף א בוים, אבער די ברכה איז האדמה.

בילד פון א באנענע בוים.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:27 pm
דורך הדסים
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 5:53 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:59 pm די פאפולערסטע פרוכט אין אמעריקע איז טאמאטע'ס.

יא, טאמאטע איז א פרוכט.
ס'איז מיר א גרויסע חידוש וואס דו שרייבסט אז דאס איז א פרוכט.

וואס איז די ''גדר'' וואס ס'איז אין כלל פון פרוכט? די ברכה איז דאך זיכער האדמה.
א פרוכט איז עפעס וואס וואקסט ארויס פון א בלום מיט קערלעך דערינען.

אבער ס'איז נישט נוגע למעשה ווייל דער סופרים קאורט האט שוין איינשטימיג געאורטיילט אז טאמאטעס זענען יא וועדזשטעבלס...

דאס איז געווען ווען פרעזידענט ארטור האט געלייגט טעריפס אויף אלע אימפארטירטע גרינצייג און עמיצער א טאמאטע הענדלער האט גע'טענה'ט אז זיינע סחורה זענען פרוכט, דאס געריכט האט למעשה אנגענומען די טענה פונ'ם שטייער מאנער אז אין געשעפטליכע טערמינען ווערט עס יא באטראכט אלס א גרינצייג.


אגב, אוגערקעס (וואס וו"ב רופט 'פיקלס'), און פעפערס (וואס וו"ב רופט 'פאפריקע') זענען אויך טעכניש פרוכט.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:22 pm
דורך שמואל פוקס
מאלפעס עסן באנאנעס פון די פארקערטע זייט, דהיינו פארקערט פון ווי אזוי אונז מענטשן עסן. עס איז יתכן אז זייער וועג איז מער פראקטישער. דהיינו, ווען מען עפנט די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, שיילט זיך מיט די ווייסע ליניעס, וואס קומען אויף די זייטן פון די באנאנע, וואס מענטשן פראבירן אלעמאל אראפצונעמען. עס קען אמאל זיין פראקטישער, בשעת פון די אנדערע זייט בלייבט א פלאץ, וואו מען קען אנכאפן די באנאנע, פון דארט וואו מיר זענען צוגעוואוינט אפצושיילן די פרוכט. די אופן ווי אזוי מען טוט עס, מען כאפט אן די באנאנע אויף די פארקערטע זייט, מען גיבט א קוועטש אריין, אזוי אז די פרוכט באקומט א קראך און עס עפנט זיך, פון דארט קען מען שיילן ווייטער די פרוכט.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:43 pm
דורך דעת קדשי
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:34 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז עס איז פארהאן פילע סארט מילגרוימען. איך האב אמאל געהערט אז עס איז פארהאן איבער 500 סארט מילגרוימען (יא, איר האט גוט געליינט!), און עס ווענדט זיך אויך פון איין סארט מילגרוים און אן אנדערער. עס קען אויך זיין, אז חז"ל ווילן ארויסברענגען, אז די סארט מילגרוים וואס פארמאגט אין עוורידזש 613 קערלעך, דאס איז דער ארגענעלער מילגרוים פון וואס דער פסוק רעדט.
קענט איר ברענגען בילדער פון די אנדערע סארט מילגרוימען?

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 3:18 am
דורך הדסים
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:43 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:34 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז עס איז פארהאן פילע סארט מילגרוימען. איך האב אמאל געהערט אז עס איז פארהאן איבער 500 סארט מילגרוימען (יא, איר האט גוט געליינט!), און עס ווענדט זיך אויך פון איין סארט מילגרוים און אן אנדערער. עס קען אויך זיין, אז חז"ל ווילן ארויסברענגען, אז די סארט מילגרוים וואס פארמאגט אין עוורידזש 613 קערלעך, דאס איז דער ארגענעלער מילגרוים פון וואס דער פסוק רעדט.
קענט איר ברענגען בילדער פון די אנדערע סארט מילגרוימען?
שווארצע מילגרוימען (פון וויקי)
Black_Pomegranate.jpg
Black_Pomegranate.jpg (36.54 KiB) געזען געווארן 517 מאל

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:45 am
דורך וואלף
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:34 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.
אזוי ווערט געברענגט אין חז"ל, אז ס'האט 613 קערעלעך. די שאלה איז ווי אזוי מען רעכנט עס. ווייל נישט יעדע מילגרוים איז די זעלבע. א קליינע מילגרוים האט ארום 4-500. א מיטעלע מילגרוים פארמאגט צווישן 600 און 900. א גרויסע מילגרוים קען פארמאגן פיל מער פון טויזנט. די שאלה איז ווי אזוי רעכנט מען די מילגרוימען. עס קען זיין אז חז"ל מיינען צו זאגן, אז א מילגרוים פון 613 קערלעך איז פערפעקט פאר א מילגרוים, נישט צו רוי און נישט צו פיל געוואקסן.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז עס איז פארהאן פילע סארט מילגרוימען. איך האב אמאל געהערט אז עס איז פארהאן איבער 500 סארט מילגרוימען (יא, איר האט גוט געליינט!), און עס ווענדט זיך אויך פון איין סארט מילגרוים און אן אנדערער. עס קען אויך זיין, אז חז"ל ווילן ארויסברענגען, אז די סארט מילגרוים וואס פארמאגט אין עוורידזש 613 קערלעך, דאס איז דער ארגענעלער מילגרוים פון וואס דער פסוק רעדט.

עס קען אויך זיין, אז דא קומט אריין דער כלל פון "נשתנו הטבעים", און די היינטיגע מילגרוימען זענען נישט די אמאליגע ארגענעלע מילגרוימען.
וואו שטייט אין חז"ל אז ס'האט 613 קערלעך? מלאים מצות כרמון מיינט עפעס די מספר?

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:48 am
דורך רב הכולל
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:34 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:16 pm א היינטיגע מילגרוים אינהאלט ארום 600 קערעלעך לויט די שאצונגען.
אזוי ווערט געברענגט אין חז"ל, אז ס'האט 613 קערעלעך. די שאלה איז ווי אזוי מען רעכנט עס. ווייל נישט יעדע מילגרוים איז די זעלבע. א קליינע מילגרוים האט ארום 4-500. א מיטעלע מילגרוים פארמאגט צווישן 600 און 900. א גרויסע מילגרוים קען פארמאגן פיל מער פון טויזנט. די שאלה איז ווי אזוי רעכנט מען די מילגרוימען. עס קען זיין אז חז"ל מיינען צו זאגן, אז א מילגרוים פון 613 קערלעך איז פערפעקט פאר א מילגרוים, נישט צו רוי און נישט צו פיל געוואקסן.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז עס איז פארהאן פילע סארט מילגרוימען. איך האב אמאל געהערט אז עס איז פארהאן איבער 500 סארט מילגרוימען (יא, איר האט גוט געליינט!), און עס ווענדט זיך אויך פון איין סארט מילגרוים און אן אנדערער. עס קען אויך זיין, אז חז"ל ווילן ארויסברענגען, אז די סארט מילגרוים וואס פארמאגט אין עוורידזש 613 קערלעך, דאס איז דער ארגענעלער מילגרוים פון וואס דער פסוק רעדט.

עס קען אויך זיין, אז דא קומט אריין דער כלל פון "נשתנו הטבעים", און די היינטיגע מילגרוימען זענען נישט די אמאליגע ארגענעלע מילגרוימען.
אפשר ווייל מיר האבן/קענן נישט מקיים זיין אלע תריג מצוות, זענן די מילגרוימען אויך נישט 613

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:50 am
דורך רב הכולל
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:23 pm באנאנעס וואקסט אויף א בוים, אבער די ברכה איז האדמה.

און ס'איז פון די בערי פאמיליע, א קרוב מיט בלובערי.
פארוואס איז די ברכה האדמה?

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:52 am
דורך חלום חלמתי
מען דארף לעזן 2.5 פונט פון טרויבן צו פראדוצירן א פלעשל וויין.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:53 am
דורך חלום חלמתי
די שאלאכטס פון א מאראנץ האט מער פייבער אוו ווייטעמין c פון די פרוכט זעלבסט, און איז פול געזונטער.

Re: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:55 am
דורך חלום חלמתי
נאוועמבער 14 איז די נאציאנאלע אוגערקע טאג, פרייד'ס ענק אלע טאנצט און קוועלט.