בלאט 1 פון 1

וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 06, 2026 3:35 pm
דורך יושע זאב
וועלכע האלט איר איז בעסער שענער רייכער צי וויאזוי איר ווילט עס רופן. דעם בלאט'ס אוצר אדער דער איד'ס תורה אפטיילונג?

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 9:25 pm
דורך יושע זאב
גוטע וואך, דעי רעזולטאטן זענען זיכער נישט פיינעל.

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 11:01 pm
דורך שמח
יושע זאב האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 07, 2026 9:25 pm גוטע וואך, דעי רעזולטאטן זענען זיכער נישט פיינעל.
וואס זאגט דיין ידיד דיין חבר ר'@שלמה?


ערענסט גערעדט: די קענסט אויפהערן טריצן?

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 4:57 pm
דורך נאסע שמאטעס
יושע זאב האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2026 3:35 pm וועלכע האלט איר איז בעסער שענער רייכער צי וויאזוי איר ווילט עס רופן. דעם בלאט'ס אוצר אדער דער איד'ס תורה אפטיילונג?
די שאלה ווענדט זיך וועלכע קהלה דו פרעגסט. ווייל יענעמס גראז איז אייביג גרינער...

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:45 pm
דורך צדיק נסתר
כ'האב הנאה אז דו האסט ארויף געברענגט די שאלה ווייל פונקט די וואך האב איך דורכגעקוקט ביידע צייטונגען און מיין רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד:

די גאנצע צייטונג קען מען דעבעיטן

מאגאזין חלק איז דער איד היבש שטערקער

אבער די תורה/אוצר אפטיילונג איז ניטאמאל קיין פארגלייך
דער בלאט איז סאך סאך שטערקער

נאר בכמות: דער איד בערך 45 זייטן
דער בלאט בערך 62 זייטן

און די זעלבע מיט דער איכות, איך מיין ווער עס וועט אויפהייבן ביידע אויפאמאל וועט תיכף מודה זיין צו מיין אפשאצונג

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:53 pm
דורך יושע זאב
אבער אין הקב''ה מונה הדפים... מער איז נישט אלעמאל בעסער. נישט אזוי?

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:00 pm
דורך שמח
יושע זאב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:53 pm אבער אין הקב''ה מונה הדפים... מער איז נישט אלעמאל בעסער. נישט אזוי?
צום ערשט: וואו קומט אריין דא וואס הקב''ה מונה? ''דער איד'' געט ארויס אז הקב''ה זאל הנאה האבן דערפון?

צווייטענס: ''נישט אלעמאל'' מיינט נישט ''אלעמאל נישט'', ודוק וטישטעך.

(איך זאג נישט קיין מיינונג ווער ס'איז ''בעסער'', כ'ברענג נאר נאכאמאל ארויס דאס אז דו וועסט one way or the other אויפקומען מיט מורא'דיג המצאות פארוואס דער בלאט טויג באמת בכלל נישט. איי מאָסט סעי, ס'איז א מומחיות, דו טויגסט)

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:12 pm
דורך יושע זאב
איך האב אויך נישט געזאגט א מיינונג וועלכע איז בעסער, אפילו איך האב א מיינונג. קען זיין ס'איז א draw. אבער די לויט די רעזולטס דא מוז מען איינזעצן אז כמות איז נישט אזוי וויכטיג ווי קוואליטעט. אפשר

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:16 pm
דורך יושע זאב
נאכאמאל די איד'ס תורה אפטיילונג איז פקיעה שמי יעדער ווייסט נישט פון היינט אז ס'איז עפעס נעקסט לעוועל. אפשר דארף אוצר יעצט מער צייט ס'זאל אנקומען דארט נאכ'ן זיך איבערמאכן, זאכן נעמען צייט. ס'קען אויך זיין אז ס'וועט קיינמאל נישט אנקומען דארט, כ'ווייס נישט.
א אנקעטע צווישן בלאט און איד בכלליות גלייב איך וועט נישט די איד געווינען. מילא דעי רעזולטס דא זאגט עפעס

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 10:53 pm
דורך צדיק נסתר
יושע זאב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 9:16 pm נאכאמאל די איד'ס תורה אפטיילונג איז פקיעה שמי יעדער ווייסט נישט פון היינט אז ס'איז עפעס נעקסט לעוועל. אפשר דארף אוצר יעצט מער צייט ס'זאל אנקומען דארט נאכ'ן זיך איבערמאכן, זאכן נעמען צייט. ס'קען אויך זיין אז ס'וועט קיינמאל נישט אנקומען דארט, כ'ווייס נישט.
א אנקעטע צווישן בלאט און איד בכלליות גלייב איך וועט נישט די איד געווינען. מילא דעי רעזולטס דא זאגט עפעס
כ'מיין.. ווען האט זיך דער בלאט ריברענדעד ס"ה בערך 4 חדשים צוריק, נישט יעדער איז שוין אנגעקומען עס צו אנאלזירן

איך זאג נאכאמאל מיט א שטארקייט אז עס איז ניטאמאל א פארגלייך די 2 תורה אפטיילונגען

דער אוצר פון בלאט איז אן קיין ספק סאך סאך שטערקער

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:04 pm
דורך צדיק נסתר
יושע זאב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2026 8:53 pm אבער אין הקב''ה מונה הדפים... מער איז נישט אלעמאל בעסער. נישט אזוי?
איך האב פריער געשריבן אז דער בלאט האט די וואך געהאט בערך 62 זייטן,
אבער נאכן איבער קוקן זעה איך אז עס האט 64 זייטן

ד"ה בערך 20 זייטן מער ווי דער איד


און לגבי די איכות זאג איך נאכאמאל נעם ביידע אין די האנט וועסטו אליינס זיך איבערצייגן

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: זונטאג פעברואר 08, 2026 11:22 pm
דורך יושע זאב
איך האב ביידע. איך האלט אז אזא ארטיקל פון ב. י. קליין לייגט אוועק א האלבע אוצר. כאפסט וואס כ'מיין? זקניך לייגט אוועק א פערטל אוצר, ואידך זיל גמור.. כ'מיין דער איד'ס תורה חלק איז מער א אייגנארטיגע יצירה.

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:28 am
דורך לך לך
אבי דער עולם זאגט אז עס איז נאר דא אויפן סייט חסידי מהר"א...

Re: וועלכע תורה מאגאזין איז שענער (דער בלאט - דער איד)

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:32 am
דורך איד
לך לך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:28 am אבי דער עולם זאגט אז עס איז נאר דא אויפן סייט חסידי מהר"א...
זעהט אויס אז צו דעם זענען זיי אויך מודה..