בלאט 1 פון 1

ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:25 pm
דורך בני יואל
ברוכים הנמצאים

פאריגע וואך איז געווען א מיסטריעזע עד אין די אויסגאבעס וואס קוקט אויס צו זיין א עד/קאמפיין פאר?????

Re: ווער האט געטראפען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:53 pm
דורך מנחם קארפינקל
איבער וואס איז די רעדע?

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:29 pm
דורך בני יואל
כטראכט אפשר קומט הבדלה ארויס מיט עפעס? א בחינה ווי א גרוס פון יענע וועלט?!

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:50 pm
דורך נקודות טובות
בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:29 pm כטראכט אפשר קומט הבדלה ארויס מיט עפעס? א בחינה ווי א גרוס פון יענע וועלט?!
א פאני פראגע האב איך פאר דיר. איך וויל עכט פארשטיין.

פאר צוויי חדשים צוריק איז געווען א מיטינג צווישן **** און **** גרופ, ווי אזוי מען קען מארקעטן די היי יאריגע ערשטמאליגע, איבע'רעש'ענדע, פרעצעדענטלאזע, מעכטיגע, גראנדיעזע, היסטארישע, אלעמען באקאנטע סעיל וואס קומט פאר נישט מער ווי פיר מאל א יאר.... די גרעסטע קארפן קעפ זענען געזיצן זיך געריבן די מוחות און געווישט די שווייס צו אויפקומען מיט עפעס א געדאנק וואס זאל ארויפברענגען די מארקעטינג צו א שטאפעל העכער ווי יעדע סארט מארקעטינג איידיע ביז היינט. אז יעדער איינער מנער ועד זקן, טף ונשים זאלן וויסן אז די סעיל לוינט זיך טאקע נישט צו פארפאסן, און חוץ מזה זאל די מעסעדזש זיין אז בלא בלא בלא.....

און דו בני יואל'ער זיצט און קראצט זיך די קאפ צו וויסן פון וואס מען רעדט? דו כאפסט אז איינער שפילט דא מיט דיר? איך האב נישט קיין טענות אויף די מארקעטערס, דאס איז די היינטיגע מארקעטינג. אבער איך וויל פארשטיין פארוואס איינער זאל בכלל צולייגן א מה שהו מחשבה צו א זאך וואס ער ווייסט בידיעה ברורה אז איינער שפילט מיט אים. און נאכדערצו אז ביז א וואך גייסטו ממילא וויסן, און דעמאלטס וועסטו זעהן אז עס איז בסך הכל נאכמאל עפעס א מיללער שטריימעל סעיל וכדו' ...

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:52 pm
דורך דער תהלים איד
@נקודות טובות, אז @בני יואל האט געעפנט א עקסטערע טעמע דערפאר, קענסטעך אליינס משער זיין אז ער ווייסט טאקע יא... אדער אז איינער וואס ווייסט האט אים געבעטן צו העלפן ציען די נייגער.

אויבנאויף קוקט עס אויס ווי אן אדווערטייזמענט פאר די "תפילין טרעקער", אדער אז מפואר גייט דאס געבן אומזינסט ביי א סעיל, וכדו'.

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 5:35 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:52 pm @נקודות טובות, אז @בני יואל האט געעפנט א עקסטערע טעמע דערפאר, קענסטעך אליינס משער זיין אז ער ווייסט טאקע יא... אדער אז איינער וואס ווייסט האט אים געבעטן צו העלפן ציען די נייגער.

אויבנאויף קוקט עס אויס ווי אן אדווערטייזמענט פאר די "תפילין טרעקער", אדער אז מפואר גייט דאס געבן אומזינסט ביי א סעיל, וכדו'.
נישט מפואר, כ'מיין ''בעסט'' האט שוין אמאל אדווערטייזט אזא זאך.

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 6:53 pm
דורך פעיק ניוז
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:50 pm
בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:29 pm כטראכט אפשר קומט הבדלה ארויס מיט עפעס? א בחינה ווי א גרוס פון יענע וועלט?!
א פאני פראגע האב איך פאר דיר. איך וויל עכט פארשטיין.

פאר צוויי חדשים צוריק איז געווען א מיטינג צווישן **** און **** גרופ, ווי אזוי מען קען מארקעטן די היי יאריגע ערשטמאליגע, איבע'רעש'ענדע, פרעצעדענטלאזע, מעכטיגע, גראנדיעזע, היסטארישע, אלעמען באקאנטע סעיל וואס קומט פאר נישט מער ווי פיר מאל א יאר.... די גרעסטע קארפן קעפ זענען געזיצן זיך געריבן די מוחות און געווישט די שווייס צו אויפקומען מיט עפעס א געדאנק וואס זאל ארויפברענגען די מארקעטינג צו א שטאפעל העכער ווי יעדע סארט מארקעטינג איידיע ביז היינט. אז יעדער איינער מנער ועד זקן, טף ונשים זאלן וויסן אז די סעיל לוינט זיך טאקע נישט צו פארפאסן, און חוץ מזה זאל די מעסעדזש זיין אז בלא בלא בלא.....

און דו בני יואל'ער זיצט און קראצט זיך די קאפ צו וויסן פון וואס מען רעדט? דו כאפסט אז איינער שפילט דא מיט דיר? איך האב נישט קיין טענות אויף די מארקעטערס, דאס איז די היינטיגע מארקעטינג. אבער איך וויל פארשטיין פארוואס איינער זאל בכלל צולייגן א מה שהו מחשבה צו א זאך וואס ער ווייסט בידיעה ברורה אז איינער שפילט מיט אים. און נאכדערצו אז ביז א וואך גייסטו ממילא וויסן, און דעמאלטס וועסטו זעהן אז עס איז בסך הכל נאכמאל עפעס א מיללער שטריימעל סעיל וכדו' ...
פאקטיש האט @בני יואל געשפילט מיט דיר, און דו ביסט געפאלן דערפאר...

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:57 pm
דורך בני יואל
@דער תהלים איד פארוואס האסטו געמעקט מיין תגובה?

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:00 pm
דורך דער תהלים איד
בני יואל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:57 pm @דער תהלים איד פארוואס האסטו געמעקט מיין תגובה?
דו ווייסט? דו טראכסט? איך מעק?

@בני יואל פארוואס האסטו געמעקט מיינס?

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 1:01 pm
דורך הכל ריוח
בני יואל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:57 pm @דער תהלים איד פארוואס האסטו געמעקט מיין תגובה?
איך האב עס געמעקט.
גראדע האט די הנהלה שפעטער מיר געזאגט אז כ'קען עס צוריקלייגן אבער כ'האב פארגעסן.

און אויב דו האסט געמיינט אז די וועג איז דורך שרייבן אזא סארט פאוסט, זאלסטו וויסן אז דאס איז דאס לעצטע מאל.

Re: ווער האט פארלוירען די תפילין??

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:32 am
דורך חלום חלמתי
IMG_20260204_103142_941.jpg
IMG_20260204_103142_941.jpg (193.61 KiB) געזען געווארן 139 מאל