בלאט 1 פון 3
אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:28 pm
דורך חלום חלמתי
פאר חובבי היסטאריע, פאליטישע ליבהאבער, און די וואס האבן הנאה פון א גוטע קרישקעלע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:29 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע פרעזידענט ביל קלינטאן האט גערעדט ביי יעדע דעמאקראטישע קאנווענשן זינט 1976.
יעדע פיר יאר באקומט ער א מייק..
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:31 pm
דורך חלום חלמתי
אין 1911 איז די ניאגארא וואסערפאלן אינגאנצן פארפרוירן געווארן, און די מאסן האבן פארוואנדלט דעם אונטערשטן טייך אין א שפאציר גארטן.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:33 pm
דורך חלום חלמתי
שיקאגא געזען פון ספעיס אין 2011 און 2024.
בעפאר LED לעקטער און דערנאך.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:34 pm
דורך חלום חלמתי
ביל קלינטאן די לעצטע נאכט אין אפיס - יאנואר 19 2001.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:37 pm
דורך חלום חלמתי
בעניטא מוסאליני - שפעטערדיגע דיקטאטור פון איטאליע - ווערט ארעסטירט אין 1915 נאכן אנהעצן די מאסן ביי א ראלי ווי ער האט גערופן זיך אנצושליסן אינעם ערשטן וועלט מלחמה.
די מאמענט האט געמאכט זיין פארטיי פאפולער.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:41 pm
דורך חלום חלמתי
ראנאלד רעיגען מיט פידזשאמע הויזן אויפן עיר פארס איינס פליגער אין 1984 ביים קאמפיינען פאר ווידערוויילונג.
ער איז געלאפן אויף אן ענגע סקעדזשועל און זיך ערהוילט פון א שיסעריי, און אזוי האט ער זיך באוויזן פאר זיינע ארבעטער.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 8:45 pm
דורך חלום חלמתי
דער העכסטער מאן וואס איז נאר געווארן רעקארדירט שטייט נעבן זיינע עלטערן אין געשוויסטער.
אין 1935 האט זיך מר. ראבערט וועדלאו געמאסטן ביי א הייעך פון 8 פוס און 11 אינטשעס, ער איז געשטארבן קורץ דערנאך אין עלטער פון 22 יאר.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 9:05 pm
דורך נאו לעיבל
פיינע נייעס!
סובסקרייבט.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:40 pm
דורך חלום חלמתי
די ריכטער ליינט פאר די טויט אורטייל און די ארבעטער וועט קוועטשן דעם קנעפל צו אקטיוויזירן די עלעקטריק בענקל.
אמעריקע 1928.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:42 pm
דורך חלום חלמתי
1999 - פרעזידענט קלינטאן נעבן זיין וויצע על גאור שרייבט א גרויסע זירא ביים אפצייכענען א באלאנסירטע בודזשעט מיט זירא דעפיציט.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:47 pm
דורך חלום חלמתי
פראגרעס אין אינדיע. א באן נעבן די טאדזש מאהאל פאלאץ, 1983 און 2026.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:50 pm
דורך חלום חלמתי
בילדער פון קאמוניסטישע פירער, מארקס, לענין, אין מיסט קאנע נאכן צוזאמפאל פונעם רעדזשים.
בערלין 1991
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:51 pm
דורך חלום חלמתי
קארטלאנד ניו יארק 1978. מערסט ברוטאלע שניי בליזערד אין היסטאריע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:53 pm
דורך חלום חלמתי
כינע 1930. א מאן באשולדיגט אין מארד ווערט איבערגעלאזט אין גאס אויף אויסצוגיין.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:55 pm
דורך חלום חלמתי
אריינפיר צו די IBM קאמפיוטער אנווייזונגען אין 1979.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:00 am
דורך חלום חלמתי
בילד פון - שפעטער פרעזידענט - דזשאו ביידן (אנגעצייכנט) נעבן די אויטא פון פרעזידענט טרומאן, ביי די דעמאקראטישע קאנווענשן אין 1956.
די בילד ווייזט א תקופה פון 124 יאר - האלב פון אמעריקע'ס היסטאריע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:15 am
דורך חלום חלמתי
די געשריי וואס האט אוועקגעלייגט דעם פרעזידענט קאנדידאט.
אייאווע 2004: דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט האווארד דיען איז אריינגעקומען אויפן דריטע פלאץ אין די קאקוסעס. ער האט אבער נישט געפלאנט צו קדיש זאגן אזוי שנעל. ער איז געווען א מאכטפולע קאנדידאט מיט הייסע שטיצער, און ער האט זיי געדארפט מחזק זיין.
אין א נאציאנאל נאכגעפאלגטע רעדע האט ער געהויבן זיין שטומע שרייענדיג מיט פאטאס; נישט נאר אונז זענען ממשיך קיין ניו העמפשיר, נאר אונז מארשירן ווייטער קיין סאוט קאראליינע, אקלעהאמע, אריזאנע, נארט דעקאטע, ניי מעקסיקא, און מיר וועלן מארשירן ביז וואשינגטאן די סי צו איבערנעמען דעם ווייסן הויז!!!
די פארזאמעלטע האבן הילכיג אפלאדירט, און זיי זענען געווען גרייט צו איינעמען די וועלט.
אבער אויף די טעלעוויזיע האט די פארגעשריטענע מייקראפאן מיוטעט פרעמדע געשריי, און ס'האט אויך עטוואס פארענדערט זיין שטומע, ס'האט זיך געהערט גאר מאדנע. ס'האט אויסגעזעהן ווי א אלטע זיידע שרייט אין מקוה מען זאל אים ברענגען נאך צוויי האנטוכער. און זיי האבן נישט געקענט הערן די אפלאדירונגען.
די שטיקל איז איבערגעשפילט געווארן אין פולע היימען און דער בחור האט גאר שנעל געברויכט אהיימגיין. א חודש דערויף איז שוין די קאמפיין געווען סוספענדירט.
דיען האט שפעטער געדענקט די מאמענט, ס'האט געפילט באמת פאוערפול בשעת מעשה האט ער געזאגט. אבער ווען ער האט עס איבערגעקוקט האט ער גוט פארשטאנען וואס דאס האט אנגעמאכט.
(די היסטארישע דיען קאמפיין איז געווען ברייט באשריבן אין די שטערן מאגאזין אין איינע פון די יארן, דורכן מייסטער שרייבער ר' שמעון ראלניצקי)

- Dean.jpg (138.47 KiB) געזען געווארן 587 מאל
----------
די דאזיגע פאוסט איז געלונגען אביסל לענגער ווי די ארגינעלע ציל, אויב איז דא אויפן טישל אידן וואס גלייכן דעם טעמע זאל מען ביטע לייקן. כ'שעם זיך צו בעטן פאר לייק'ס אבער איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א אינטערעסע, כ'זעה די היסטאריע פארום איז די ווייניגסט באזוכטע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:32 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:15 am
די דאזיגע פאוסט איז געלונגען אביסל לענגער ווי די ארגינעלע ציל, אויב איז דא אויפן טישל אידן וואס גלייכן דעם טעמע זאל מען ביטע לייקן. כ'שעם זיך צו בעטן פאר לייק'ס אבער איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א אינטערעסע, כ'זעה די היסטאריע פארום איז די ווייניגסט באזוכטע.
ס'איז די ווייניגסטע באזוכט ווייל ס'איז נישטא וואס צו ליינען דא.
ש'כח
@חלום חלמתי פארן עס אויפלעבן, איי עם סובסקרייבד.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 12:40 pm
דורך חלום חלמתי
1961, סאלדאט שווערצט אריבער א קינד דעם בערלינער וואנט צו די זייט פון פרייהייט, די טאג וואס די וואנט איז אויפגעשטעלט געווארן.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:02 pm
דורך חלום חלמתי
מיאמי יארע 2000 אינטער די קלינטאן אדמיניסטראציע.
פעדעראלע אגענטן זענען אנגעפאלן א היים און אוועקגענומען א זעקס יאריג קובאנער אינגל, - וואס האט זיך אויפגעהאלטן ביי זיין פעטער נאכן אנטלויפן פון קובא אויף אן אומלעגאלע שיף - און אים אהיימגעשיקט צו זיין פאטער אין קובא.
די בילד האט געווינען עטליכע פוליצער פרייז'ן, און געניצט געווארן דורך די אנטי דעפארטארציע גרופע'ס.
(דאס קינד איז שפעטער געווארן פארמישט אין די קאמוניסטישע רעגירונג אין קובא)
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:12 pm
דורך נאו לעיבל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:02 pm
מיאמי יארע 2000 אינטער די קלינטאן אדמיניסטראציע.
פעדעראלע אגענטן זענען אנגעפאלן א היים און אוועקגענומען א זעקס יאריג קובאנער אינגל, - וואס האט זיך אויפגעהאלטן ביי זיין פעטער נאכן אנטלויפן פון קובא אויף אן אומלעגאלע שיף - און אים אהיימגעשיקט צו זיין פאטער אין קובא.
די בילד האט געווינען עטליכע פוליצער פרייז'ן, און געניצט געווארן דורך די אנטי דעפארטארציע גרופע'ס.
(דאס קינד איז שפעטער געווארן פארמישט אין די קאמוניסטישע רעגירונג אין קובא)
דו ברענגסט ארויף גוטע זכרונות פון דער שטערן... פיינע צייטן געווען.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:48 pm
דורך חלום חלמתי
2009, פרעזידענט אבאמא אינעם אוועל אפיס בייגט זיך אנידער צו א קליין אינגל וואס וויל וויסן אויב די פרעזידענט'ס האר פילט די זעלבע ווי זיין...
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:51 pm
דורך חלום חלמתי
יאפאן 1945; יאפאנעזע קאמיקאזי זעלבסטמערדער, געזעגענען זיך פון זייער הינטל בעפארן ארויסגיין צו זייער לעצטע מיסיע.
Re: אלגעמיינע היסטארישע נאטיצן און קרישקעלעך.
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:55 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט אבאמא נעמט א פארמאלן בילד מיט א קינד וואס איז איינגעשלאפן אינמיטן א ווייסע הויז צערעמאניע...