בלאט 1 פון 3

"ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 6:56 pm
דורך נאסע שמאטעס
איז וויליאמסבורג די נעקסטע קאסא גראנדא?... וויכטיג מאכער מעלדט אויף אייוועלט א דורכברוך

תגובה דורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:22 am

בס"ד

הגם ס'איז נאכניש פארמירט אפעציעל, קען מען שוין מעלדן די פרייעדיגע בשורה אז עס האלט זיך אינמיטן פארמירן א וועד העיר, וואס וועט בעז"ה סטאביליזירן דירות פרייזן אין וויליאמסבורג...

אין אמת'ן אריין זענען די פרייזן פון דירות, בעיקר ביים קויפן שוין סטאביל די לעצטע שטיק צייט, בעת פאר 3 יאר צוריק איז אפעציעל געגאנגן 750-800 א סק. פ., און מ'האט שוין גערעדט פון טויזענט דאללער פער סק. פ., קען יעצט יעדער קויפן א רעדי ברענד נו דירה פאר 750-850 א סק. פ., און ווי מ'הערט זענען יעצט דא עטליכע דעוועלאפערס וואס קומען אויף מיט פרישע דירות, צו סיז ארויף אויף מוירטל, ביי האלל סט און אפילו בעדפארד דעקאלב געגענט... דאס איז אויסער די הונדערטער פרישע תושבים וואס ציען זיך אריין אויף הארט, ווערנען וכו...

אבער דאס איז בעיקר די קויפן מארקעט... די דינגן מארקעט, בעיקר חתן כלה דירות, וואס איז יא ארויף די לעצטע פאר יאר, האט זיך אויך אפגעשטעלט פאר בערך א יאר צייט, און הגם ס'איז לגמרי נישט ביליג, איז עס אבער נישט ארויף אזוי שטארק די לעצטע קורצע צייט...

אצינד האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע עסקנים, אינאיינעם מיט עטליכע גבירים וואס פארמאגן צענדליגער ביז הונדערטער דירות איטליכע, און מ'ארבייט אויף פלענער וויזוי צו סטאביליזירן די מארקעט, בעת וואס אראפגיין פרייזן גייט נישט געשעהן אזוי שנעל, ארבייט מען אויף פלענער אז סאל מער נישט אזוי שטארק שפרינגן...

די ערשטע מיטינג איז פארגעקומען אין אפיס פון איינע פון די דעוועלאפער, מיט די באטייליגונג פון א שיינע פאר היימישע לענדלארס, אזוי אויך האבן עטליכע לענדלארס וואס האבן זיך נישט געקענט פיזיש באטייליגן זיך אונטערגענומען זיך צוצושטעלן צו די פלענער בעז"ה... דארט האט מען אויסגעשמוסט דעם פראבלעם, בעת רובא דרובא פון די לענדלארס האבן ברייט אויף שבת צו מאכן, דרייען זיך הונדערטער פרישע אינגעלייט ארום אן א קאפ, זיי קענען נישט קאווערן די מינימום... סיז לגמרי איבעריג אויסצושמיעסן די חלק דא...

זעלבסטפארשטענדליך אז פון די צווייטע זייט האט מען אויסגעשמיעסט די קאסטן וואס ס'קאסט היינט צו בויען, די טעקס אישו וכד'...

למעשה איז מען אויפגעקומען מיט א סעלושן, ס'גייט אי"ה זיין איינגעטיילט אין עטליכע פאזעס... די דעטאלן וועלן אי"ה פארעפענטליך ווערן ווינאר אלע לענדלארס און דעוועלאפער וועלן זיין אן בארד בעז"ה!

ובשם ה' נעשה ונצליח

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:08 pm
דורך שמח
אויב שייך ברענג א לינק.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:13 pm
דורך פשוט און גראד
שמח האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:08 pm אויב שייך ברענג א לינק.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=80139

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:54 pm
דורך טיפע טאשן
דערמאנט מיר פון די טעמע.
viewtopic.php?p=6539#p6539

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:11 am
דורך אינטערן טיש
א געהעריגע אשכול פון 7 בלעטער פון חלומות בהקיץ,
סך הכל געוויסע דעוועלעפערס שטייען מיט דירות צו פארקויפן און ואין קונה ,האבן געלאזט אין גאנג א ווינט אז די פרייזן זענען אראפ ,
נישט דא קיין חידושים , קיין שום נייעס , סך הכל אז א האלב נארמאלע חתן כלה לאך/דירה אין וויליאמסבורג גייט ווייטער קאסטן 3000 דאלאר און ארויף , און דער עולם איז גאר זייער העפי....
און אז אין קרית יואל קען מען נאך יעצט אריינכאפן ברענד ניו הערליכע ריזיגע 4 בעדרום דירות פאר 2500 א חודש , ווי די רבי מהר"א האט געזאגט אז ווער עס האט שכל מופט ארויס און כאפט א דירה ווילאנג די פרייזן זענען נידריג,און אז ער ווייסט נישט ווילאנג עס וועט בלייבן אזוי ביליג

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 5:24 am
דורך מאונטען
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:11 am א געהעריגע אשכול פון 7 בלעטער פון חלומות בהקיץ,

און ווער עס קען נישט יעצט עפארדן אדער וויל נישט וואוינען און קרית יואל האט פשוט נישט קיין שכל? I like ty that!!l, וויזוי האט אמאל א אידענע געזאגט, אז די. האסט נישט ליב די עסן וואס איך קאך איז דאס דיין פראבלעם דאס מיינט אז די פארשטייסט נישט צו גוטע עסן

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 9:50 am
דורך שמח
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:11 am א געהעריגע אשכול פון 7 בלעטער פון חלומות בהקיץ,
סך הכל געוויסע דעוועלעפערס שטייען מיט דירות צו פארקויפן און ואין קונה ,האבן געלאזט אין גאנג א ווינט אז די פרייזן זענען אראפ ,
נישט דא קיין חידושים , קיין שום נייעס , סך הכל אז א האלב נארמאלע חתן כלה לאך/דירה אין וויליאמסבורג גייט ווייטער קאסטן 3000 דאלאר און ארויף , און דער עולם איז גאר זייער העפי....
און אז אין קרית יואל קען מען נאך יעצט אריינכאפן ברענד ניו הערליכע ריזיגע 4 בעדרום דירות פאר 2500 א חודש , ווי די רבי מהר"א האט געזאגט אז ווער עס האט שכל מופט ארויס און כאפט א דירה ווילאנג די פרייזן זענען נידריג,און אז ער ווייסט נישט ווילאנג עס וועט בלייבן אזוי ביליג
יענע אשכול איז אפשר פיל מיט חלומות, אבער @וויכי איז ווייט נישט קיין בעל דמיון, א איד מיט א אידישע הארץ וואס פראבירט כסדר העלפן מיט וואס און ווען ער קען.

און זיכער אז קרית יואל האסטו בעסערע פרייזן, נישט דאס איז די רעדע יעצט, מ'רעדט דאך פאר די תושבי וומסבג (לויט מאנכע: wsbgd ליידענדע) וואס ס'איז זיי באמת א שווערע זאך צו מאכן די ''מאָוו'' און זיך אוועקציען פון זייער באקוועמע היימשטאט.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:07 am
דורך ChatGPT
געפעלט מיר די קטנות וצמצום המוח וואס הערשט ביי טייל, הויפטזעכליך ביי געוויסע פון איין ספעציפישע קרייז.

קענסט נישט עפארדן אין וומ''ס?? מוף ארויס קיין ק''י!!
ביסט א קלויזענבורגער, פאפא'נער, וויענער, וכו'?? ווער א סאטמארער און מוף ארויס!!!

די פיש איז טייער?? עס טונא און סארדינס!

כ'מיין, וואס?? עטץ מיינטס טאקע אז וומ''ס באשטייט פון איין קהילה מיט איין סארט מענטאליטי?? ס'דא אין וומ''ס טויזענטער משפחות וואס ווייסן נישט ווי אזוי ק''י זעהט אויס.

פארוואס זאגט מען נישט מ'זאל מופן צו ווייסעכנישטווי. עפעס פונקט ק''י? וואס האבן וומ''ס'גע אידן פארלוירן אין ק''י??

(און איינער וואס האט שוין יא עפעס פארלוירן אין ק''י, אבער ער האט ליעב זיין מקום כמאמר הגמ' חן המקום על יושביה, דער "ליידט" שוין אויף עפעס א מיסטריעזע קרענק וויבאלד ער "קען" נישט מאכן דעם מאוו.... אין די גמרא ווערט דאס נישט אנגעקוקט אלס א מחלה...)

אגב, די וואס זענען פארנומען דערמיט ווייסן אויך נישט די פאקט אז אין וומ''ס האט מען געענדיגט די לעצטע 10-15 יאר מער דירות ווי אין ק''י (הגם איך האב באמת נישט קיין אנונג ווי אזוי מ'קען זיך עפארדן צו קויפן, אבער דאס איז אז נושא פאר זיך).

אויב איז דא א מאנגל אין מזוזות האט עס ווייניג מיט ק''י.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
דורך שמח
ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:07 am געפעלט מיר די קטנות וצמצום המוח וואס הערשט ביי טייל, הויפטזעכליך ביי געוויסע פון איין ספעציפישע קרייז.

קענסט נישט עפארדן אין וומ''ס?? מוף ארויס קיין ק''י!!
ביסט א קלויזענבורגער, פאפא'נער, וויענער, וכו'?? ווער א סאטמארער אין מוף ארויס!!!

די פיש איז טייער?? עס טונא און סארדינס!

(און איינער וואס האט שוין יא עפעס פארלוירן אין ק''י, אבער ער האט ליעב זיין מקום כמאמר הגמ' חן המקום על יושביה, דער "ליידט" שוין אויף עפעס א מיסטריעזע קרענק וויבאלד ער "קען" נישט מאכן דעם מאוו.... אין די גמרא ווערט דאס נישט אנגעקוקט אלס א מחלה...)

כ'מיין, וואס?? עטץ מיינטס טאקע אז וומ''ס באשטייט פון איין קהילה מיט איין סארט מענטאליטי?? ס'דא אין וומ''ס טויזענטער משפחות וואס ווייסן נישט ווי אזוי ק''י זעהט אויס.

פארוואס זאגט מען נישט מ'זאל מופן צו ווייסעכנישטווי. עפעס פונקט ק''י? וואס האבן וומ''ס'גע אידן פארלוירן אין ק''י???

אגב, די וואס זענען פארנומען דערמיט ווייסן אויך נישט די פאקט אז אין ק''י האט מען געענדיגט די לעצטע 10-15 יאר מער דירות ווי אין ק''י (הגם איך האב באמת נישט קיין אנונג ווי אזוי מ'קען זיך עפארדן צו קויפן, אבער דאס איז אז נושא פאר זיך).

אויב איז דא א מאנגל אין מזוזות האט עס ווייניג מיט ק''י.
ליב האבן א זאך איז נארמאל, ליעב האבן א זאך ''מער ווי נארמאל'' איז שוין נישט אזוי נארמאל, כמדומה לי (קען זיין כ'בין ראונג) זענען אסאך תושבי ווסבמג באשאנקן מיט אן אווערדאז פון ''חן המקום'' מער ווי אנדערע היימישע שטעט, ווארשיינליך האט עס מיט די וומסבג מענטאליטעט פון שטארק ''לעבן פאר יענעם'', און אויב יענער שכן וואס טוט מיר נאך דאס אז איך טוה אים נאך... האט ליעב צו לעבן פאר יענעם האב איך אויך ליב צו לעבן פאר יענעם וחוזר חלילה.

יאך קען גוט וומסבג...

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:44 am
דורך אגד
עס איז נישט דא אינהערנטלי קיין סיבה פארוואס תקנות קען בעסער ארבעטן אין קרית יואל פינאַנציעל און אפילו לעגאל גערעדט ווען מען רעדט פון ריזאנינג. און זיכער אזוי ווען מען רעדט פון רענטעלס, ווי ער שרייבט, מען ברויך מאכן א היימשטאט סטיל דירות ליסטינג.

און דאס וואס פעלט אין כח הרבנות, קען מען מעגליך דעקן דורך א ועד אינאיינעם מיט די ידיעה אז אין קרית יואל האט עס געארבעט.

פרובירן איז זיכער א גוטע זאך.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:12 am
דורך ChatGPT
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am
ליב האבן א זאך איז נארמאל, ליעב האבן א זאך ''מער ווי נארמאל'' איז שוין נישט אזוי נארמאל, כמדומה לי (קען זיין כ'בין ראונג) זענען אסאך תושבי ווסבמג באשאנקן מיט אן אווערדאז פון ''חן המקום'' מער ווי אנדערע היימישע שטעט,
דו ווייסט ווי די מקור פון חן המקום על יושביו???

עי' סוטה מז. יריחו א שטאט אן קיינע וואסער אין מענטשן שטארבן דארטן;
ויאמרו אנשי העיר אל אלישע הנה נא מושב העיר טוב כאשר אדוני רואה וגו' וכי מאחר דמים רעים וארץ משכלת אלא מה טובתה אמר רבי חנין חן מקום על יושביו.
ס'נארמאל? פארוואס האט אלישע הנביא געמאכט מופתים און משנה געווען סדרי בראשית?? נישטא ווי צו וואוינען?? מוף אוועק!!
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:41 am ווארשיינליך האט עס מיט די וומסבג מענטאליטעט פון שטארק ''לעבן פאר יענעם'', און אויב יענער שכן וואס טוט מיר נאך דאס אז איך טוה אים נאך... האט ליעב צו לעבן פאר יענעם האב איך אויך ליב צו לעבן פאר יענעם וחוזר חלילה.

יאך קען גוט וומסבג...
טעל מי אבאוט די ק''י ''לעבן פאר יענעם''... אויב דאס איז די סיבה, ראט איך אז קיין איין וומ''ס'גער זאל נישט אהין מופן.

יאך קען גוט ק''י...

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:13 am
דורך פשוט און גראד
מאנכע מיינען אז די איינציגסטע וועג פון טוישען/העלפען מיז צוגיין מיט א פארמעט פון תקנות.

ס"ה (דבר גדול מאוד) איז די מטרה פון די וועד צו טוהן אין די נושא מיט א ציהל צו 'העלפען' 'באלאנסירען'. נ.ב די וועד באשטייט פון לענדלארדס/דיוועלאפערס, וואס מאכט עס ריזענבעל אויף זיך פארשטיין איינער מיטן אנדערער, אויף אויפצוטוהן. (פארדינערס פון א טייערע מארקעט, זענען גרייט אויף אוועק צוגעבען)

ווי למשל: א ארגיניזירטע אינוועטארי דעטע בעיס
מאכען א ווינט, כדי די משכיר - בראוקער זאלען פארשטיין אז ס'דא אפשענס אוועילעבעל, אין די שוכר צו קענען נארמאל טראכטען אן ליידען אויף ענקזייעטי פון דארפען כאפען ווייל ס'גייט נישט זיין בלא בלא בלא.

א געמיינזאמע מיינד סעט נישט העכערן די שכירות די וועלט אריין.
ד.מ. א חתן כלה קען גיין פאר 3500 א חודש. דאס איז שוין א חוץ וואס געוויסע האבען גערעיסד מיט 500 א חודש יאר צו יאר, (פארשטייט זיך אויף צו קענען קאווערען, וואס גראדע איז עס אמת די ספעציפישע פאל)

צום לעצט, פארמעגליכע אידען פארשטייען אז ס'איז געקומען צו א מצב ווי ס'איז ליטערלי אומעגליך צו לעבן מיט די נומערס.

ס'איז בכלל נישט קיין מהלך מנדב צו זיין לע"נ אין גראסעריס, אין און די מוסדות זכותים, בו בזמן וואס די עולם איז פשוט אנגעזעצט.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:16 am
דורך ChatGPT
אגד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:44 am עס איז נישט דא אינהערנטלי קיין סיבה פארוואס תקנות קען בעסער ארבעטן אין קרית יואל פינאַנציעל און אפילו לעגאל גערעדט ווען מען רעדט פון ריזאנינג. און זיכער אזוי ווען מען רעדט פון רענטעלס, ווי ער שרייבט, מען ברויך מאכן א היימשטאט סטיל דירות ליסטינג.

און דאס וואס פעלט אין כח הרבנות, קען מען מעגליך דעקן דורך א ועד אינאיינעם מיט די ידיעה אז אין קרית יואל האט עס געארבעט.

פרובירן איז זיכער א גוטע זאך.
פרובירן איז זיכער א גוטע זאך.
אבער לייג נישט אריין מער ווי איין דאלער אויף די פאלי מארקעט.

ק''י האט א כח הרבנות אינאיינעם מיט א סופליי פון דירות וואס זענען מעגליך אראצופגיין מיטן פרייז.
וומ''ס האט קיין כח און א ועד וועט נישט העלפן.

אגב, די היימשטאט ליסטינג איז %50+ בעלאוניס

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:54 am
דורך אינטערן טיש
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 9:50 am
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:11 am א געהעריגע אשכול פון 7 בלעטער פון חלומות בהקיץ,
סך הכל געוויסע דעוועלעפערס שטייען מיט דירות צו פארקויפן און ואין קונה ,האבן געלאזט אין גאנג א ווינט אז די פרייזן זענען אראפ ,
נישט דא קיין חידושים , קיין שום נייעס , סך הכל אז א האלב נארמאלע חתן כלה לאך/דירה אין וויליאמסבורג גייט ווייטער קאסטן 3000 דאלאר און ארויף , און דער עולם איז גאר זייער העפי....
און אז אין קרית יואל קען מען נאך יעצט אריינכאפן ברענד ניו הערליכע ריזיגע 4 בעדרום דירות פאר 2500 א חודש , ווי די רבי מהר"א האט געזאגט אז ווער עס האט שכל מופט ארויס און כאפט א דירה ווילאנג די פרייזן זענען נידריג,און אז ער ווייסט נישט ווילאנג עס וועט בלייבן אזוי ביליג
יענע אשכול איז אפשר פיל מיט חלומות, אבער @וויכי איז ווייט נישט קיין בעל דמיון, א איד מיט א אידישע הארץ וואס פראבירט כסדר העלפן מיט וואס און ווען ער קען.

און זיכער אז קרית יואל האסטו בעסערע פרייזן, נישט דאס איז די רעדע יעצט, מ'רעדט דאך פאר די תושבי וומסבג (לויט מאנכע: wsbgd ליידענדע) וואס ס'איז זיי באמת א שווערע זאך צו מאכן די ''מאָוו'' און זיך אוועקציען פון זייער באקוועמע היימשטאט.
ביזט מיט ביידע גערעכט , אבער ווען עס קומט צו וויליאמסבורג איז דא מענטשן וואס גייען קאפ אין וואנט אזש ביז דמיונות,
יעדע מענטש האט זיך זיינע זאכן מיט וואס ער וועט דמיונען עד הסוף ,אסאך מענטשן איז עס ביי שידוכים , יעדער ביי זיין הויעך פונקט.
ווייטער זיכער דארפן עפעס די וויליאמסבורג'ע ליידענע, וויליאמסבורג גייט אנקומען צו קראון הייטס א שיינעם טאג , משיח זאל אוודאי דא זיין פריער,
אבער נאכן איבערליינען אלע 7 בלעטער צוויי מאל , זעט מען אז דארט שטייט נישט גארנישט, סך הכל אז דעוועלעפערס זיצן מיט דירות צו פארקויפן, דאס זעט מען אין דבר יום יעדן טאג פאר די לעצטע האלבע יאר , מיט די פרייזן אינקלודעט,מיט צענדליגע אדער הונדערטע דירות עוועליבעל.
רענטעל דירות שרייבט ער קלאר בלייבט די זעלבע טייער אויף די מינוט ! עס קען זיין עס וועט ארויפגיין !!! אדער אראפגיין די פרייז ווענט זיך אין סופליי און דימענד :lol:
געהעריג חוזק געמאכט פון א שטאט מיט מענטשן :oops:
אבער באמת דאס רופט זיך חלומ'ן בהקיץ

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:04 pm
דורך ChatGPT
דאס האט מיטן ועד?

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:44 pm
דורך אמת ואמונה
ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:04 pm דאס האט מיטן ועד?
איך מיין אז די עד איז שוין אויך געווען א שיינע פאר וואכן צוריק.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:18 pm
דורך דער תהלים איד
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:54 am
שמח האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 9:50 am
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 4:11 am א געהעריגע אשכול פון 7 בלעטער פון חלומות בהקיץ,
סך הכל געוויסע דעוועלעפערס שטייען מיט דירות צו פארקויפן און ואין קונה ,האבן געלאזט אין גאנג א ווינט אז די פרייזן זענען אראפ ,
נישט דא קיין חידושים , קיין שום נייעס , סך הכל אז א האלב נארמאלע חתן כלה לאך/דירה אין וויליאמסבורג גייט ווייטער קאסטן 3000 דאלאר און ארויף , און דער עולם איז גאר זייער העפי....
און אז אין קרית יואל קען מען נאך יעצט אריינכאפן ברענד ניו הערליכע ריזיגע 4 בעדרום דירות פאר 2500 א חודש , ווי די רבי מהר"א האט געזאגט אז ווער עס האט שכל מופט ארויס און כאפט א דירה ווילאנג די פרייזן זענען נידריג,און אז ער ווייסט נישט ווילאנג עס וועט בלייבן אזוי ביליג
יענע אשכול איז אפשר פיל מיט חלומות, אבער @וויכי איז ווייט נישט קיין בעל דמיון, א איד מיט א אידישע הארץ וואס פראבירט כסדר העלפן מיט וואס און ווען ער קען.

און זיכער אז קרית יואל האסטו בעסערע פרייזן, נישט דאס איז די רעדע יעצט, מ'רעדט דאך פאר די תושבי וומסבג (לויט מאנכע: wsbgd ליידענדע) וואס ס'איז זיי באמת א שווערע זאך צו מאכן די ''מאָוו'' און זיך אוועקציען פון זייער באקוועמע היימשטאט.
ביזט מיט ביידע גערעכט , אבער ווען עס קומט צו וויליאמסבורג איז דא מענטשן וואס גייען קאפ אין וואנט אזש ביז דמיונות,
וכן להיפך... למשל @מנחם גאלד'ס ארטיקל אז דאס לעבן אין וומסב"ג קאסט נישט טייערער נאר אפשר ביליגער...

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:28 pm
דורך דער תהלים איד
איך האב נישט צופיל נערוון צו ליינען דעם לינק, אבער אויבן אויף קוקט עס אויס אדער זיסע חלומות, אדער מארקעטינג.

גראדערהייט פארשטיי איך עס פשוט נישט. ס'נישטא קיין סופליי לויטן דימענד, און יעדער בעט די מערסטע שייך, און קיינער קען דאס נישט טוישן.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:38 pm
דורך totty
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:28 pm איך האב נישט צופיל נערוון צו ליינען דעם לינק, אבער אויבן אויף קוקט עס אויס אדער זיסע חלומות, אדער מארקעטינג.

גראדערהייט פארשטיי איך עס פשוט נישט. ס'נישטא קיין סופליי לויטן דימענד, און יעדער בעט די מערסטע שייך, און קיינער קען דאס נישט טוישן.
כבין געווען שבת אין וו"ב און געהערט אינגעלייט רעדן אז סאיז דא שוין פאר 750 א ס"פ דירות כמיין מהאט גערעט פון יואלי לאנדאס דירות

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:39 pm
דורך דער תהלים איד
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:28 pm איך האב נישט צופיל נערוון צו ליינען דעם לינק, אבער אויבן אויף קוקט עס אויס אדער זיסע חלומות, אדער מארקעטינג.

גראדערהייט פארשטיי איך עס פשוט נישט. ס'נישטא קיין סופליי לויטן דימענד, און יעדער בעט די מערסטע שייך, און קיינער קען דאס נישט טוישן.
כבין געווען שבת אין וו"ב און געהערט אינגעלייט רעדן אז סאיז דא שוין פאר 750 א ס"פ דירות כמיין מהאט גערעט פון יואלי לאנדאס דירות
ווייל דער עולם קען נישט קויפן (פאר 750 אויך נישט, ס'מיינט ארום 10 אלפים מארטגעדזש!), און דירות שטייען ליידיג. אבער רענטאל האט עס נישט אפעקטירט.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:40 pm
דורך לאקאלער רב

און עס שטייט ליידיג...
אזוי אויך שטייט דארט ליידיג ארום 30 2-בעדרום רענטלס... טאקע אויף העכערע שטאקן אבער הערליך ניי און ברייט.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:24 pm
דורך אינטערן טיש
אגד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:44 am עס איז נישט דא אינהערנטלי קיין סיבה פארוואס תקנות קען בעסער ארבעטן אין קרית יואל פינאַנציעל און אפילו לעגאל גערעדט ווען מען רעדט פון ריזאנינג. און זיכער אזוי ווען מען רעדט פון רענטעלס, ווי ער שרייבט, מען ברויך מאכן א היימשטאט סטיל דירות ליסטינג.

און דאס וואס פעלט אין כח הרבנות, קען מען מעגליך דעקן דורך א ועד אינאיינעם מיט די ידיעה אז אין קרית יואל האט עס געארבעט.

פרובירן איז זיכער א גוטע זאך.
אין קרית יואל וואינען נישט גוים מיט דיר די נעקסטע בלאק וואס צאלן מער רענט ווי די איד , און אין וויליאמסבורג יא,
אין ניי וויליאמסבורג ווי עס פארדינגט זיך שווער דירות אפילו סאיז ביליגער די רענט , וועט אין ערגסטען פאל דער לענדלארד פארדינגען פאר א גוי ,
ענדערשער ווי אראפגיין מיט נאך אפאר הונדערט דאלאר א חודש רענט,
משא"כ אין קרית יואל קענסטו דאס נישט טין

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:31 pm
דורך אינטערן טיש
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:39 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:28 pm איך האב נישט צופיל נערוון צו ליינען דעם לינק, אבער אויבן אויף קוקט עס אויס אדער זיסע חלומות, אדער מארקעטינג.

גראדערהייט פארשטיי איך עס פשוט נישט. ס'נישטא קיין סופליי לויטן דימענד, און יעדער בעט די מערסטע שייך, און קיינער קען דאס נישט טוישן.
כבין געווען שבת אין וו"ב און געהערט אינגעלייט רעדן אז סאיז דא שוין פאר 750 א ס"פ דירות כמיין מהאט גערעט פון יואלי לאנדאס דירות
ווייל דער עולם קען נישט קויפן (פאר 750 אויך נישט, ס'מיינט ארום 10 אלפים מארטגעדזש!), און דירות שטייען ליידיג. אבער רענטאל האט עס נישט אפעקטירט.
גראדע האט יואלי לאנדא לעצטע וואך געהאט ריזיגע פענסי עדס אין אלע אויסגאבעס,
אז ער האט גענידערט די רענט אויף די הויעכע שטאקן ,
אין זיין ברענד ניו 10 שטאקיגע חתן כלה רענטעל בנין ,
און אויך אז ער האט אריינגלייגט פורניטשער אין די דירות ,
איי געס די איידיע קומט פון קרית יואל צו פארדינגען נייע דירות פורנישט מיט פורניטשער ,
מען רעדט פון דירות פון איין און א האלב בעדרומס וואס ער פלעגט בעטן 3200 בערך , נייגעריג מיט וויפעל סאיז אראפ

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:57 pm
דורך לאקאלער רב
אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 2:31 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:39 pm
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 1:38 pm

כבין געווען שבת אין וו"ב און געהערט אינגעלייט רעדן אז סאיז דא שוין פאר 750 א ס"פ דירות כמיין מהאט גערעט פון יואלי לאנדאס דירות
ווייל דער עולם קען נישט קויפן (פאר 750 אויך נישט, ס'מיינט ארום 10 אלפים מארטגעדזש!), און דירות שטייען ליידיג. אבער רענטאל האט עס נישט אפעקטירט.
גראדע האט יואלי לאנדא לעצטע וואך געהאט ריזיגע פענסי עדס אין אלע אויסגאבעס,
אז ער האט גענידערט די רענט אויף די הויעכע שטאקן ,
אין זיין ברענד ניו 10 שטאקיגע חתן כלה רענטעל בנין ,
און אויך אז ער האט אריינגלייגט פורניטשער אין די דירות ,
איי געס די איידיע קומט פון קרית יואל צו פארדינגען נייע דירות פורנישט מיט פורניטשער ,
מען רעדט פון דירות פון איין און א האלב בעדרומס וואס ער פלעגט בעטן 3200 בערך , נייגעריג מיט וויפעל סאיז אראפ
ששש... זאג פאר קיינעם נישט אויס די סיקרעט.

די ליידיגע דירות אויף קאסקיאסקאו זענען ארויף מיט $70 א חודש =$840 א יאר...

וואס ס'האט זיך געטשענדזשט איז אז ער איז גרייט צו געבן א חודש בחנם פאר ווער עס סיינט א ליעס ביז פעברואר דעם ערשטן.

גראדע קענסטו אויך צורעכענען נאך א חודש בחנם, היות מען דיעלט מיט די מענעדזשמענט דירעקט איז נישטא קיין בראוקערעדזש. א חידוש אין שטאט.
אזוי אויך בעט מען נישט קיין סעקיוריטי דעפאזיט. אנשטאט דעם טוט ער צוויי זאכן:
1 - ווען מען סיינט דעם ליעס סיינט מען אויך אז מען געבט רשות צו רעפארטן יעדע לעיט פעימענט צו די קרעדיט ביורא'ס.
2 - אלע דירות זענען מער ווייניגער די זעלבע פרייז. אויב מען צאלט יעדע חודש אין צייט, באקומט מען סוף יאר א געוויסע סכופ קרעדיט אויף די רענט לויט די סייז פון די דירה.

עס איז טאקע דא איין אהאלב בעדרום דירות אבער די מעדזשארעטי איז צוויי בעדרוםס מיט א שיינע סייז דיינונג רום וואס די האסט נישט ערגעץ אנדערש אין ווילי.

Re: "ועד העיר" איבער דירות פרייזן אין וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 3:10 pm
דורך אינטערן טיש
ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:07 am געפעלט מיר די קטנות וצמצום המוח וואס הערשט ביי טייל, הויפטזעכליך ביי געוויסע פון איין ספעציפישע קרייז.

קענסט נישט עפארדן אין וומ''ס?? מוף ארויס קיין ק''י!!
ביסט א קלויזענבורגער, פאפא'נער, וויענער, וכו'?? ווער א סאטמארער און מוף ארויס!!!

די פיש איז טייער?? עס טונא און סארדינס!

כ'מיין, וואס?? עטץ מיינטס טאקע אז וומ''ס באשטייט פון איין קהילה מיט איין סארט מענטאליטי?? ס'דא אין וומ''ס טויזענטער משפחות וואס ווייסן נישט ווי אזוי ק''י זעהט אויס.

פארוואס זאגט מען נישט מ'זאל מופן צו ווייסעכנישטווי. עפעס פונקט ק''י? וואס האבן וומ''ס'גע אידן פארלוירן אין ק''י??

(און איינער וואס האט שוין יא עפעס פארלוירן אין ק''י, אבער ער האט ליעב זיין מקום כמאמר הגמ' חן המקום על יושביה, דער "ליידט" שוין אויף עפעס א מיסטריעזע קרענק וויבאלד ער "קען" נישט מאכן דעם מאוו.... אין די גמרא ווערט דאס נישט אנגעקוקט אלס א מחלה...)

אגב, די וואס זענען פארנומען דערמיט ווייסן אויך נישט די פאקט אז אין וומ''ס האט מען געענדיגט די לעצטע 10-15 יאר מער דירות ווי אין ק''י (הגם איך האב באמת נישט קיין אנונג ווי אזוי מ'קען זיך עפארדן צו קויפן, אבער דאס איז אז נושא פאר זיך).

אויב איז דא א מאנגל אין מזוזות האט עס ווייניג מיט ק''י.
We all feel your pain
אנטשולדיגט אז די פילסט דיך געטריגערט ,
קיינער האט דא קיינעם קיינמאל געהייסן טין דאס אדער יענס , א מענטש העכער 18 איז א אייגענע בריה פאר זיך ,
א מענטש טאר קיינמאל שפירן ווי א צווייטער הייסט דיר טין עפעס אנדערש וואס די ווילסט, יעדע מענטש האט א אייגענע בחירה ,דאס איז פאר יעדע זאך אין לעבן,
אין ערגסטען פאל אז די קענסט נישט אליינס מאכן א באשלוס , קענסטו פרעגן און זיך אויסשמועסן א רב/רבי , א עלטער פון דיר אדער קלוגע איד.

יעצט צו די נושא ווי למשל פון געלט, דארף א מענטש זיין ריעלעסטיק , און זיך נישט אליינס פאפן , א מענטש וואס איז לאוי אינקאם קען נישט לעבן א לייפסטייל ווי יואלי לאנדא, דאס הייסט למשל די קענסט נישט וואינען אין א טייערע געגענט , פינטעל !
וויינען שרייען שעלטן גייט דיר גארנישט העלפן, און גארנישט גייט זיך נישט טוישן, צענדליגע טויזענטער חסידישע משפחות האבן אוועק געמופט פון וויליאמסבורג און בארא פארק די לעצטע 60 יאר , ברוך השם די לעצטע 15 יאר איז צוגעקומען 15 נייע חסידישע ישובים ווי חסידישע משפחות מופן ממש יעדע וואך,
אז די ווילסט וואינען אין וויליאמסבורג מה טוב ומה נעים, קיינער נעמט עס נישט אוועק פון דיר , קיינער צווינגט דיר נישט צו אוועקצומופן ,
פשוט אנגעכאפט א משל פון א אדום גדול אדמו"ר מהר"א וואס האט געזאגט אז חסידי סאטמאר העולמי האבן יעצט א געלעגענהייט ,
וואס אידן אין וויליאמסבורג האבן געהאט אין די 1990 יארן , אז די קענסט האבן דעם אכטער זאל קאווערן די גאנצע רענט ...
אז די ווילסט נישט מופן קיין קרית יואל איז דא נאך 15 ישובים ווי א חסידישע איד קען מופן ,אדער קענסטו בלייבן אין וויליאמסבורג, אבער על פי דרך הטבע גייסטו קיין ביליגע רענט נישט האבן אין וויליאמסבורג.

איין משל וואס א אינגערמאן פון בארא פארק א יאר צוויי נאך די חתונה ,וואס האט זיך געצויגן קיין בלומינבערג -קרית יטב לב עטליכע וואכן צוריק , פאר איין סיבה, דירות קאסטן איבער 3 אלפים אין בארא פארק, ער זאגט אז ער קען ווען ארבעטען 4 זשאבס אזוי ווי זיינע חבירים ,ווי דרייווען א באס, זיין א ענגליש טיטשער, טין פיר סופפערט און דרייען מיט קרעדיט קארדס ,
פלאס זיין ווייב דארף ארבעטען,
אנשטאט דעם האט ער געדינגען א שיינע פריוואטע דירה פאר 1600 דאלאר רענט , מיט א אייגענע פארקינג ,אן דארפן צאלן פאר פארקינג טיקעטס, און זיין ווייב דארף נישט ארבעטען און ער קען ארבעטען איין זשאב פון 9-5

א צווייטע משל פון 2 חדשים צוריק ,וואס א אינגערמאן א בנש"ק פון וויליאמסבורג האט זיך דערזען צו דינגען א 3 בעדרום דירה גייט פאר בערך 5 אלפים, האט זיך אויפגעהויבן און געקויפט א אייגענע הייזקע אין מאנטיסעלאו פאר בערך 400 אלפים, זיין מארטגעטזש נאך טעקס און אינשורענס קומט אים אויס אינטער 3 אלפים א חודש !! נאר מיטן אראפלייגן פאר דאון פעימענט און קלאוזינג אינטער 50 אלפים !!
ביטע טשעלענזש נישט די משלים, וועגן יעדער קען אויספיגערן וואס ארבעט פאר דיר,
יעדער זאלן טין וואס ער וויל , סאיז א פרי קאנטרי,
אבער א שנה ראשונה אינגערמאן וואס זעט נישט וואס די פלאן איז , זאל זיך נישט סתם פארלאזן אן קיין חשבון, א איד דארף לעבן מיט א חשבון ,ווי למשל ער האט נישט קיין טאטע אדער שווער וואס זאל אים אויסהאלטען, זאל נעמען שריט בעוד מועד ,נישט ווען סאיז שוין שפעט מיט אפאר קינדער .
און צום לעצט אז די גלייכסט וויליאמסבורג,דאן וואין דארט און האב הנאה יעדע מינוט וואס די ביזט דארט, און גלייב אז דאס איז דיר באשערט , נישט חס ושלום צו זיין מיזריבעל