בלאט 1 פון 1
פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:13 pm
דורך שינאווער
ב"ה
וואס איז אייער מיינונג?
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:57 pm
דורך שטייפע קוגל
וואס איז די חילוק צווישן די דריי לעצטע אפציעס?
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 3:03 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 1:57 pm
וואס איז די חילוק צווישן די דריי לעצטע אפציעס?
איינער וואס וואוינט יא אין די סיטי, נאר ער האט זיך פארשטעקט אינטער'ן דאכענע, ער גייט אריין אין די ערשטע קאטאגאריע...
איינער וואס וואוינט אין קר"י, אבער ס'איז אים נישט געווען ממש א מחי', ער גייט אריין אין די צווייטע קאטאגאריע...
איינער וואס ביי אים אין קר"י איז געווען ממש א מחי', ער גייט אריין אין די דריטע קאטאגאריע...
ודו"ק. וק"ל. ואכמ"ל. וצ"ע.
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:44 pm
דורך הדסים
ס'איז נישט געווען ממש ווי בלומבערג אבער ס'איז ווייט נישט געווען מסודר, גאנצע גאסן אומגעשארט שוין זונטאג נאכט איז דעפענעטלי נישט נארמאל.
אבער מ'קעמער זיך נישט אפרעדן, נאכאלעם האטער געשארט די שניי אויף טרופ
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:52 pm
דורך נאסע שמאטעס
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:44 pm
אבער מ'קעמער זיך נישט אפרעדן, נאכאלעם האטער געשארט די שניי אויף טרופ
ממש א מסירת נפש. פארוואס דארף איך ארבעטן ווי א נער צו ברענגען פרנסה? ענדערשט לאמיך גיין אין גראסערי, באצאלן 2 פעקלעך פאפקארן פארנט פון א קעמרע, און איך בין א היראו פון א פרנסה ברענגער. ניין?
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:28 pm
דורך וויענער חסיד
ער האט געטון א גוטע ארבעט, אבער די עולם האט איהם נישט ליב פאר אנדערער סיבות... וואוט מען ניין, [עכ"פ אזוי האב איך געטון].
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 27, 2026 9:33 pm
דורך תינוק הבורח
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 7:44 pm
ס'איז נישט געווען ממש ווי בלומבערג אבער ס'איז ווייט נישט געווען מסודר, גאנצע גאסן אומגעשארט שוין זונטאג נאכט איז דעפענעטלי נישט נארמאל.
אבער מ'קעמער זיך נישט אפרעדן, נאכאלעם האטער געשארט די שניי אויף טרופ
פעלט די אפציע.
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:54 am
דורך אנדערער
אלע גאסן געשארט אבער די ריזיגע בערג שניי גייען נישט אוועק. מען דארף עס אוועקטראגן
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 11:22 pm
דורך חלום חלמתי
ב"ה מען האט היינט אנגעהויבן צוזאמנעמען די גארבידש, נאך 11 טעג עס לאזן הויפענען.
די שניי בערג וועט מען צוזאמענעמען אין א קומענדיגע געלעגנהייט, דערווייל שרייטס פוי.
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג מיט די גאביטש
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 1:38 am
דורך מקולות מים רבים
מאמדאני הייבט אן מיט זייער א גוטע התחלה
מיט די רעכטע פוס
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:52 am
דורך Think and Thank
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:54 am
אלע גאסן געשארט אבער די ריזיגע בערג שניי גייען נישט אוועק. מען דארף עס אוועקטראגן
יעצט, צען טעג שפעטער זענען שוין טאקע אלע גאסן געשארט. אבער פאריגע וואך דאנערשטאג און פרייטאג זענען נאך געווען גאסן מיט 4-5 אינטשעס שניי אינמיטן גאס - ניין, נישט פון וואס קאר אייגנטומער האבן ארויסגעווארפן ביים ארויסגראבן די קארס, נאר גאנצע גאסן האבן זיך געבאדן אין שניי. און די גארבעדזש טראקס (און געציילטע זאלץ טראקס) זענען ארומגעפארן מיט די שאוולען אין די הייך, ווי צו דערקלערן 'מישאן עקאמפלישד', נישטא מער וואס צו שארן.
און אין די זעלבע צייט האט דער רשע געשיקט זיינע זשאנדארן טיילן טיקעטס, און דאנערשטאג האט ער זאגאר ארומגעשיקט די שלעפער טראקס שלעפן קארס.
אלס איינער וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין די סיטי קען איך מעיד זיין אז די איינציגסטע שניי וואס איך געדענק מיט אן ערגערע באהאנדלונג איז בלומבערג.
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג מיט די גאביטש
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:59 am
דורך Think and Thank
מקולות מים רבים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 1:38 am
מאמדאני הייבט אן מיט זייער א גוטע התחלה
מיט די רעכטע פוס
ווי האט יענער געזאגט? אז דו וועסט גיין אונטער די חופה נאר מיט'ן רעכטן פיס וועסטו זיך אויסגליטשן - מאך זיכער אויך מיטצונעמען די לינקע...
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 10:23 am
דורך אנדערער
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:52 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:54 am
אלע גאסן געשארט אבער די ריזיגע בערג שניי גייען נישט אוועק. מען דארף עס אוועקטראגן
יעצט, צען טעג שפעטער זענען שוין טאקע אלע גאסן געשארט. אבער פאריגע וואך דאנערשטאג און פרייטאג זענען נאך געווען גאסן מיט 4-5 אינטשעס שניי אינמיטן גאס - ניין, נישט פון וואס קאר אייגנטומער האבן ארויסגעווארפן ביים ארויסגראבן די קארס, נאר גאנצע גאסן האבן זיך געבאדן אין שניי. און די גארבעדזש טראקס (און געציילטע זאלץ טראקס) זענען ארומגעפארן מיט די שאוולען אין די הייך, ווי צו דערקלערן 'מישאן עקאמפלישד', נישטא מער וואס צו שארן.
און אין די זעלבע צייט האט דער רשע געשיקט זיינע זשאנדארן טיילן טיקעטס, און דאנערשטאג האט ער זאגאר ארומגעשיקט די שלעפער טראקס שלעפן קארס.
אלס איינער וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין די סיטי קען איך מעיד זיין אז די איינציגסטע שניי וואס איך געדענק מיט אן ערגערע באהאנדלונג איז בלומבערג.
גאמ
ווער קען איבערגעבן פאר קאמיוניטי בארד 12?
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 2:44 pm
דורך דער תהלים איד
איינער האט מיר געשיקט א בילד פון פארנט פון זיין הויז, א סינגל פעמילי הויז.
Re: פרישער ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני'ס באהאנדלונג צום גרויסן שניי שטורעם
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 7:42 pm
דורך Think and Thank
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:52 am
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 12:54 am
אלע גאסן געשארט אבער די ריזיגע בערג שניי גייען נישט אוועק. מען דארף עס אוועקטראגן
יעצט, צען טעג שפעטער זענען שוין טאקע אלע גאסן געשארט. אבער פאריגע וואך דאנערשטאג און פרייטאג זענען נאך געווען גאסן מיט 4-5 אינטשעס שניי אינמיטן גאס - ניין, נישט פון וואס קאר אייגנטומער האבן ארויסגעווארפן ביים ארויסגראבן די קארס, נאר גאנצע גאסן האבן זיך געבאדן אין שניי. און די גארבעדזש טראקס (און געציילטע זאלץ טראקס) זענען ארומגעפארן מיט די שאוולען אין די הייך, ווי צו דערקלערן 'מישאן עקאמפלישד', נישטא מער וואס צו שארן.
טעות טעות טעות! נאך היינט דא גאסן אין וויליאמסבורג וואס קוקן אויס ווי די שניי האט אויפגעהערט פאלן פינף מינוט צוריק. כ'בין פריער דורכגעפארן סאוט 11 ביי דאמסי און זיך געהעריג געטונקען אין שניי.