בלאט 1 פון 1

שאלות אין הלכה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:13 pm
דורך דריידל
יגעתי ולא מצאתי אן אשכול אויף אלגעמיינע הלכה שאלות, האב איך מיך מכבד געווען מיט פתיחה פאר די אינפארמאטיווע אשכול.

אויף די ענינים וואס מאכט זיך מערערע שאלות זענען דא פארשידענע אשכולות, דא וועט מען אויסשמועסן שאלות וואס דארף נישט קיין באזינדערע אשכול.

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:16 pm
דורך דריידל
איך האב געקלערט טאמער ס'איז נישט דא קיין חיוב פון ביומו תתן שכרו צו צאלן דורך זעלל וכדומה, ענדערש ווי מעילן א טשעק וואס וועט אנקומען נאך אפאר טעג.

ווילאנג ס'געווען די דרך העולם צו צאלן אויף די פאסט, איז דאך נישט קיין שאלה. יעצט אבער אז רובא דרובא טראנסאקציעס ווערן געמאכט עלעקטראניש וויך איך וויסן טאמער איז די הלכה אנדערש.

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 2:28 pm
דורך וואוילער
די גאנצע הלכה איז נאר אקטועל אויב ס'נישט די סדר (אדער אויסגעשמועסט) צו צאלן כדרך ביזנעס אז מ'בילט און מ'שיקט נאך די געלט, משא"כ אין רוב פעלער ווען ס'איז אנגענומען אזוי.

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:33 pm
דורך דריידל
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 2:28 pm די גאנצע הלכה איז נאר אקטועל אויב ס'נישט די סדר (אדער אויסגעשמועסט) צו צאלן כדרך ביזנעס אז מ'בילט און מ'שיקט נאך די געלט, משא"כ אין רוב פעלער ווען ס'איז אנגענומען אזוי.
יא יא, דאס זאג איך. וויבאלד היינט איז די סדר צו צאלן עלעקטראניש, זאל מען נישט מעגן שיקן א טשעק חוץ טאמער די פועל האט מסכים געווען בפירוש

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 4:23 pm
דורך אנדערער
דריידל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:33 pm

די נארמאלע סדר איז נאך אלץ צו שיקן טשעקס

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 4:23 pm
דורך יאנטשי
דריידל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:33 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 2:28 pm די גאנצע הלכה איז נאר אקטועל אויב ס'נישט די סדר (אדער אויסגעשמועסט) צו צאלן כדרך ביזנעס אז מ'בילט און מ'שיקט נאך די געלט, משא"כ אין רוב פעלער ווען ס'איז אנגענומען אזוי.
יא יא, דאס זאג איך. וויבאלד היינט איז די סדר צו צאלן עלעקטראניש, זאל מען נישט מעגן שיקן א טשעק חוץ טאמער די פועל האט מסכים געווען בפירוש
אויב רעדסטו B2B, איז היינט נארמאל די סדר צו צאלן דורך טשעקס, רוב ביזנעס טו ביזנעס טראנזעקשאנס זענען פרינטעד טשעקס. (לויט גוגל צווישן 75-81%)

אויב רעדסטו פון ACH פאר פעיראל וכדומה, איז עס ווייטער נישט בעסער ווי א טשעק. ביידע נעמען די זעלבע צו קלעירן אין באנק פונעם מקבל. די חילוק איז אז עס גייט אטאמאטיש.

אויב רעדסטו פון זעל, רוב נארמאלע ביזנעסער נוצן עס בכלל נישט פאר א אפציע, מען נוצט עס מער פאר א וועג צו באקומען ווי צו שיקן, חוץ ביי וואטסעפפ געפירטע ביזנעסער (איך מיין די געדאנק).

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 25, 2026 10:46 pm
דורך דריידל
יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2026 4:23 pm

איך ווייס נישט פון ווי דיין אינפארמאציע קומט, אבער איך מיין ס'איז נישט ריכטיג. איך ווייס דאס סיי ווייל איך זעה דאס במציאות און גוגל דערציילט מיר אויך אנדערש. לויט די בייגעלייגטע טשארט ווערט בלויז 5-8% ביזנעס עקספענסעס באצאלט מיט א טשעק.

נאך א זאך.
ביי טשעקס איז חוץ די צייט וואס ס'געדויערט צו קליערן נעמט עס אויך צייט ביז די מעיל ווערט דעליווערט. טאמער אימעילט מען די טשעק, איז עס טאקע די זעלבע.

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: זונטאג יאנואר 25, 2026 11:19 pm
דורך אנדערער
דריידל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 25, 2026 10:46 pm

אינטרעסאנט. ביי היימישע ביזנעס זע איך נאך אסאך טשעקס

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: דינסטאג מאי 12, 2026 1:52 pm
דורך דריידל
איך טרינק א גלעזל וואסער און איך נעם אויך א שטיקל גאם. די גאם וויל איך האלטן אין מויל פאר נאך צוויי שעה.

אפציע 1: מאכן א שהכל פאר ביידע און נישט מאכן א נאך ברכה ביזן אויסשפייען די גאם - וואס וועט שוין זיין נאכן שיעור עיכול אויף די וואסער - וואס מיינט אז איך וועל נישט קענען מאכן א בורא נפשות.

אפציע 2: מאכן א שהכל אויף די וואסער (אינזין האבן נישט צו פאר'ן די גאם) דערנאך א בורא נפשות און דערנאך א שהכל אויף די גאם

אפציע 3: מאכן א שהכל אויף ביידע און נזהר זיין נישט צו טרינקן א רביעית תוך שיעור כדי שתיית רביעית - אזוי איז מען פטור פון ברכה אחרונה אויף די וואסער

אפציע 4: מאכן א שהכל אויף ביידע, טרינקן די וואסער, מאכן א בורא נפשות און אינזין האבן צו קענען ווייטער קייען די גאם (די בורא נפשות זאל נישט חל זיין אויף די גאם)

וואס האלט דער עולם?

Re: שאלות אין הלכה

געפאוסט: דינסטאג מאי 12, 2026 3:24 pm
דורך מלך בייוואז
אינטערעסאנטע הלכה קשיא איז מיר איינגעפאלן
אויב איינער אינוועסט אין סטאקס וואס איז מיט שבת אויב ביסטו א שיטף אין יענע ביזנעס?
אויב הייסט געבארגט וואס איז מיט רבות אויב דער באלעבאס איז א איד (עס איז לחורא נישט געבארגט ווייל אויב יא וואלט ער געדאפט צרוקצאלן וטיפל האסט אריינגעלייגט?(