איז עס א חלום אדער אמת?
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 12:41 pm
איך דריי מיך דא ארום די לעצטע פאר טעג און איך פרוביר צו כאפן וואס דא גייט פאר.
ביי היינט בין איך שוין כמעט ווי צוגעוואונט: צופרי, ווי נאר איך קום אריין אין אפיס, נאכן מאכן די קאווע, אין זיך מאכנדיג באקוועם אויפן בענקל, עפן איך אויף אידטיש אויפן קאמפיוטער, איך געב א דרוק אויף אקטיווע טעמעס, און דארטן ערגעץ גאנץ אנפאנג קומט ארויף 'בולעטין נייעס — קורץ און שארף', איך געב א דרוק אויפן לעצטע בלאט, און איך באקום א קלארע בילד פון אלעס וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט, און דערנאך קען מען אנהייבן די טאג און זיך נעמן פלייסיג צום ארבעט.
אבער די לעצטע וואך? ס'איז עפעס מאדנע שטיל.
איך הייב אן צו טראכטן: איז עס א חלום אדער אמת? איז די וועלט טאקע געווארן אזוי שטיל און רואיג די לעצטע וואך? איז טאקע גארנישט אינטערעסאנט געשען? איז טראמפ פשוט איינגעשלאפן ביים רעדער? האט פוטין פשוט אויפגעגעבן? די סטאק מארקעט פארט פונקטליך גראד? אדער אפשר גאר האט @חלום חלמתי פשוט אויפגעוועקט פון זיין חלום...
טייערע @חלום חלמתי, איך האף אז איך וועל זיך אויפוועקן און זעהן אז דאס איז אלץ נאר געוועהן א שלעכטע חלום, און די ביזט עכט ווייטער דא מיט אונז, און זיינע נייעסלעך פליסן ווייטער פונקט ווי אין די גוטע צייטן...