גרידלאק — גמ"ח הצלה קרית יואל תשפ"ו קאמפיין
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 20, 2026 11:14 am
לאמיר אינאיינעם עפענען דעם וועג צו ראטעווען חולי ישראל.
שוין 28 יאר וואס כלל ישראל איז באגליקט געווארן מיט די לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע גמ"ח הצלה, וואס האט במשך די אלע יארן געהאט די זכי' צו זיין שלוחים פון הימל צו ראטעווען אלפי חולי ישראל און דינען אלס רעטונגס-ברעט פאר זייערע משפחות, דורכ'ן צושטעלן די אומזיסטע רייזעס צו שפיטעלער.
אידן קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן וואספארא געוואלדיגע רעטונג די הייליגע ארגאניזאציע באדייט פאר חולי ישראל ומשמשיהן, און ווער האט דען נאך נישט גענאסן פון זייער ווארעמהארציגע הילף וואס ווערט סערווירט מיט א גרעניצלאזע מאס חסד, שטייענדיג גרייט ווען אימער צו באדינען די פאציענטן און זייערע באגלייטער, מיט די אומזיסטע טריפס צו און פון שפיטאל, נאנט און ווייט, זומער און ווינטער, ערבי שבתים, פורים נאכמיטאג און ערב פסח, און ווען דען נישט.
גמ"ח הצלה האט קרוב צו א מנין פול-טיים באצאלטע דרייווערס אויף א טעגליכן פארנעם. דערצו נאך הונדערטער רעזערוו וואלונטירן וואס געבן אוועק פון זיך שעות פאר טריפס.
גמ"ח הצלה האט א מאסיווע פלאטע פון אזויפיל ווי 14 ווענס/ספרינטערס, וואס זענען רונדע דעם זייגער אקטיוו אויף די שאסייען צו פירן חולי ישראל צו די ווייטע שפיטעלער און קליניקס, וואו אימער דער חולה דארף נאר אנקומען.
גמ"ח הצלה האלט ביי א ראטע פון קרוב צו "300 טריפס" א טאג, גענצליך אומזיסטע רייזעס פאר חולי ישראל.
גמ"ח הצלה האט אן עול פון צאלן געז, אינשורענס, פעיראל פאר פילע דרייווער'ס, אפיס ווירטשאפט, ווענס-מעינטענענס אא"וו.
גמ"ח הצלה האט א רעקארד פון צענדליגער חולי ישראל געראטעוועט ממות לחיים, דורכ'ן ברענגען די נאנטע צו זיין אלעמאל ביים בעט, און פילע פון זיי כאטש פארגרינגערט די ביטערע שמערצן ליגנדיג איינזאם אין שפיטאל.
גמ"ח הצלה האט א בודזשעט פון אריבער 2.6 מיליאן דאלאר א יאר! זעענדיג אויפ'ן קומענדיגן יאר צו שטייגן די הוצאות, אין ליכט פון די נאכאנאנדע אויסברייטערונגען, און ספעציעל אין רעזולטאט פון די שווערע אינפלאציע און געהעכערטע טאלס אריין קיין מאנהעטן.
גמ"ח הצלה האט אבער נישט קיין שום הכנסה, רעגירונגס הילף אדער אינשורענס וכדו' און געפינט זיך אין א שווערע פינאנציעלע לאגע, אין צייט ווען עס קאסט פאר גמ"ח הצלה פיל מער ווי סיי-ווען בעפאר.
גמ"ח הצלה איז אצינד אין אן אויסנאם שווערן מצב, ממש א "גרידלאק" האבנדיג א ריזן לאך אין דער קאסע, וועלכער באדראעט גענצליך דעם עקזיסטענץ פון אט דער הייליגער און דרינגענדער ארגאניזאציע. בלויז דעם ציבור’ס אויסנאם השתתפות וועט בעז"ה פארזיכערן דעם עתיד פון גמ"ח הצלה; די קריטיש-וויכטיגע הצלת נפשות מיטל פאר חולי ישראל.
היינט וועלן מיר עפענען די הערצער און דערהערן דעם טיף-הארציגן רוף פון אזויפיל חולי ישראל ל"ע וועלכע שרייען נאך אונזער הילף, און נעמען א חלק אין די הצלת נפשות רייזעס.
ברענגט 'חיות' פאר חולי ישראל אין די שפיטעלער.
https://www.dryveup.com/gh/