בלאט 1 פון 2
בקשו רחמים! כ"ק אדמו"ר מ'שינאווע שליט"א
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 10:57 am
דורך פאָליש
דיר ציבור ווערט גערופן מרבה צו זיין בתפילה און מעורר זיין רחמי שמים פאר כ"ק אדמו"ר משינאווע, "מרן אברהם מנחם מענדל בן דינא" לרפואה שלימה.
דער רבי איז אין א זייער קריטישע מצב, נאכדעם וואס ס'האט זיך געמאכט אן אינפעקציע וואס שעדיגט די בלוט פרעשור, און די דאקטוירים קענען דערווייל נישט טרעפן דעם שורש און דער מצב איז זייער שווער און קריטיש.
דאס קומט שוין נאכ'ן זיין אין שפיטאל אין א שווערע מצב פאר עטליכע וואכן, מ'האט געזען ביז אהער גרויסע חסדים, אבער יעצט מיט די פרישע אינפעקציע פלאגט מען זיך גאר שווער, און דער ציבור ווערט געבעטן לעורר רחמי שמים!
וואוינענדיג אין מאנסי קומט מיר אסאך אויס אריינצופאלן אין שינאווע שטיבל און נהנה זיין מאורו הזך, אזא דמות פונעם פאריגן דור, א קשר צו די גאליציאנע אידישקייט פון אמאל, כלל ישראל דארף האבן אזא איד.
מרן אברהם מנחם מענדל בן דינא לרפואה שלימה.
ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:03 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
*נצחו אראלים את המצוקים: פטורה פון כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר*
מיט די פטורה פון רבין איז אויסגעריסן געווארן א צווייגל פון פריערדיגע צדיקים, וואס האבן נאך באלאכטן אונזער דור יתום, אבידה הוא שאין לה תמורה. פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:04 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:09 am
דורך פאָליש
אוי! ברוך דיין האמת!!!
יעצט דערציילט מען מיר אז שוין א האלבע שעה צוריק איז ליידער געווען יציאת נשמה, ועלתה נשמתו בטהרה!!!
א מורא'דיגע פארלוסט! אוי באשעפער, כהאב נאך אזוי געהאפט צו געבן א קוויטל לקראת א שמחה. אזויפיל אידן האבן נאך געהאפט נהנה צו זיין מאורו, ביי די זיסע תפילות, ביי די נעימות'דיגע שמועסן נאכן דאווענען, ביי די מורא'דיגע סיפורי צדיקים מוצ"ש ביי מלוה מלכה, אוי! האמיר אלעס יעצט פארלוירן.
אין לנו תמורתו. דער פריערדיגער דור ווערט נעלם. אין לנו מנחם.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:11 am
דורך פאָליש

- 2598.jpg (152.11 KiB) געזען געווארן 2701 מאל
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:14 am
דורך להגדיל הטראסק
דער ראקלענד דעילי זאגט אז די לויה גייט זיין 4 אזייגער ביי זיין בית המדרש אין מאנסי
פון דארט צום בית החיים אין ניו דזשערסי
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:16 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:41 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
כ''ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בניחום אבלים אצל כ''ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:52 am
דורך פאָליש
נאכנישט זיכער אויב פונקטליך 4, מען ווארט אויף די צוויי זון פון אנטווערפן, ווענדט זיך אין די לאנדן צייט און אין טרעפיק וכו'
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 1:14 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
גייט ליגן אין ניו דזשערזי
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 1:27 pm
דורך איך

- שינאווע.JPG (88.39 KiB) געזען געווארן 2521 מאל
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:23 pm
דורך אסמכתא בעלמא
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:26 pm
דורך אסמכתא בעלמא
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 5:19 pm
דורך אסמכתא בעלמא
איינער האט אריינגעשיקט א גאר זיסע רעקארדירונג פון א מלוה מלכה לעצטע יאר ערגעצוואו אויף די בערג מיט'ן רבין
https://www.dropbox.com/s/9lz7ilocy1yzd ... 9.mp3?dl=0
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 6:00 pm
דורך געגאנגען
באריכטן פון די לויה?
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 6:45 pm
דורך פלוני אלמוני
ווי קען מען מיטהאלטן א לייוו הוקאפ פון די לוי'? חוץ פון קול מבשר.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:06 am
דורך טראפקעלע
דריטע זון, פון אנטווערפן, ממלא מקום.
וועט לכאורה זיך אהערציען.
כ'האף נאך צו שרייבן אביסל פונעם רבי'ן, און פונעם נאסטאלגישן שוהל.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:25 pm
דורך ניקל
וכבוד גדול עשו לו במותו:
פילע אידן האבן נעכטן נאכמיטאג באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים, כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל מזקני האדמו"רים ומפארי העיר מאנסי, וועלכער איז נפטר געווארן אין הויכן עלטער פון פיר און ניינציג יאר. די מסע הלוויה איז פארגעקומען נעכטן נאכמיטאג בהיכל בית מדרשו אין מאנסי, וואו עס זענען געהערט געווארן הארצרייסנדע הספדים פון די חשובע קינדער ממשיכי דרכו און אדמורי"ם ורבנים, פון דארט איז די לוויה אנגעקומען צום וואשינגטאן בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו הקדושים, עדי יעמוד לתחיה בביגו"צ.
די קינדער פון רבי'ן זצ"ל זיצן שבעה בהיכל בית מדרשו אויף נעשער קאורט אין מאנסי, בנו הגה"צ ר' יחזקאל וואגשאהל שליט"א פון אנטווערפען, בנו הגה"צ ר' יוסף נפתלי וואגשאהל שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בנו הגה"צ ר' אליעזר שלום וואגשאהל שליט"א, בנו הגה"צ ר' חיים מאיר וואגשאהל שליט"א, בנו הגה"צ ר' דוד וואגשאהל שליט"א, בנו הגה"צ ר' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל שליט"א מנהל תלמוד תורה קאלאשיץ, און די טעכטער הרבנית אשת הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ויואל משה סאטמאר וומס"ב, און אשת הגה"צ ר' ישראל שמעון מאיר ראזענבערגער שליט"א מסוליצא.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:32 pm
דורך מילעכיג
יישר כח פאר די אלע רעקארדינגס אויבן
זייער הארציג. רעביש.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:21 pm
דורך אסמכתא בעלמא
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:30 pm
דורך יום טוב
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:39 pm
דורך פאָליש
זייענדיג ביי די לוי' צו באגלייטן דעם אדם גדול, מוז איך זאגן אז ס'איז ממש א זעלטנהייט דאס אזוי וויינען מיט בכיות ביי א לוי' פון א 94 יעריגער איד.
דער ציבור איז געשטאנען אין אזא שוויצעניש, די שווייס האט זיך געמישט מיט די טרערן! ס'איז געווען אין די לופט אזא בכי', די קינדער ווער עס האט געהערט זייערע הספדים, אמת'ע אמת'ע בכיות, ס'האט זיך דערקענט אז דא רעדט זיך פון אן אבידה וואס מ'האט פארלוירן. א פארלוירנקייט!
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:18 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
.
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:39 pm
דורך מאושר
יום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:30 pm
פחד פחדים
אזוינע יאמרליכע בכיות מתוך שמחה איז נישט עפעס וואס מ׳זעט געווענליך, א גרויסע פאלוסט!
Re: ברוך דיין האמת כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:43 pm
דורך מאושר
די פרישקייט חיות און געשמאק וואס ער האט פארמאגט ביי דעם עלטער
דאס קלארקייט דאס ווארימקייט גייט אריין בפנימיות הנפש