בלאט 1 פון 4
אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:06 pm
דורך פליט
די עולם קאכט איבער "קיריעס דזשאול" ווידיאו.
ווי א פאפולער יוטובער האט באזוכט קרית יואל, און אראפגעמאלן די היימישער ציבור ווי ארבעטס'לאזע מענטשן, וואס ניצן אויס די גאווערמענט.
די ווידיאו איז געגאנגען וויירעל, און ליידער זעט אויס נישט אויס צו זיין די סוף.
נאך א וולאגער האט ארויסגעגעבן א ווידיאו פון בארא פארק. און די קרית יואל'ע וולאגער פלאנט צו גיין קיין לעיקוואוד נעקסט.

- IMG_20260117_195507_926.jpg (95.43 KiB) געזען געווארן 1538 מאל
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:09 pm
דורך פליט
דער האט שוין געפאוסט די צעטיל וואס מאנרא האט ארויסגעגעבן, וויאזוי צו צוגיין צו די וולאגערס.

- IMG_20260117_200740_871.jpg (45.16 KiB) געזען געווארן 1531 מאל
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:16 pm
דורך מחפש שלווה
איינער קען מיר ביטע שיקן ברבים אדער אישי די וולאג ?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:20 pm
דורך פליט
לעיקוואוד גרייט זיך?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:21 pm
דורך פליט
אין בארא פארק.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 12:48 am
דורך יאנטשי
פליט האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 17, 2026 8:09 pm
דער האט שוין געפאוסט די צעטיל וואס מאנרא האט ארויסגעגעבן, וויאזוי צו צוגיין צו די וולאגערס.
IMG_20260117_200740_871.jpg
וואס שטייט אויף די צעטל?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 12:18 pm
דורך מטות
אויב איינער האט עס געכשרטרהייט ביטע מיך עס שיקן אין אישי
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 1:15 pm
דורך חיים יוסף
מטות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 12:18 pm
אויב איינער האט עס געכשרטרהייט ביטע מיך עס שיקן אין אישי
גא"מ לבקשה הנ"ל
נאר אויב סאיז דא א כשרע
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 2:50 pm
דורך בני יואל
איינער אויף לינקדאין נעמט זיך שוין אן פאר אונז
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm
דורך מחפש שלווה
אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:07 pm
דורך מיין מיינונג
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm
אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
איך מיין אז דו זאלסט נעמען א טיפן אטעם...
(און ס'וואלט נישט געשאדט זיך צו לערנען ספעלן אביסל...)
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:15 pm
דורך חנן
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm
אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
איז ברענג עס אהער דאהי.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:42 pm
דורך פליט
"They own the business"
דאס מיינט גוט געענטפערט.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:04 pm
דורך הדסים
דאס קעפל פון זיין ווידעא איז "Inside the New York Town Invaded by Welfare-Addicted Jews"
ער האט אויף יו-טוב ארום 7 מיליאן סובסקרייבער.
זיין ווידעא האט שוין נעכטן געהאלטן ביי אנדערהאלבן מיליאן וויוס אויף יו-טוב, 740 טויזנט אויף אינסטעגראם, און 810 טויזנט אויף פעיסבוק.
דא א ווידעא אויף יו-טוב פון פרידא וויזל אפצוענטפערן זיינס, ס'האלט ביי 42.6 טויזנט וויוס.
געשטעטנער סופער פעק איז ביי דער ארבעט.. צווישן אנדערע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע נקודה אז ביי מענטשן צווישן 24-54 איז די עפלוימענט רעיט בערך ווי אין אלגעמיין, ביי עלטערע מענטשן איז די פאווערטי רעיט אויך נארמאל, נאר וויבאלד פאווערטי רעיט גייט פער קעפיטא פאלט עס צוליב אסאך קינדער.
איינער זאל מסביר זיין פאר די אלע קיוט קרית יואל'ער יונגעלייט וואס נעמען זיך אן פאר אונז אין די קאמענטס אז ווי מער קאמענטס אלץ מער פארשטערקערט עס דעם אלגעריטם.
משה לייב וויטריאל האט ארויסגעלייגט א צעטל אז מ'זאל נישט רעדן מיט פרעמדע (@יאנטשי), איז געגאנגען דער צעלייגער און עס געפאוסט אומקלאר צושרייבנדיג פון אויבן "i am not suicidal" ווי גלייך איינער סטראשעט אים דארט מיטן טויט.
און דאס איז שוין נאכן מודה זיין אז ער איז -אנלייק אנדערע פלעצער- נישט געווארן קאנפראנטירט אפילו איינמאל במשך זיין 'באזוך'.
ער פאטאגראפירט געהעריג אויף פריוואטע פראפערטי, איך ווייס נישט פארוואס דער ווידעא איז נאך אויף יו-טוב.
וויפיל מאל מענטשן זאגן אים אז זיי ארבעטן חזר'ט ער איבער דעם ליגן אז נאר מעקסיקאנער ארבעטן דארט, און ס'איז זאגאר געווארן א "באקאנטער פאקט".
הגם ער איז אויך מודה אז דער דורכשניט איז ארום זיבן קינדער וועט ער אבער אינעם פריוויו (געזען געווארן פילפאכיג מער ווי דער גאנצער ווידעא) לייגן ווי איינער זאגט אים אכצן.
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז ער איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט קליקס. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:12 pm
דורך פעיק ניוז
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 3:42 pm
"They own the business"
דאס מיינט גוט געענטפערט.
איז עס דען גוט?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:13 pm
דורך פליט
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:12 pm
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 3:42 pm
"They own the business"
דאס מיינט גוט געענטפערט.
איז עס דען גוט?
קורץ און שארף
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:14 pm
דורך פליט
חנן האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 3:15 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm
אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
איז ברענג עס אהער דאהי.
איינער האט מיך עס געשיקט פריוואט. מעג מען עס ארויפלייגן?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:14 pm
דורך לעפעלע
פארוואס לאזט מען אזא איינעם און בית המדרש?
אידן טראגט מען ארויס אויב מען גייט אזוי אונגעטהן
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:18 pm
דורך פעיק ניוז
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:13 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:12 pm
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 3:42 pm
"They own the business"
דאס מיינט גוט געענטפערט.
איז עס דען גוט?
קורץ און שארף
דאס טוט אראפברענגען די אנטיסעמיטיזם, אדער ארויפברענגען?
און בכלל, אויב זענט איר יא אזוי סוקסעספול אין ביזנעס, פארוואס זענט איר אלע אויף פראגראמען? דו ווילסט טאקע זיי זאלן אנהייבן פרעגן די ריכטיגע קשיות?
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:20 pm
דורך דער תהלים איד
כ'ווייס נישט צו ער האט רעכט, כ'לייג עס פאר די אינטערסאנטקייט.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:28 pm
דורך פליט
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:18 pm
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:13 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:12 pm
איז עס דען גוט?
קורץ און שארף
דאס טוט אראפברענגען די אנטיסעמיטיזם, אדער ארויפברענגען?
און בכלל, אויב זענט איר יא אזוי סוקסעספול אין ביזנעס, פארוואס זענט איר אלע אויף פראגראמען? דו ווילסט טאקע זיי זאלן אנהייבן פרעגן די ריכטיגע קשיות?
איך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:34 pm
דורך פעיק ניוז
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:28 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:18 pm
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:13 pm
קורץ און שארף
דאס טוט אראפברענגען די אנטיסעמיטיזם, אדער ארויפברענגען?
און בכלל, אויב זענט איר יא אזוי סוקסעספול אין ביזנעס, פארוואס זענט איר אלע אויף פראגראמען? דו ווילסט טאקע זיי זאלן אנהייבן פרעגן די ריכטיגע קשיות?
איך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.
מיר דארפן זיך נישט דוקא פארענטפערן, אבער אויך נישט ווייזן שטארקייט. מען קען פשוט ענטפערן מיט א תמימות דעם אמת: געוויסע פון אונז ארבעטן און געוויסע האבן אייגענע ביזנעסער און געוויסע ארבעטן זייערע פרויען, און געוויסע סטראגלען און פארלאזן זיך אויפ'ן אויבערשטן. אדער קען מען זיך סתם אזוי ארויסדרייען פון ענטפערן בכלל.
בכל אופן, ענדערש זיי שוואך און פארענטפער זיך ווי איידער ווייז ווי שטארק דו ביסט און ווי דו האסט זיי אין בוידעם. ווען א איד דא אין גלות ווייזט שטארקייט פאר'ן גוי און מאכט דעם גוי זיך דארפן פארענטפערן, העלפט עס אפשר אויף יענער סעקונדע צו געווינען דעם שמועס, אבער אויפ'ן לענגערן טערמין האט מען געמאכט א גרעסערן חורבן. ווען עס קומט צו אידישקייט, דעמאלט - פארשטייט זיך - דארף מען יא זיין שטארק. נישט אראגאנט און אפלאכנד, נאר פשוט שטארק און פעסט.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:40 pm
דורך פליט
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:34 pm

איך מיין אז איין מאל דו הייבסט אן ענטפערן, װעט זיך די קשיות נישט ענדיגן.
אזוי ווי די יוטובער אין בארא פארק, האט נישט געסטאפט זיין קשיות ביי וועלפעיר, ערט אנגעהויבן פרעגן פון כפרה שלאגן און נאכדעם פון מציצה בפה...
פארוואס שטייסטו ווי א נאר און ענטפערסט אים יעדע סטופיד קשיא?!?!
ער איז נישטא צו הערן וואס דו האסט צו זאגן, ער איז דא דיך צו כאפן ביים ווארט....
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:42 pm
דורך פעיק ניוז
פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:40 pm

אויב האסטו מורא אז ער וועט דיר כאפן ביים ווארט, איז ענטפער נישט. זאג אים אז דו יאגסט זיך. מאך זיך תאמעוואטע ווי דו ווייסט נישט פינקטליך וואס ער וויל דא.
דארפסט אים נישט 'ווייזן'.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 4:46 pm
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:20 pm
כ'ווייס נישט צו ער האט רעכט, כ'לייג עס פאר די אינטערסאנטקייט.
ווער איז דער רעדנער?