בלאט 1 פון 1
אלעס ארום טראָמפּ-פּאַרדאָנס פאר אחבנ"י
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:28 pm
דורך נאו לעיבל

*חסדי ה'! - נאך גוטע בשורות - ברעכנדע נייעס!*
*פרעזידענט טראמפ געבט באגנאדונג — באפרייט הר"ר יעקב חיים דייטש הי"ו*
מיט גרויס עקסטאז נעמט כלל ישראל אויף די פריידיגע בשורה אז פרעזידענט יר"ה האט יעצט באגנאדיגט מיט א קלעמענסי פאר הר"ר יעקב חיים דייטש הי"ו פון וויליאמסבורג!
*די נייעס איז געקומען אז ר' יעקב חיים וועט שוין באפרייט ווערן בשעטו"מ!*
ר' יעקב חיים, וועלכער איז פאר'משפט געווארן צו 62 חדשים דורך א ריכטער אין קאנעקטיקעט (כאטש דער פראסעקיוטער האט רעקאמענדירט בלויז ביז מערסטנס 18 חדשים), איז איצט אויף זיין וועג אהיים נאכדעם וואס ער איז שוין ליידער אפגעזעצן באלד 23 חדשים אין תפיסה — און פאראייניגט זיך יעצט מיט זיין משפחה און נאנטע פריינד!
די שטארקע געווינס איז דערגרייכט געווארן דורך די איבערמידליכע און איבערגעגעבנע השתדלות פון די צדק ארגאנעזאציע, און מיט די שטענדיגע סייעתא דשמיא וואס טוט זיי באגלייטן— און ברענגט אריין אן אמת'ע שמחה פאר גאנץ כלל ישראל.
*כלל ישראל לויבן צום באשעפער פאר אלע חסדים, מיט א תפילה אז אלע אסירי ישראל זאלן שוין באפרייט ווערן, מיט א גאנצע גאולה מיט משיח צדקינו בקרוב.*
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:30 pm
דורך נאסע שמאטעס
wow!!!
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:54 pm
דורך וויענער חסיד
די פעיק ניוס טענעהט לעצטנס אז טראמפ נעמט מיליאנען פאר פארדענס; איך בין נייגעריג וויפיל דאס האט מיט די לעצטיגע חסידישע פארדאנס
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:57 pm
דורך מטות
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:54 pm
די פעיק ניוס טענעהט לעצטנס אז טראמפ נעמט מיליאנען פאר פארדענס; איך בין נייגעריג וויפיל דאס האט מיט די לעצטיגע חסידישע פארדאנס
זיי מסביר דיין קשיא
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:09 pm
דורך וויענער חסיד
צו עס איז אמת אז מען קען געבן אפאר דאלער פאר ירום הודו און מען לאזט ארויס יעדער פארברעכער[פארשטייט זיך אז ארויסלאזען א יוד איז גוט]?
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:21 pm
דורך מסתמא
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:09 pm
צו עס איז אמת אז מען קען געבן אפאר דאלער פאר ירום הודו און מען לאזט ארויס יעדער פארברעכער[פארשטייט זיך אז ארויסלאזען א יוד איז גוט]?
ניין. אפשר אפשר ארומיגע נעמען געלט אים צו באאיינפלוסן אבער ער זיכער נישט
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:24 pm
דורך עריק
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:09 pm
צו עס איז אמת אז מען קען געבן אפאר דאלער פאר ירום הודו און מען לאזט ארויס יעדער פארברעכער[פארשטייט זיך אז ארויסלאזען א יוד איז גוט]?
מען קען געבן פאר זיין קאמפיין און אזוי ארום האבן נשיאת חן כל זמן סאיז נישטא באווייז אז ער האט געפארדענט נאר צוליב די נדבה איז עס לעגעל
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:27 pm
דורך פארק שול
חכמים הזהרו בדבריכם
Re: אלעס ארום טראמפ פארדענס פאר אחבנ"י
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 2:20 pm
דורך Think and Thank
עריק האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:24 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:09 pm
צו עס איז אמת אז מען קען געבן אפאר דאלער פאר ירום הודו און מען לאזט ארויס יעדער פארברעכער[פארשטייט זיך אז ארויסלאזען א יוד איז גוט]?
מען קען געבן פאר זיין קאמפיין און אזוי ארום האבן נשיאת חן כל זמן סאיז נישטא באווייז אז ער האט געפארדענט נאר צוליב די נדבה איז עס לעגעל
דאס איז וואס ווערט אנגערופן אין אמעריקע 'לעגאלע שוחד'.
גראדע לויט וויפיל איך פארשטיי פון וואס איך ליין פון צדק איז דאס לאו דוקא די קעיס דא, אבער כ'רעד פון די איידיע.